זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

טייערע חברים,
און די קומענדע טעג הערן מיר זייער גוטע בשורות וועגן א נייע פראיעקט און ארץ ישראל וואס לאזט זיך ארויס און וועג, א פראיעקט וואס איך נאכנישט געזעהן אדער געהערט געווארן און די חסידישע וועלט, א פראיעקט וואס אלע חובבי און משתוקקי ארץ הקודש יודן חסידים וואס גלוסטן מיט א הייליגע רוף ארויפצוגיין זיך באזעצען אינעם הייליג לאנד ארץ אבותינו וועלן זיך דערפרייען ביז גאר דאס צו הערן.
צוליב וואס דער ענין איז נאכנישט פארפארטיגט געווארן, קענען מיר נאכנישט מגלה זיין קיין פרטים-איינצעלהייטן, אבער אזויפיל קענען מיר יא זאגן, אז הילף איז אויפן וועג, פאר אלע יודן וואס טראכטן, טרוימען און פלאנירן צו מאכן עליה, פון היינט און ווייטער גייט עס אסאך גרינגער ווערן, די יסורין שנקנה ארץ ישראל בהן גייט געמינערט ווערן, מיט טעכנישע הילף, פינאנציאלע הילף, לעגאלע הילף און א.א.וו. פון אלע זייטן שטייען גרייט ארגעניזאציעס און יחידים וואס זאגן צו, וואס זענען גרייט צו געבן, און צו העלפן מיט סיי וואס עס איז נאר מעגליך ביד רחבה.
דערווייל ערווארטן מיר צו הערן פונעם ברייטן ציבור ספעציעל פון דיר, צו זעהן מי ומי ההולכים, ווער זענען די וואס זענען אינטערעסירט ארויפצוגיין, וואס זענען די מניעות, מיט וואס קענען מיר בייהילפיג זיין, וואספארא סערוויסעס וואלט ענק געגעבן א שטופ אויף פאראויס, צו סיי וואספארא עצות טובות, ידיעות וואס די האלסט וועט ברענגן הצלחה און סוקסעס.
געדענקט ווי מער נעמען מיר האבן, ווי מער מיר הערן פון אלע שיכטן פונעם ציבור אלץ מער וועט זיין די פארשידענע הילף וואס מיר וועלן קענען צושטעלן פארן ציבור.
קליקט די לינק
http://goo.gl/forms/w7hSWR1UQZ
(אויב ארבעט עס נישט אויף אינטערנעט עקספלארער פרובירט מיט פייערפאקס אדער קראום)
א הערצליכן דאנק פון פאראויס

- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
דו פרעגסט זייער גוט, און גאר די קשיה האט מכריע געווען ביי די קונגרס הציוני אז מען זאל נעמען ארץ ישראל און נישט אוגנדה, ווייל סתם שלעפן דעם עולם צו אוגנדה מיטן תירוץ פון א באקוועמערע לעבן וואלט נישט געארבעט, משא"כ ווען מ'רעדט פון ארצנו הקדושה וואס אונז ווארטן שוין שטאק מיט יארן צו קענען אנקומען דארט, פעלט נישט אויס מער ווי א קליינע מעטש און די אידישע הארץ איז שוין השלהבת עולה מאליה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זורח: די פראבלעם איז אז אין מדינת ישראל, וועלכע איז באשאפן געווארן שלא עפ"י תורה גייט אן דער "פעלער" פון שלימות הארץ און התגרות באומות, אקעיגן אונזערע "פרידליכע" שכנים. אבער נישט אין מאנרא והגלילות. נעם די זעלבע אישוס וואס די הייליגע אידן פון יענעם שטעטל און זייערע פיהרערס פרעדיגן די גאנצע צייט אקעיגן די..."טריפה'נע, טמא'נע מדינה"...און פיהר זיי אריבער געאגראפיש קיין ארענדזש קאונטי אין אמעריקע, און אלעס איז מותר. אנעקסעישן פון גרויסע שטחים פון די שכנות'דיגע וואוין ערטער אקעיגן דעם רצון פון די גוי'אישע שכנים. אדורכפיהרן די פייפליין פאר צענדליגער מיילס דורך די שטעטלעך פון די גוי'אישע שכנים. אנפייפן און אויסלאכן זיך פון די פראטעסטן פון די גוי'אישע שכנים. דאס הייסט נישט קיין התגרות באומות. נאר וואוינען אין די שטעט וואס דער אייבישטער האט צוגעזאגט און געגעבן פאר אברהם אבינו און זיינע קינדער. אט דאס איז די ריכטיגע התגרות באומות...!
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג
נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
shem-tov האט געשריבן:איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג

דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א נייע ישוב, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
shem-tov האט געשריבן:איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן.
בני, שאלה גדולה שאלת, ס'אז שוין גאר אן אלטע פראגע. נעם זיי מוחל ארויס א ספר תורה אדער א חומש, מיש אויף צו פרשת שלח אדער פרשת דברים, ומשם תדרשנו לטובה, אלעס וועט קלאר ווערן.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
עזריאל האט געשריבן:דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א נייע ישוב, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..
Some איגנאראציע-צום-טויט we have got here . . .
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:דאס איז נעבעך אונזער ריאליטי דא אויף ק"ש מען ברענגט א פשוטער באריכט איבער א נייע ישוב, אפגעזעהן פונקטלעך די פאליטיק דערפון, דארף מען דילן מיט דעם אלטן זויערן בחור וואס האט אבסולוטלי גארנישט צוצולייגן צום נייעסל, אנשטאט צו שווייגן ווי יעדער נארמאלער מענטש נעמט ער זיך פירקלען גרויליגע תגובות איינס נאכן צווייטן שעלטן און שרייען און באזידלען אז מען קען פשוט ברעכן און א וואונדער א נארמאלע מענטש קען מיט דעם נישט שטיין אין ווארט. איך בעט דיך טו וואס איך און אנדערע קלוגע ניקים טוען בשעת דער פגע רע סטרייקט. איגנאר אים צום טויט והכל על מקומו..
Some איגנאראציע-צום-טויט here. . .
סגארנישט גענוי די תגובה האט עמעצער נעכטן געשריבן פאר דעם אלטן בחור ווען ער האט זיך גענומען פירקלען קללות ביים סאטמער ביהמ"ד אשכול. קומט ער יעצט און שיסט צוריק אפאר געשאסענע פיילן. לדעתי פעלט עס נישט אויס הער אויף צו אטאקירן די עולם ווי א ווילער מטורף פארמואס נישט דעם שטיבל פארטרייב נישט דעם עולם וועט דיך יעדער אנהייבן ליב צו האבן דערווייל אבער האב איך מיר גענומען א פליכט דיך מסדר צו זיין יעדעס מאל וואס דו טוסט איינעם וויי. פארשטאנתא זריעלע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
shem-tov האט געשריבן:איך בין דשואיש און איך בין באמת אינטערסירט סעהאט מיר געכאפט א מוראדיגע התרגשות ליינענדיג דיין איידיע אבער איך זיך א קליין ביסל אינפארמעישאן. איך האף די בוסט דער ריכטיגער מענטש דער שליח משמים. קודם וואס טוט זיך מיט בונקערס. איך הער דארט רייסט מען אריין אין בונקערס כסדר. ווייסטעך מיר אמעריקאנע זענען גאנץ באקוועמע חברה וואס גלייכן נישט אזוי דאס אראפלויפן טיף אין דער ערד ספעציעל 3 פארטאגס איז ווי אפט גייט מען אין בונקער און ביטע געב א שטיקל דעסקריפשאן וויאזוי סקוקט אויס. און וואס טוט זיך מיט פרנסה איך הער אז אויב מען גייט נישט זיך טובלן אינעם טריפה'נעם צה"ל וועט די רעגירונג קיינמאל נישט לאזן זאלסט מצליח זיין מיט עפענען עפעס א לייטישער מסחר. און בכלל הער איך אז מען טוט עפעס ארעסטירן בחורים און מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צום מיליטער איך וויל נישט גלייבן די אלע לשה"ר אויף מיין יודישע מדינה אבער ביטע געב כאטש א שטיקל אויפקלערונג
נב. אביסעלע בין איך גראדע יא באקאנט מיט די יודישע מדינה בנוגע וויאזוי זיי באגייען זיך צו די הייליגע קברים פון אונזערע עלטערן וואס זיי טוען ליידער רעגעלמעסיג ארויסשליידרן פון זייער פיצעלע רוה ערטער ממילא האב איך שטארק מורא מי יודע וואס זיי וועלן טאן צו אונזערע קברים. אבער פאר דעם קען איך כאטשיק לאזן צוואה מען זאל מיך צוריקפירן קיין חוץ לארץ. און בנוגע זייער שמירת שבת דארט בין איך אויך באקאנט אבער די אנדערע זוך איך אביסל אינפארמעישאן. בסדר. שכח
עקלהאפטיגע תגובה, דאס קען נאר אן אמריקאנער מגושם שרייבן. דער רעדט פון א גאלדענע געלעגנהייט צו מקיים מצוות ישוב ארץ ישראל, און וואס דרייט זיך דיר אין קאפ? נאך א פאר דאללער, און אז די וועסט דריי מאל א יאר מוזן אראפלויפן צוויי שטאקן אין בונקר.
שם טוב קענסט דיך איבערדרייען טויזנט מאל אבער פאקט בלייבט פאקט די אידן(חרדים) אין ארץ ישראל שטייען עשרת מונים העכער אין רוחנית ווי די עמך אידן אין אמעריקא (יא מיטן בחירות און מיליטער אינייעם).
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
א עקעלהאפטיגע תגובה. פארוואס ווייל סשטימט נישט מיין דיין פאליטיק, וואס איז אזוי עקעלדיג דא, די בונקערס. דאס ארעסטירן די קינדער, די עקירת הדת, די חופרי קברים די מציאות אז די מדינה איז ווייט פון א יודישע מדינה וואס רעגט דיך אזוי אויף.
געב א קוק יתרו איך האב נישט יעצט קיין צייט זיך איינצורייסן מיט אייך, אבער אין קורצן האב איך דיך מיט דיין מצות יישוב ארץ ישראל טיף אין די קרקע, אין מיינע אויגן זענען דא פיינע יודן סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ. און פאקט בלייבט פאקט אז אין קיין שום לאנד היינט צו טאגס קומט נישט ליידער פאר אזויפיל עקירת הדת ווי אין ארץ הקודש, און אין מיין חומש שטייט אז דאס איז זייער נישט גוט. סאו פליז קומט מיר נישט מיין חומש מעשיות. נאו העוו עי נייס דעי,

shem-tov האט געשריבן:א עקעלהאפטיגע תגובה. פארוואס ווייל סשטימט נישט מיין דיין פאליטיק, וואס איז אזוי עקעלדיג דא, די בונקערס. דאס ארעסטירן די קינדער, די עקירת הדת, די חופרי קברים די מציאות אז די מדינה איז ווייט פון א יודישע מדינה וואס רעגט דיך אזוי אויף.
געב א קוק יתרו איך האב נישט יעצט קיין צייט זיך איינצורייסן מיט אייך, אבער אין קורצן האב איך דיך מיט דיין מצות יישוב ארץ ישראל טיף אין די קרקע, אין מיינע אויגן זענען דא פיינע יודן סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ. און פאקט בלייבט פאקט אז אין קיין שום לאנד היינט צו טאגס קומט נישט ליידער פאר אזויפיל עקירת הדת ווי אין ארץ הקודש, און אין מיין חומש שטייט אז דאס איז זייער נישט גוט. סאו פליז קומט מיר נישט מיין חומש מעשיות. נאו העוו עי נייס דעי,
מה לתמהוני הזה בבית הקפה?!
רעדט פון 'זיין חומש', און 'יענעמ'ס מצות ישוב א"י' האט ער 'טיף אין די קרקע'.
ווייסט עטס וואס? איך האב אים מיט זיין תגובה, מיט זיין ש"ם ר"ע, אויך טיף אין די קרקע.
רב משזר איר זענט מכובד צו אדרעסירן א פרישע [עלטער ווי אלטע] קראנקהייט, דער קראנקהייט איז שולט דא אין שטיבל ביד רמה, דהיינו, יעדע נייעס'ל אפי' נאר אין די קליינהייט פון א מראה, וואס דערמאנט נאר ברמיזה עפעס א געוויסע שטח אינעם מיטל מזרח, ווערט תיכף פארפלייצט מיט קינדערישע גרעבאכטצער איבער פאלטשע אום/סימפאטיע מיטן שיטה, דאס פארקירעוועט כסדר נארמאלע תגובות אריין אין מאראסט אריין.
(מילא אייוועלט, אפי' זיי האבן אסאך צבועים אין די סאבדזשעקט, שפילן זיי כאטש קנאי/ציוני מיט לענגערע מערכות.) אבער סתם שיסן א גרעבטץ צו אנלופטערן יעדער נייעס'ל פון ארץ ישראל איז אבסורד.)

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
סארי איך זעה נישט וואס שם טוב האט אזוי שרעקליך געשריבן אז עס קומט אים אזא פארציע, כמעט יעדער סאטמארער טראכט דאך אזוי,
נאר וואס, אפשר טאקע קומט עס נישט אריין אין דעם אשכול, דאס איז דאך בעיקר א "סקר" (נו, עברית, פוי), אבער לאמיתה של דברים קען מען אים (אדער נישט?) אפענטפערן נארמאל אויף זיינע פראקטישע קשיות.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
לאמיר דאס נאך אמאל איבערגיין קלארער לכבוד שמעקעדיג.
ווי עס שיינט רעדט דער זורח צו אידן וואס האלטן אז מצוות ישוב א"י איז נוגע בזמנינו, ער רעדט צו אידן וואס גארן ארויפצוגיין וואוינען און ארץ ישראל אפילו היינטיגע צייטנס. ער לאזט זיי וויסן אז עס מאכט זיך יעצט א גלעגנהייט מיט א הילף פעקעדזש.
קומט דער שם טוב און פאנגט אן רעדן ווי א קרית יואלע בחור וואס איז יעצט ארויס פון ישיבה. ער גייט שטעלן דעם ציוני אין פלאץ. ער פאנגט אן חוזק צו מאכן פון זייער מצב הפרנסה און מצב המלחמה כו', רעב איד, קיינער רעדט נישט יעצט פון די געוואלדיגע אויפטווען פון די ציונים אז אזא סארט רעטאריק זאל זיין אין פלאץ. מען רעדט פון א איד וואס וויל ארויפגיין על אף ס'איז שווער.
[בנוגע פרנסה, אפשר איז ער מסודר מיט פרנסה, אדער אפשר איז ער מסכים אויף מסירות נפש. בנוגע מיליטער, אפשר האט ער נאר טעכטער וואס דארפן זיך נישט שטעלן צו די מיליטער , אדער אפשר האט ער שוין חתונה געמאכט זיינע קינדער , אדער אפשר גאר וויל ער שיקן זיינע קינדער און נח"ל החרדי. אבער די נושא אין דעם אשכול איז נישט צו סלוינט זיך יא אדער נישט ארויפצוגיין צו ארץ ישראל אדער צו עס איז מצוה ארויפצוגיין צו ארצ ישראל, דאס האט שוין דער ויואל משה מיט הרב כשר זיך פיין אויסגעטענה'ט אין זייערע ספרים און עס איז נישט אין פלאץ אין דעם אשכול, (אודאי נישט מיט אזא האספולע סארקאסטישע טאן וואס מאכט דעם תגובה אויסזען נאך מער מכוער ווי עס איז).]

- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
איך האב נישט באמערקט אז ווען איינער זאגט דא אין שטיבל אז ער קויפט נישט קיין לולב היי יאר וויבאלד סאיז צי טייער באפאלט מען אים עפעס נישט אזוי...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
@יתרו עס קען זײן איך װײס נישט אבער איך טראכט אז מעגליך האבן געװיסע ניקס א פראבלעים מיט אײנער
װאס זוכט צו שלעפן אידן קײן א״י און אלע פלענער װײזן אויף א גרופע װאס װיל דײקא װאוינען אין די שטחים.
בקיצר נישט עפעס װאס ער (װיל) ארויסברענגן. איז עס ראנג פון זײ ארײן צו האקן? קען זײן נאר עס געבט צו
דאס אז מען זעהט איהם דא נאר פאר זײנע אינפאמירשעלס און צװישן װערט ער נעלם. שוין איך האב גארנישט
געזאגט.

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
לאמיר זייער קלאר מאכן
אונזער ציעל דא איז צו העלפן יודן חסידים פון אמעריקע זיך באזעצן אין ארץ ישראל!
מיר ווילן העלפן דוקא חסידים ווייל חסידים רעדן על פי רוב יודיש און האבן א אנדערע סארט קולטור ווי אנדערע אמעריקאנע יודן וואס רעדן על פי רוב ענגליש.
מיר זענען דא צו העלפן אלע מיני סארטן חסידים אפגעזען צו יענער איז א ציוני אדער א נטורי קרתא, אונזער ארבעט איז העלפן יודן מקיים זיין מצות ישוב ארץ ישראל, מיר מישן זיך בכלל נישט און עניני השקפה בנוגע וואו צו וואוינען אדער וואו צו שיקן די קינדער לערנען אדער מיליטער וכו' וכו' דאס איז פאר איעדע משפחה זייער אייגענע דאגה צו באשליסן וואס און ווען און וואו.
אלץ א חלק פון אונזער פלאן ווילן מיר אנפאנגען א פרישע געגענט געאייגענט פאר חסידים פון אמעריקע אז זיי זאלן זיך געפונען דאס פלאץ ארומגענומען מיט משפחות פון ענדליכע הינטערגרונט וואס גייען אנגעטון ענדליך רעדן יודיש און קומען פון א אמעריקאנער מאנטעליטי אלעס כדי דאס איינגלידערן אינעם לאנד זאל זיין אביסל גרינגער.
די סיבה פארוואס מיר האבן אויסגעוועלט גבעת זאב החדשה איז זייער א פשוטע ווייל:
ס'איז א געגענט נאנט צו ירושלים (אזוי אז מען קען שיקן די קינדער לערנען קיין ירושלים וואו די אויסוואל פון מוסדות ובתי חינוך איז די מערסטע)
ס'איז גאנץ א נייע געגענט וואס איז נאכנישט באשטימט מיט א געוויסע מאנטעליטי און ווי ס'קוקט אויס גייט זיך דער געגענט שטארק פארשפרייטן און די קומענדע 5-10 יאר, דערפאר אויך זענען נאך די הייזער אביסל ביליגער
ס'איז א סובארב סטייל מיט א געוויסע רואיגקייט וואס איז נישט פארהאן און די גרעסערע שטעט, דערפאר אויך זענען די הייזער אביסל ביליגער וואו אין ירושלים אליין
ווען אלע נייע חסידישע עולים פון אמעריקע וועלן זיך באזעצען און די זעלבע געגענט וועט דאס שטארק ארויסהעלפן און גרינגער מאכן פאר אסאך משפחות
אבער ווי געזאגט איז דאס נאר פאר די וואס ווילן גיין קיין גבעת זאב, איינער וואס וויל דוקא גיין קיין ירושלים אדער צפת, בני ברק, בית שמש, אשדוד, נתניה, ביתר עלית, אלעד, מודיעין עלית, חדרה וכו' וכו' זענען מיר איהם פונקט אזוי גרייט צו העלפן
די אלע וואס רעדן מיט אזא ביטול און גרינשעצונג וועגן ישוב בארץ ישראל קומט דאס נישט ווייל זיי זענען שטארק דבוק צום אמת אדער ווייל זיי האבן דורכגעלערנט די מקורות, בכלל נישט, אדרבה לאמיר זעהן וואס דער גרעסטער לוחם קעגן ציונות האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל שרייבט וועגן וואוינען אין ארץ ישראל (וואס ווי באוואוסט האט ער זיך אויך געוואלט דארט באזעצען נאך די מלחמה והדברים ידועין ואין כאן מקום להאריך) וזה לשונו אינעם סיכום פון מאמר ישוב ארץ ישראל (90% וואס פאררופן זיך אלץ הולכי בדרכו וועלן נישטאמאל וויסן אין וועלכע סימן דאס ווערט געברענגט)
"אף לדעת הפוסקים שאין מצוה בעיקר הישוב בארץ ישראל אבל כל התורה ומצוות שעושה בארץ ישראל חשובין הרבה יותר בכפלים ע"י שהוא במקום הקודש בארץ ישראל, ולכן חשובה ישיבת ארץ ישראל ככל התורה כולה אף להסוברין שאין מצוה בעיקר הישוב, יען שכל התורה ומצות שעושה שם חשובין הרבה יותר אף בזמן הזה...... אבל העומדין שם בנסיונות ואין עושין שם עבירה, כל שכן דחשיבי טפי ואין קץ למתן שכרן, ויהא חלקי עם עובדי השם יתברך באמת בארץ ישראל"

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: זורח ישוב ארץ ישראל איבערבליק (Survey - סקר)
בתי חינוך גייט אויך זיין באזונדער פאר די אמעריקאנע עולים ?