אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א באנדע שטריקער'ס ענק! אנשטאט'ס טוהן צו דער זאך, מאכט מען ווערטלעך אויף ק''ש!
רבותי, ס'איז אלול! נישט קיין צייט צו פאטשקנ'ען די צייט!
מ'האט יעצט א געלעגענהייט, חברה. מאכט'ס אין טשיינ'א נייער ספעציעלער 'קאווע פלאש בעג'ס'. נעה, מאכט'ס צוויי סארטען, מיט צוויי ערליי השגחות, לויפט'ס ארום צוזאמשטעלען חתימות, מאכט'ס א טומול קעגען איינער פון די בעג'ס, און נאכדעם א טומול צוריק, און מאכט'ס פרנסה! פאטשקע נישט קיין געלעגענהייט, ווייל באלד וועלען די וויכטיגע טעלעפאן'ן פון מאנסי פועל'ן ביים קאווע פאבריצירער און די פרוי וועט זיך שוין צודעקען, גאלען איהר קאפ, באשירצלען, אנטוהן סימ'ס כמספר סו''ד, און באקען קינד'ל. און דעמאלס איז שוין צו שפעט.
ס'איז דא אויף דעם א פסוק אין קהלת, אבער אין ביה''כ קען איך עס נישט אראפברענגען.

אלס פיין און וואויל, אבער אלס ליטוואק וואלסטו געדארפט אננעמען שיטת הגר"א אז הרהור איז לימוד התורה ממש, און אויב דו האסט אליינס מהרהר געווען אין יענעם פסוק פון קהלת, דאן האסטו ל"ע געלערנט אין ביה"כ [ומה"ט, ברענג שוין אריבער דעם פסוק]... :lol:
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

שליחה דורך סביב העולם »

בילד
TODAYS NEW YORK POST

חילול השם איום ונורא!!!

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.

איך אויך נישט.
איך האב מורא ס׳איז אייגן פארברעצירט
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

שליחה דורך סביב העולם »

בילד
i just forward it. sorry

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

זיכער איז עס פאלש. קוק אן די קאליר אויבן איז ליכטיגער און די פאנט איז אנדערש.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

כידוע האט די Tropicana ארענזש דזשוס אויך אמאל געהאט אזא שרעקליכע בילד אויפן באטל און הגאון ר' חיים לייב כ"ץ איז נאך דעמאלס גיוועהן דיין אין בעלז און איינער האט גיברענגט צו שלש סעודות ארענדזש דזשוס און ער האט אנגעהויבן צו פארפירן אז מען טאר עס נישט ארויפלייגן אויפן טיש האט זיך א אינגערמאן (גראדע א בנש"ק) זיך גיגעבן א רוף אהן איר האט אויפגעהויבן איר קלייד? ווי אזוי ווייסט איר אז עס איז טאקע א פרוי?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

אזוי ווי ביי די פלשתים, רציחה (אויף אברהם) איז מותר אבער ניאוף נישט...
איך ראלל זיך פאר געלעכטער, וואס דא טוט זיך נישט...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

שליחה דורך פליקער »

האקט'ס, רעדט'ס, שיסט פעך שוועיבל, אבער ווילאנג מען רעדט פון 'קאווע שטיבל' איז עס אקעי מיט מיר
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זוך עס און איך טרעף נישט. ביטע לינקען.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס נישט וואס דו זוכסט. נאר נאכ'ן ליינען און הערן איבער די געפערליכע סומאטוכע פון די שרעקליכע פריצות'דיגע בילד אויפ'ן קאווער פ]ון טעיסטער'ס טשאויס, ביניך געגאנגען צו מיין קיטשן קעבינעט און כ'האב ארויסגענומען די דזשאר פון קאפפי און כ'האב אנגעהויבן צו זיוכן די שרעקליכע בילד. איך האב זייער שטארק געדארפט קוקן כדי צו באמערקן עס.
דאס דערמאנט מיך א מעשה. איך בין אמאל געווען ביי א משפחה שמחה אין סקווירא עיר הקודש. דאכט זיך א פדיון הבן. וואו די העיליגע רעבע שליט"ע איז אויך אנוועזנד געווען...פלוצלינג געט די גבאי, ר' ישעיה אונגאר, ע"ה א שריי...."אלע פרויען זאללן אראפ געין פון די מחיצה"...האט א יעדער ארויפגעקוקט. ביז דאמאלס איז קיינעם נישט איינגעפאללן צו קוקן אויב די פרויען שטייען אויף די מחיצה... :lol:
די זעלבע דא. ביז די צדיקים האבן נישט מעורר געווען אז ס'איז דא פריצות'דיגע בילדער האט קיינער נישט באמערקט.
א נארמאלער מענטש ווען ער נעמט א קאפי קוקט ער נישט און ליינט איבער א יעדע זאך וואס שטייט אויפ'ן באטל. נאר איינער וועלכער האט איבריגע צייט קען דאס טון... :roll:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:

[tag]berlbalaguleh[/tag], כ'גיי יעצט איבערנעמען דיין פלאץ, און זאגן: האסט מיך דערמאנט פון א מעשה...

מ'דערציילט אויף רבי גד'ל אייזנער זצ"ל, מגדולי המשפיעים ב'גור, אז ער איז אמאל געשטאנען אין ארץ ישראל ביי א באס סטאפ און געווארט - מיט נאך א גערע בחור - פאר א באס. אינמיטן איז צוגעגאנגען א פרוי צו רבי גד'ל, און פרעגט אים 'מה השעה'? רבי גד'ל נעמט ארויס זיין זייגער, און זאגט איר וויפיל אזייגער ס'איז. פאר דעם בחור האט דאס מורא'דיג פארדראסן, א חוצפה, א פרוי זאל צוגיין צו א פרעמדע מאן און פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און נאכדערצו פון דער גערער משגיח רבי גד'ל?!

ס'גייט אדורך צוויי מינוט, און די פרוי קומט נאכאמאל צו צו ר' גד'ל, און פרעגט ווידער וויפיל אזייגער ס'איז, און ר' גד'ל האט מיטן גאנצן רואיגקייט געענטפערט. דער בחור האט געשפירט ווי ער קראכט, אבער ער האט זיך איינגעהאלטן מיט אייזערנע כוחות. נאך אפאר מינוט, איז זי צוגעגאנגען צו רבי גד'ל צום דריטן מאל פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און רבי גד'ל האט ווייטער ארויסגענומען די זייגער, און געענטפערט מיטן גאנצן פשטות וויפיל אזייגער ס'איז.

דא האט דער בחור זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, און איז צוגעגאנגען צו רבי גד'ל און געפרעגט: ילמדנו רבינו, דריי מאל וואס די זעלבע פרוי קומט צו צום משגיח, ממש א 'פריצות', און פרעגט אזא נארישע שאלה, און דער משגיח איז זיך נאך בכלל מתייחס צו איר?! האט רבי גד'ל געענטפערט מיט א שמייכל: וואס? ס'איז געווען די זעלבע פרוי?!...

ופני המן חפו...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אויפדעקונג: די מיסיאנערן פון טעיסטער טשאוס קאפי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביי גוים זאגט מען א מעשה: א נזיר און סתם א מענטש לאזען זיך אויס אויפ'ן וועג. זיי קומען אן צו א ריטשקע וואס מ'האט געקענט דורכגייען צו פוס. דארט איז געשטאנען א פרוי וואס האט מורא געהאט דורכצוגייען. האט דער נזיר זי געלייגט אויפ'ן אקסעל און אריבערגעפיהרט. נאך דעם גייען זיי ווייטער א שעה צייט שטילעהייט. פלוצלונג פרעגט דער מענטש צום נזיר 'היתכן? ווי קען א פרומע נזיר לייגען א פרעמדע פרוי אויפ'ן אקסעל?'
'איך האב זי אראפ געלייגט א שעה צוריק. דו טראגסט איהר נאך!'
ודפח''ח
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גוטע פינטעלך האט געשריבן:אזוי ווי ביי די פלשתים, רציחה (אויף אברהם) איז מותר אבער ניאוף נישט...
איך ראלל זיך פאר געלעכטער, וואס דא טוט זיך נישט...

עיין נחום ראזנבערג על פרשת השבוע...!
פארשפארט