berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס נישט וואס דו זוכסט. נאר נאכ'ן ליינען און הערן איבער די געפערליכע סומאטוכע פון די שרעקליכע פריצות'דיגע בילד אויפ'ן קאווער פ]ון טעיסטער'ס טשאויס, ביניך געגאנגען צו מיין קיטשן קעבינעט און כ'האב ארויסגענומען די דזשאר פון קאפפי און כ'האב אנגעהויבן צו זיוכן די שרעקליכע בילד. איך האב זייער שטארק געדארפט קוקן כדי צו באמערקן עס.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך בין אמאל געווען ביי א משפחה שמחה אין סקווירא עיר הקודש. דאכט זיך א פדיון הבן. וואו די העיליגע רעבע שליט"ע איז אויך אנוועזנד געווען...פלוצלינג געט די גבאי, ר' ישעיה אונגאר, ע"ה א שריי...."אלע פרויען זאללן אראפ געין פון די מחיצה"...האט א יעדער ארויפגעקוקט. ביז דאמאלס איז קיינעם נישט איינגעפאללן צו קוקן אויב די פרויען שטייען אויף די מחיצה...
די זעלבע דא. ביז די צדיקים האבן נישט מעורר געווען אז ס'איז דא פריצות'דיגע בילדער האט קיינער נישט באמערקט.
א נארמאלער מענטש ווען ער נעמט א קאפי קוקט ער נישט און ליינט איבער א יעדע זאך וואס שטייט אויפ'ן באטל. נאר איינער וועלכער האט איבריגע צייט קען דאס טון...
[tag]berlbalaguleh[/tag], כ'גיי יעצט איבערנעמען דיין פלאץ, און זאגן: האסט מיך דערמאנט פון א מעשה...
מ'דערציילט אויף רבי גד'ל אייזנער זצ"ל, מגדולי המשפיעים ב'גור, אז ער איז אמאל געשטאנען אין ארץ ישראל ביי א באס סטאפ און געווארט - מיט נאך א גערע בחור - פאר א באס. אינמיטן איז צוגעגאנגען א פרוי צו רבי גד'ל, און פרעגט אים 'מה השעה'? רבי גד'ל נעמט ארויס זיין זייגער, און זאגט איר וויפיל אזייגער ס'איז. פאר דעם בחור האט דאס מורא'דיג פארדראסן, א חוצפה, א פרוי זאל צוגיין צו א פרעמדע מאן און פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און נאכדערצו פון דער גערער משגיח רבי גד'ל?!
ס'גייט אדורך צוויי מינוט, און די פרוי קומט נאכאמאל צו צו ר' גד'ל, און פרעגט ווידער וויפיל אזייגער ס'איז, און ר' גד'ל האט מיטן גאנצן רואיגקייט געענטפערט. דער בחור האט געשפירט ווי ער קראכט, אבער ער האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע כוחות. נאך אפאר מינוט, איז זי צוגעגאנגען צו רבי גד'ל צום דריטן מאל פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און רבי גד'ל האט ווייטער ארויסגענומען די זייגער, און געענטפערט מיטן גאנצן פשטות וויפיל אזייגער ס'איז.
דא האט דער בחור זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, און איז צוגעגאנגען צו רבי גד'ל און געפרעגט: ילמדנו רבינו, דריי מאל וואס די זעלבע פרוי קומט צו צום משגיח, ממש א 'פריצות', און פרעגט אזא נארישע שאלה, און דער משגיח איז זיך נאך בכלל מתייחס צו איר?! האט רבי גד'ל געענטפערט מיט א שמייכל: וואס? ס'איז געווען די זעלבע פרוי?!...
ופני המן חפו...