ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב פיל א פשוטערע פראגע.
ווער האט איינגערעדט @זורח אז מצות ישוב ארץ ישראל איז מער גילטיג אינדערויסן פון די גרינע ליניע ווי אין מדנ"י זעלבסט?
ישראל קאפקע: איינער וועלכער איז נישט קיין עף.עף.בי. און ער איז נישט זייער שטארק באהאוונט אין די קליינע פינטלעך,אדער ער האט נישט אדורכגעלערנט דעם ספה"ק ויואל משה ככתבו וכלשונו, קען נישט פארשטיין די דקות'דיגע חילוקים. און דעריבער איז ראטזאם אז ער אדער זי זאלל נישט אריינרעדן אין די האקעלע עניינים, איידער ער אדער זי לערנט גרונטליך אדורך די גאנצע סוגיא על בוריה. די קאמפיוטער פראגראמען וועלכע פרינטן ארויס אינפא-גראפס און פיי טשארטס האבן נאכנישט דערלערנט אט די סוגיא.
והשנית. דאס אידישע הארץ ציעט אין איין דירעקציע. און דאס הארץ פון די בני נח ציעט אין אנ'אנדער. סובקאנשיעסלי. עיין פירש"י על הפסוק ויחד יתרו...!
ואידך פירושא, זיל גמור. )דאס האביך סתם אזוי אריינגעווארפן אלס א באנוס...