התחזקו מחוזקים: אן אבזערוואציע פון שמיטה בילדער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

התחזקו מחוזקים: אן אבזערוואציע פון שמיטה בילדער

שליחה דורך בר-כוכבא »

דורכאויס דעם כמעט דורכגעלאפענעם שמיטה-יאר האבן מיר יעדע פאר וואכן געלייענט און געזען אין די היימישע צייטונגען און מאגאזינען וועגן דעם און יענעם רב און רבי'ן וועלכער איז געפארן מחזק זיין פעלד אייגנטימער, וואס היטן אפ די מצוה פון שמיטה און לאזן די פעלדער אויף הפקר. מ'זעט גופים שיין און בכבוד'יג פארפאקט אין סאמעט, זיידנס און די אנדערע בכדי כבוד ותפארת מיט וועלכע אונזערע רבנים און רביים קומען איינגעהילט, ווי זיי דרייען זיך צעשוויצטע אונטער דער הייסער ארץ ישראל זון, און קוקן זיך אום איבער די נאכגעלאזטע פעלדער אין באגלייטונג פון די פארמערס אין זייערע פשוט'ע ארבעטס קליידער.

א שיינע זאך, לכאורה. די בעלי שדות וכרמים פון הייליגן לאנד, וואס זענען מפקיר די פעלדער און גערטנער אויפן גאנצן יאר אן קיין חכמות און פשרות, ברענגען דערמיט א קרבן וואס קיינער כמעט קען נישט משיג זיין, און ס'איז נישט מער ווי יושר אז מ'זאל זיין גיין ארויסווייזן שטיצע און מחזק זיין. און אויב די בילדער אין אונזערע אויסגאבעס דערציילן דעם אמת, גייען די תמימות'דיגע פעלד באלעבאטים טאקע ארויס מיט חיזוק. פון זייערע צעשטראלטע פנימ'ער לייענט זיך ארויס א צופרידנקייט און אפילו אזא שטאלץ, אז די "גרויסע אידן" האבן אראפגענומען פון זייער צייט און זיך געלאזט אונטערנעמען די טירחא פון קומען זיי באזוכן און זען מיט די אייגענע אויגן ווי די אידישע פעלדער פראוון דעם שבת יאר.

ודא עקא. די תמימות'דיגע פארמערס גייען ארויס פון אזא באזוך מיט א סך חיזוק טאקע צוליב זייער תמימות און ערליכקייט. זייער ריינקייט און אויפריכטיגקייט פירט זיי אנצוקוקן די שיינע אידן פון אונזער היימישער גאס ווי געטרייע, איבערגעגעבענע ראשי ומנהיגי העדה ביי וועמען אידישקייט און קיום המצוות פארנעמט דאס וויכטיגסטע פלאץ אויף דער וועלט. ווייניג ווייסן זיי אז רוב פון די מחזקים און באזוכער וואלטן צעטרעטן יעדן עשה און לא תעשה, אויב לויט זייערע חשבונות – פריוואטע, קליינקעפיגע, קינדישע – וואלטן אזוי דיקטירט. פון וואו ווייסן מיר דאס? ווייל אזוי פירן זיי זיך למעשה אויף. חילול השם און חילול כבוד האדם איז לכתחילה מותר, און צווישן אלע צדיקי הדור זענען שוין רוב מצוות און עבירות שיין איבערגעפארן געווארן ועוד ידי קדשם נטיה אויפן גרויסן פארנעם.

די פארמערס קוקן מיט בעטנדע אויגן אויף א ברכה, ווען ס'וואלט באמת געדארפט זיין פונקט פארקערט: די באפעלצטע פריצים זאלן הכנעה'דיג אונטערבייגן די באהוטעלטע קעפ און ווארטן ביז די אמת'ע גבורי כוח עושים דברו, די וואס געבן פון זיך פארן אויבערשטן, זאלן זיי געבן א ברכה. די סיטואציע כמות שהיא איז אז די פשוט'ע אידן מיט די שטויביגע בגדים און שטרויענע היטלעך זענען מקריב פארן דבר השם אומפארגלייכליך מער ווי די שיינע חיזוק-געבערס אין זייערע בעסטע מאמענטן. אונזערע שיינע אידן, פונקט ווי רוב פון אונז בכלל, זענען נישט וויליג צו בכח צו גיין צו א ווייטן וועג ארויס פון זייער תחום הבאקוועמליכקייט אויסצופירן דעם רצון השם. און מיר רעדן שוין דא נישט פון טרוקן הלכה. עס זענען דאך פאראן אויסוועגן און אומוועגן אויסצושפילן די מצוה פון שמיטה. דער היתר מכירה איז טאקע נישט מער ווי א בדיעבד און כמעט יעדער וועט מודה זיין אז ס'איז נישט קיין ערזאץ פאר שביתת הארץ כפשוטו. ס'איז אמת. אבער ס'איז פארט נאך אזא כשר'ער היתר ווי די, וואס מיר נוצן דורכצופירן אלערליי שגץ שטיק – בין אדם למקום ובין אדם לחבירו.

נישט נאר איז דער היתר וואס מיר טיילן זיך אזוי ברייטהארציג צו פאר אונזערע אימפולסן גארנישט בעסער ווי דעם היתר מכירה, נאר אפילו די סיבות אויף צו זוכן א היתר זענען פאר די בעלי שדות וכרמים סך מער לעגיטים. אין דער צייט וואס ביי אונז טרעט מען אויף תורה און מצות צוליב תאווה, כעס, כבוד און גאווה, דארפן זיי עס פשוט צו קענען שפייזן זיך און די קינדער.

א סך פון די פארמערס זענען פשוט'ע אידן, קליינע בעלי השגה, וואס ווייסן נישט קיין סך מער ווי דאווענען און אריינכאפן א פאר קאפיטלעך תהילים. ווען זיי הערן אז דער רצון השם פארלאנגט איבערצולאזן די פעלדער אויף הפקר, פאלגן זיי – נאר ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט. לאמיר זען די אידן אין מלבושי כבוד ותפארת זאלן אפטרעטן זייער אויבנאן שטול פאר בלויז איין וואך! און אפילו דעמאלט וועלן זיי נישט שטיין אויף איין מדריגה מיט יענע שומרי שמיטה, וואס לאזן איבער זייער מקור החיונה, זייער שווייס און פלאג, אויף הפקר.

חיזוק קומען זיי, די זיידענע אידן, געבן? כבוד קומען זיי נעמען! ווייניג ווייסן די תמימות'דיגע פעלד-ארבעטערס וואספארא מצוה זיי כאפן אריין אזוי בדרך אגב דורכן היטן שמיטה...

נאר אזא פנים טראגט אונזער דור. די אמת'ע אידן, וואס דינען אמת'דיג דעם אויבערשטן מיט א פשטות און תמימות אן קיין חכמות און פשרות, און זענען טאקע וויליג מפקיר צו זיין דאס האב און גוטס מקיים צו זיין דעם רצון השם, זיי שטייען מיט הכנעה פאר אנדערע אידן, וועמען עס פאלט אפילו נישט איין אוועקצוגעבן די מינדעסטע באקוועמליכקייט פארן אויבערשטן, און קוקן ארויס אויף זייערע ברכות. אין ווילדסטן חלום וואלט די שומרי שמיטה נישט איינגעפאלן אז אין הימל לויפט דער חשבון פונקט פארקערט און אויב דער רב שליט"א וויל מצליח זיין אין זיין קארט קעיס מיטן ברודער/שוואגער זאל ער זיך פארשאפן א ברכה פון איינעם אזא פארמער.

אזוי במשך דעם שמיטה יאר ווען כ'זע אזעלכע בילדער, קוק איך זיך איין אין די צורות פון די טייערע אידן, די פארמערס, און פרוביר נישט צו זען די מגושמ'דיגע, בא'גאווה'טע פנימ'ער פון די מחזקים-מחוזקים. צום סוף יאר, ווען די שמיטה קומט צו אן ענד, איז אבער גוט צו פארנאטירן די זאך.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב דו חלומ'סט אז אונזער עולם הפוך איז אן עולם האמת, דאן פארגעס דערפון... ס'וועט שוין קיינמאל נישט זיין אזאנס עד ביאת הגואל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

על מה/מי יצא הקצף?
יעדע זאך וואס א רב טוט איז אפגעפרעגט?
Under influence
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: התחזקו מחוזקים: אן אבזערוואציע פון שמיטה בילדער

שליחה דורך בר-כוכבא »

גערעכט. כ׳האב געמיינט ארויסצוברענגען א נקודה, אבער ס׳וואלט זיכער בעסער געווען צו לייגן דעם טראפ אויף דער ערליכקייט פון די שומרי שמיטה ווי איידער אויף די רבנים.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

די פארמערס קוקן מיט בעטנדע אויגן אויף א ברכה, ווען ס'וואלט באמת געדארפט זיין פונקט פארקערט: די באפעלצטע פריצים זאלן הכנעה'דיג אונטערבייגן די באהוטעלטע קעפ און ווארטן ביז די אמת'ע גבורי כוח עושים דברו, די וואס געבן פון זיך פארן אויבערשטן, זאלן זיי געבן א ברכה.


גוט געזאגט. ס'באדערט מיר נאר ווי אסאך שרייבער שטעלן צאם אלע רבנים און רביס צוזאמען. כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות איז גילטיג ביי רביס אויכעט. ס'רוב איז טאקע קאראפטירט אבער ווי אומגלויבליך ס'זאל נישט זיין זענען נאך יא פארהאן עטליכע ערליכע צווישן זיי וואס גיבן זיך אוועק פאר'ן באשעפער.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

1:28:02

שליחה דורך פלעין יודיש »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=h_Netl9yaEs[/youtube]
פארשפארט