מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

געוואלדיג האט געשריבן:ציבעלע, האסט דורך געטוהן אלע סיי עפעקטס פאר דו האסט געשריבן אז מען מוז, אדער פשוט ווייל דיין דאקטער וואס באקומט געלט פאר יעדע שאט וואס ער גיבט האט דיר אזוי געזאגט?


גראדע יא, אבער לייג דאס אין די זייט פאר א מינוט. וואס איז ווען איינער גיבט נישט פאר זיינע קינדער און מיט דעם לייגט ער אריין אין סכנה נישט נאר זיין קינד נאר אויך איעדער קינד וואס קומט אין קאנטאקט מיט איהם
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

על הצד אז ער לייגט אין סכנה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

די סענאט אין קאליפורניע -די גרעסטע סטעיט אין אמעריקע מיט ארום 39 מיליאן מענטשען, וואס אירע געזעצן האבן געווענליך א שטארקע השפעה אויפן גאנצן לאנד- האט היינט געשטימט אויף א נייע געזעץ אז מען וועט מער נישט קענען ניצן רעלידזשעס עקסעמפשאן אלס אויסרייד נישט צי דארפען וואקסינירן

http://www.reuters.com/article/2015/05/ ... 3320150515
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קודם דארף מען באטאנען אז אפילו ווען מ'גלויבט אלע שטודיע'ס וואס זאגען אז די שאט'ס זענען שעדליך, דארף מען וויסען אז עפ"י תורה איז עס הונדרעט פערצענט אויסגעהאלטען צו נעמען די שאט'ס. אלע מחקרים וואס די חברה ברענגען אפיר אויפצוווייזען זייער שיטה טוישט נישט די הלכה. דער גמרא, און אזוי איז געפסקנ'ט, זאגט אונז 'שומר פתאים ה'', אז א מענטש וואס טוט אזוי ווי אנדערע טוהן, עפ"י רוב אן שעדליכע ליידונג, האט א שמירה פון הימל. אפילו טאמער עפעס פאסירט שפעטער, ס'איז נישט מעשיו גרמו לו, ווייל ער האט פארלאזט אויף א זאך וואס דער תורה און דער באשעפער האבען איהם געלאזט פארלאזען.
דאס איז א וויכטיגע פאוינט לגבי אסאך אזעלכע זאכען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שומר פתאים ה' איז אויך אויף קום ועשה?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא. דער תשמיש אן א מוך פאר די שלש נשים איז דאך א קום ועשה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם אבראמאוויטש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

שליחה דורך מנחם אבראמאוויטש »

איך קען איך נישט ליידען די "קאנפירעסי" פון וואקסינען.

יעדער קאנספירעסיע דארף האבען א מאטיוו. קענעדי האט די סי. איי. עי. געוואלט פטור ווערן, אמעריקע האט געוואלט פויכען פאר די קאמוניסטען מיט די לבנה לאנדינג, א.א.וו.
ווער פארדינט מיט שטיפען וואקסינען? מ'געט דרייסיג וואקסינען דורכאויס די גאנצע לעבן פאר א קינד, לאמיר זאגען אז די פארמאסוטיקעלס מאכען א ביליאן דאלאר פון דעם, וויפיל וואלטען זיי פארדינט מיט'ן געבן מעדעצינען פאר האלב פון די אמאונט פון מענטשען וואס זענען קראנישע ליידענדע פון קרענק וואס קומען פון נישט וואקסינעיטען?

נאך מער, די פראפיטס אויף וואקסינען זענען אזוי נידריג אז רוב קאמפאניס האבען אויפגעהערט מאכען און ריסערטשען נייע וואקסינס! http://content.healthaffairs.org/content/24/3/622.full

וויאזוי איז מעגליך אז אלע דאקטוירים, קאמפאניס, רעגירונג אינסטאנצען, א.א.וו. זענען א חלק פון די קאנספיראציע, און ס'איז נישא דא א מנין פון פארלעסליכע דאקטערס וואס זאגען אז דאס שאט מער וואו עס העלפט?

