א בוך

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

א בוך

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אויף די פעלדער פון זומער שניט, הינטער דעם פינסטערען גאס
אין לאנגען נאכמיטאג פון אייביגקייט, זיץ איך מיר איינער אליינס
איין האנט א בוך, עס האלט אן מיט כוח, די צווייטע האנט מישט און מישט
די אויגן ליינען, דער מוח באגרייפט, נאר דאס הארץ, זי וויל נישט פארשטיין
אט רוקט זיך א בלאט נאך א בלאט, אט גייט נאך א קאפיטל פארביי
די בוכשטאבן, די ווערטער, די שורות און פאראגראפן, נאר ביי מיר איז זי אלעס איינס

דער בלויער הימל, די ווייסע וואלקן, אלעס שוין רויט, די זון גייט אוועק,
אז א לבנה ווערט לעכטיג, שטערנס לייכטן, ווייס איך אז דאס איז דער עק
שוין צייט צו גיין, שוין צייט צו גיין, צו לאזן דעם פעלד אליין
שוין צייט צו לאזן, אויך איר געניסן פון בוים, פון גראז, פון שטיין
אז דער נאכט קומט אן מיט פרייד, צום לאנגן ברייטן פוסטן פעלד
נעמט זי ארויס א בוך
פון אונטער א שטיין, טיף פארשטעקט, פארדעקט, פון א פרעמדן אויג
צום שיין פון די שטערנס ליינט זי א בוך, פונקט ווי איך אליינס.[/center]
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

זייער א שיינער פאעם, ער זאגט ארויס דאס ליבשאפט צום נאטור, דער השתקקות אויף וויסנשאפט, און דער שטערבונג העכער, אהן עס זאגן בפירוש מיטן גראבן פינגער.
פארשפארט