וכדומה.. האט געשריבן:ס'נישטא אזא זאך אז א מענטש זאל וויסן עפעס אן דעם וואס ער זאל עס האבן אדער געזען מיט די אייגענע אויגן, אדער א געוויסע מאס ראיות און עדות וואס זאגט פאר זיין מוח, אקעי דאס ווייס איך אז סאיז אזוי
אויב האבן מיר נישט קיין פארשטענדעניש אויף די בעסיק פרעמעס מיינער איז זון-לאז צי גיין ווייטער
איז לאז מיך גיין אביסל שטייט און זאג מיר וואו דו פארלירסט מיך
איך וועל אביסל "אווער סימפלעפייען" און צי ברעגלען אויף שטיקלעך
א.
וואס מיינט דאס וויסען אז א מענטש ווייסט אז זיין נאמען איז "משה" שטייט געשריבן ערגעץ אויף זיין hard drive "איך הייס מושה"
ב. וויסען איז
פאסיוו - וויסען איז א מצב וואו אזוי דער מח איז גע'set אן דעם וואס ער זאל עפעס דארפן טון דערצו. ער קען זיך לייגן שלאפן אין נישט וויסען פארוואס ער ווייסט וואס ער ווייסט נאך אלץ וועט אין איינע פין די bytes אויף זיין hard drive זיין גע'set מיט משה - ס'איז פאר דעם מוח נישט קיין שים חילק וואו אזוי די
משה byte איז געווארען גע'set
ג.
וואו אזוי ווערט א וויסען byte גע'סעט? איינע פין די וועגן איז דארך logic ראיות אדער דארך זען מיט די אויגן.
ס'איז אבער נאך אמאל כדי מדגיש צו זיין אז די אלע מהלכים זענען נישט מער וואו א "וויעקעל" וואס סעט די
byte פין
וויסען.
משל למה הדבר דומה, א מענטש זאל ניצען א car וואס זאל אים פירן קיין מאנסי, איין מאל ער איז שוין אין מאנסי דארף ער מער נישט דער קאר.
(פארשטייט זיך ער קען געווענדליך ניצען דער קאר א וועג צי פארען פין מאנסי, אויך)
ד.
איז לאגיק, זען מיט די אויגן, אדער ראיות די איינציגסטע וועג וואו אזוי א "וויסען-בייט" קען ווערן גע'סעט? ניין פיסכעלאגן האלטן היינט אז אסך א
גרעסערע חלק פין אינזער וויסען קימט נישט דארך לאגיק אדער מאכן א חשבון אז איך זעה מיט מיין אויגן מיז דאך זיין אזוי (left brain)
ה. סך א גרעסערע חלק פין אינזער ידיעת נעמט זיך פין דער right brain וואס קען בכלל נישט קיין חשבון.
לאמער זאגן אז דו ווייסט אז דיין נאמען איז משה - זאל שוין אויך זיין אז דו האסט קאראנטע ראוית דעראויף - איז נאך אלץ מעגליך דיך צי מאכן וויסען, למשל דארך
היפנאסעס, אז דיין נאמען איז יענקעל אין נישט משה.
ו. די מהלך פין וויסען-דארך-ראוית איז דאס מערסטע באקאנט פאר רוב מענטעשן, ווייל דאס איז זייער אוויווען אויף. פראפעשענל עדוועטייזערס, דעמעגאגען, היפנעטיסט, (פאלעטישענס) און פיסכעלאגן ווייסען אז דאס איז ווייט נישט דער מציאות - זיכער קען א
חלק פין מוח מאכן חשבונת אינטערן טיש אויך אבער פיל א גרעסערע חלק האט נישט קיין שייכת מיט קיין חשבון און קען נישט קיין חשבון און רעכענט זיך נישט מיט קיין חשבון.
ז. וויסען bytes קענען זיין שטערקער גע'set אדער שוואכער גע'set וואו שטארק דאס איז גע'set האט נישט צו טון וואו שטארק די ראוית וואס דער מענטש האט געהאט בשעת ס'איז געווארן גע'set - ס'האט מער צו טון וואו שטארק emotionally aroused דער מענטש איז געווען בשעת מעשה - און מיט אסך אנדערע פאקטארען
ח. נאך מער, היות "ראוית" איז נישט "איינס" מיט "וויסען" איז דא פעלער וואו א מענטש וועט וויסען וואס ער ווייסט חאטש ער האט ראוית אויף פארקערט. (עיין ערך PTSD)
דו זעלבע איז מיט זען מיט די אויגן א מענטש קען זען מיט דו אויגן און וויסען אנדערש.
ט. יעצט אז מיר פארשטייען אז "וויסען" מיינט אז א געוויסע byte איז גע'set אויף א געוויסע וועג, קענען מיר שוין אויך הערן אז א מענטש ווערט געבוירן מיט געוויסע ידיעת - פיסכעלאגן ריפען דאס אן innate knowing (דו קענסט דאס אנריפען אהבה מסותרת) דאס מיינט אז דער מענטש ווערט געבוירן שוין מיט די bytes גע'set אויף א געוויסע וועג.
למשל א קליין קינד וועט זיך דערשרעקן ווען ער וועט הערן זייער א הויך קול אדער וועט האבן א פחד
(פחד איז א "וויסען" אז דאס איז א סכנה) פין אן הויעך פלאץ חאטש ער איז קיינמאל נישט אראפגעפאלן. evolutionary psychology איז דאס מסביר אז די byte איז געווארן גע'set דאך דיין עלטער עלטער זיידע - דו ביסט פשוט א מאמין בן מאמין.
(בדרך אגב ס'דא ריסערטש אז א מענטש כאפט א פחד פין א שלאנג נאך פיל איידער זיין חלק מוח וואס קען חשבון ווערט געוואר אז ער האט בכלל געזען א שלאנג)
אויב ביסטו קלאר ביז אהער איז שייך צו גיין ווייטער - אויב ווליסטו מגיב זיין ביטע טו דאס אויף איין אות אויף א מאל, ווען נישט פארט מען פין איין זאך צום צווייטען אן קיין קלארקייט