די גרעסטע מויל פאר די וואקסין\אויטיזם מואאמענט איז א פלעיבוי מאדעלקע http://en.wikipedia.org/wiki/Jenny_McCa ... n_vaccines

וואקסינס ארבעטען, און אויב די האלסט אז נישט דעמאלטס ביזטו נישט נאר מסכן דיין אייגענע קינדער נאר מיינע קינדער אויך.
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
[NAMELESS]

Re: מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך [NAMELESS] »

Screenshot_2015-08-26-00-06-34.png
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די עומק פון טיפשות און רשעות פון די חותמים זיך אריינצומישן און זאגן א 'דעת תורה' מיינונג אין ענינים וואס זיי ווייסן נישט די א"ב דערפון. דאס איז ווערד א שמועס פאר זיך. בפרט אז דער גאנצע מסקנה ציעט זיך קיין בני ברק פון א גדול בתורה וואס האט אין זיין לעבן נישט אפגעליינט איין כתה ג' בוך אויף בילאגיע. נאר וואס יא, על של עתה באתי. די חכמי לעיקוואד זענען מעתיק אין זייער אשר יצר פאפיר כביכול א פעדעראלע סופריום קארט'ס א פסק ווי כאילו זיי זאלן האבן גע'פסק'נט אז וואקסינעישנס זענען "unavoidably unsafe". קוקט אויס אז די דאזיגע זקני העיר פארלאזן זיך אביסל צו שטארק אז דער עולם גולם ווייסט נישט פון קיין אינטערנעט צו זאגן. נישט נאר איז די מעשה שקר מיסודו, זיי האבן קיינמאל נישט אזאנס גע'פסק'נט. נאר אין לעגעלע טערמינען מיינען די ווערטער גראדע גאנץ אנדערש ווי עס הערט זיך פון א קול קורא ארויס.

אין קורצן וואס די מעשה דארט איז געווען. די ברוסעוויטש משפחה פון פענסעלוועניע האט געקלאגט אין ספעציעלען "וואקסין קארט" א וואקסין מאנופעקטשורער איבער די קראנקייט פון זייער טאכטער חנה אז דאס קומט כביכול צוליב זייער וואקסין. נישט קענענדיג אויפקומען מיט א באווייז צו באזירן זייער טענה האט מען אפגעווארפן זייער קלאגע. בצר להם האבן זיי זיך געוואנדען צום געווענליכן סטעיט געריכט. זיי האבן עס ווייטער געשיקט צו א פעדעראלע געריכט אז זיי זאלן ערשיידן צו די ברוסעוויטש'ס קענען לעגאל קלאגן דעם מאנופעקטשורער אין ליכט פון א פעדעראלע געזעץ פון 1986 וואס צוימט איין די רעכטן פון די קלעגער אין אזא פאל. א מלחמה האט אויסגעבראכן ציווישען געזעץ עקספערטן צי דער פאל פאלט אונטער יענע געזעץ צי נישט. סוף מעשה איז געווען אז די העכסטע געריכט, מיט א 6-2 האבן אפגעווארפן די ברוסעוויטש טענה ושלום על ישראל. בקיצור, דער דיון אין פעדעראלן געריכט איז לגמרי נישט געווען איבער די זיכערהייט פון וואקסינאציעס. ווי די ראשי ישיבות מיט די גרויסע בערד האבן געלערנט ליינען געריכטליכע פאפירן איז עד היום א מיסטעריע.

ומכאן הכרוז יוצא צו די חשוב'ע רבנים יושבים על מדון, "נעמט אראפ אייערע הענט פון טעמעס וואס איר האט נישט דעראין קיין מושג, לאזט דאס איבער פאר די מומחים וואס האבן משים געווען לילות כימים צו שטודירן מעדעצין. איר קענט אפשר באלעבאטעווען אויף די מוסדות חינוך ווען ס'קומט צו חינוך, ווען די רעדע אבער איז וויסענשאפט לאזט עס איבער פאר די וואס ווייסן".
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין אביסל פארמישט אין די עניינים אין לעיקוואוד און איך האב נישט געזען דער בריוו. פון וואנעט קומט עס? ווי קען מען זען די אנדערע בריווען וואס מ'איז מרמז דערצו?
הרב יעקב מאנדעלבוים, דער בעלעבאס פון א מיידעל שולע און א חדר אין לעיקוואוד, זאגט אז ער האט א ווידיאו ווי ער פרעגט הגרח''ק און ער זאגט איהם נישט אנצונעמען די קינדער.
גיי ווייס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

זעה איך יעצט אז א יאר צוריק האט מען שוין דורךגעטוהן די וואקסינען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נייעס דא פאר דער וואס איז אינטרעסירט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך mevakesh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נייעס דא פאר דער וואס איז אינטרעסירט

סאטירישע נייעס פון צוויי יאר צוריק
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

mevakesh האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נייעס דא פאר דער וואס איז אינטרעסירט

סאטירישע נייעס פון צוויי יאר צוריק


http://www.snopes.com/14-year-old-pregnant-flu-shot/

אזוי אמת ווי די מעשה פון 2000 יאר צירוק...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאכ׳ן ארטיקל פון ד"ר ברגר אין דער וועקער, איז ראטזאם מ׳זאל אויפוועקען דער אשכול און ארומשמועסען די נושא נאכאמאל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

ביטע נוצן און שיקן אויף וואטסעפפ, מעט מן האור דוחה הרבה מן החשך
בילד
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך בין נישט קייו סייענטיסט און איך קען טאקע נישט די אלע קאודס, אבער אפשר קען איינער פון די סייענטיסטן מיר דאס מסביר זיין, אנשטאט צענזורירן סאשעל מידיע?

