איך קען איך נישט ליידען די "קאנפירעסי" פון וואקסינען.
יעדער קאנספירעסיע דארף האבען א מאטיוו. קענעדי האט די סי. איי. עי. געוואלט פטור ווערן, אמעריקע האט געוואלט פויכען פאר די קאמוניסטען מיט די לבנה לאנדינג, א.א.וו.
ווער פארדינט מיט שטיפען וואקסינען? מ'געט דרייסיג וואקסינען דורכאויס די גאנצע לעבן פאר א קינד, לאמיר זאגען אז די פארמאסוטיקעלס מאכען א ביליאן דאלאר פון דעם,
וויפיל וואלטען זיי פארדינט מיט'ן געבן מעדעצינען פאר האלב פון די אמאונט פון מענטשען וואס זענען קראנישע ליידענדע פון קרענק וואס קומען פון נישט וואקסינעיטען?
נאך מער, די פראפיטס אויף וואקסינען זענען אזוי נידריג אז רוב קאמפאניס האבען אויפגעהערט מאכען און ריסערטשען נייע וואקסינס!
http://content.healthaffairs.org/content/24/3/622.fullוויאזוי איז מעגליך אז
אלע דאקטוירים, קאמפאניס, רעגירונג אינסטאנצען, א.א.וו. זענען א חלק פון די קאנספיראציע, און ס'איז נישא דא א מנין פון פארלעסליכע דאקטערס וואס זאגען אז דאס שאט מער וואו עס העלפט?
די גרעסטע מויל פאר די וואקסין\אויטיזם מואאמענט איז א פלעיבוי מאדעלקע
http://en.wikipedia.org/wiki/Jenny_McCa ... n_vaccinesוואקסינס ארבעטען, און אויב די האלסט אז נישט דעמאלטס ביזטו נישט נאר מסכן דיין אייגענע קינדער נאר מיינע קינדער אויך.