א באריכט פון רמבם שפיטאל פון א וואך צוריק. די שווערסטע קעיסעס זענען וואקסינירטע.

https://m.ynet.co.il/articles/S1ZxGuWTO ... um=organic

מנהל מחלקת פנימית ט' במרכז הרפואי החיפני, אומר היום (ג') לאולפן ynet ששיעור המחוסנים בקרב החולים הקשים אצלם עומד על 100%, לא פחות. "מאושפזים אצלנו שבעה חולי קורונה, שמתוכם חמישה הם קשים, וכל החמישה מחוסנים", אומר ד"ר פוקס
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אז דו ווילסט דוקא וויסן:

1). פּלעסמאַ סעל

‏2). IgM

3). טאָל-לייק רעסעפּטאר

‏4). IL-7

5). רעדאָנדענסי (דאס איז גראדע עברי-טייטש)

6). נאַטש

די געדאנק איז אז פונקט אזוי ווי איינער וואס איז נישט א תלמודי ווען מ׳וועט אים פארשטעלן א מאָלטיפּל-טשוֺיס בחינה אויף א סוגיא גמרא אין יבמות, מיט די תלמוד׳ישע טערמינען, וועט ער דאס נישט פארשטיין און קענען ענטפערן, איז די זעלבע דא. און זאגן ״נו, זיי מיר מסביר די סוגיא על רגל אחת אין מאמע לשון״ איז נישט קיין טענה ווייל דאס דויערט צייט און באקאנטשאפט אינערהאלב די לימוד. וכן היא הכא. מסביר זיין די חילוקים אין טערמינען אין יעדע ענטפער, וואס וואס מיינט און וואס איז זייער תפקיד, איז יעדעס איינס א לענגערע פרק און שיעור ביאלאגיע/אימיוּנאלאגיע פאר זיך. זיל גמור (און נישט על רגל אחת) - אט דאס איז וואס די עקספערטן האבן טאקע געטוהן, פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט דאס אויף דיינים ת״ח.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

מי אני האט געשריבן:די געדאנק איז אז פונקט אזוי ווי איינער וואס איז נישט א תלמודי ווען מ׳וועט אים פארשטעלן א מאָלטיפּל-טשוֺיס בחינה אויף א סוגיא גמרא אין יבמות, מיט די תלמוד׳ישע טערמינען, וועט ער דאס נישט פארשטיין און קענען ענטפערן, איז די זעלבע דא. און זאגן ״נו, זיי מיר מסביר די סוגיא על רגל אחת אין מאמע לשון״ איז נישט קיין טענה ווייל דאס דויערט צייט און באקאנטשאפט אינערהאלב די לימוד. וכן היא הכא. מסביר זיין די חילוקים אין טערמינען אין יעדע ענטפער, וואס וואס מיינט און וואס איז זייער תפקיד, איז יעדעס איינס א לענגערע פרק און שיעור ביאלאגיע/אימיוּנאלאגיע פאר זיך. זיל גמור (און נישט על רגל אחת) - אט דאס איז וואס די עקספערטן האבן טאקע געטוהן, פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט דאס אויף דיינים ת״ח.


די אחריות פונעם Researcher איז צו פארשן, און פארשן ריכטיג.

די אחריות פון די פאבליק העלט אפישעלס איז (נאכן אליינס זיי איבערצייגט אין די ווארהייט דערפון), איבערצוצייגן די המון עם אז די Research איז געטוהן געווארן ווי ס'ברויך צו זיין, און מען קען (און מען "דארף") זיך רואיגערהייט פארלאזן דערויף.

נניח אז די ערשטע גרופע האט געטוהן זייער ארבעט ווי ס'דארף צו זיין, איז קלאר אז די צווייטע גרופע טוט א געפערליכע שלאפערישע Job.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יתכן. און דאס איז טאקע די אויפגאבע פון סייענס קאמוניקאציע; עס איז נישט אלעמאל לייכט. דא איז די געדאנק פון טראָסטן די סייענטיפישע קאמיוניטי בכלל (עס איז טאקע הא בהא געבינדן).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט