זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2331 מאל

זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

יעצט אין די סאמע טעג פון עשי"ת וואס ווערן אנגערופן די פארכטיגע טעג מישט זי זיך צינויף מיטן זמן שמחתנו וואו משטייט וואו מגייט זעהט מען פלאקאטן וואו מ'קען זיך אלטץ איינהאנדלען די ד' מינים וואו אימער ס'איז נאר דא עפעס א שול'כעל וואס ווערט נישט געניצט איבערן וואך ווערט דאס פארוואנדעלט אין א ד' מינים סענטער, צוביסלעך מיט די צייט ווערן די גאסן אויסגעלייגט מיט טישלעך אין באצירט מיט די שמעקעדיגע אתרוגים מענטשן שטייען אין מ'זוכט מיט פארגרעסערונג גלעזער אויב סאיז פארהאן ערגעצוואו עפעס אזא קליין שווארץ פינטעלע אזוי פסל'ט מען אפ איין אתרוג נאכן צווייטן ענדליך איז שוין דא עפעס אן אתרוג וואס מ'קען קוקען דערויף אה דאס קוקט שוין אויס עפעס צו זיין וואס דער פסוק מיינט אבער ווארט ער איז זיך נאך נישט מייאש ער קוקט זיך ארום צווישן די שכנים זיינע אזא איינער וואס מאכט א רושם פון באזיצן אן עין חדה ער זאל לייגן זיין עין בקורת דערויף נו יגע ומצא ער הייבט אן האבן ספיקות אהער אין אהין נו אז ס'איז דאך נישט דער איינציגסטער אתרוג ס'איז א טיש פול מיט אתרוגים פרובירט מען צו זעהן נאך, אויף אלטץ איז דאך למעשה דא שאלות זוכט ער אויף א דריטן וואס קען זיין ראוי לברכה אין מ'לאזט זיך ארויס אין וועג אנצוקלאפן על פתחי יושבי על מדין ענדליך נאכן שטיין א וויילע אין די רייע איז ער שוין ביים טיש און הייבט אן אויפוויקלען זיינע סחורה דער מורה הוראה האט דאך אן עין רגילה באלד איז ער צופה כל הנסתרות אין הייבט אן קווענקלען אהער אין אהין למעשה האט ער בוחר געווען הרע במיעוטו אין האט געטראפן פון די דריי איינס וואס ס'איז ראוי לברוך עליו

רבותי הגע בעצמכם הונדערטע יאהרן וואס קהילות בישראל האבן געבליעט אין די העכערע אייראפעאישע מדינות וואס צוליב זייער קאלטער קלימאט זענען זיי נישט געאייגענט פאר אתרוגים וואוקס מהאט אלטץ געדארפט דאס ברענגען פון די מדינות וואס ברעגן זיך ביים מיטעללענדישן ים בעיקר פון דרום איטאליע

איר קענט זיך אליין פארשטעלן כמה יגיעות יגע אז די אתרוגים זאלן מאכן די רייזע בשלום פון קאלאבריע קיין שפייער און מאגענצא אדער קיין קראקא און אוסטרוה נאך לאנגע פארצויגענע וואכן פון שוועריגקייטן און פלאג אזוי אויך איז דאן נישט געווען די מעגליכקייט צו ברענגן אין גרויסע קוואנטומס ווי היינט מ'זעהט אין די ספרים פון מיטלאלטער אז צומאל איז אינגאנצן געווען איין אתרוג פאר א קהילה אדער אפילו עטליכע קהילות און צוגאב איז די אגרוקולטוראלע מיטלען נישט געווען אזוי פארגעשריטן ווי היינט

עכ"פ בימים ההם האט מען נישט געהאט קיין גרויסע אויסוואהלן און נישט פארמאגט די היינטיגע השגות די אלע הלכות וואס מהאט דאן נושא געווען אנטבלאנגטיג שנוי מראה וכדומה זענען געשריבען געווארן אין די קאנטעקסט פון יענע מציאות ווייל למעשה זענען דאך די אלע הלכות רעלאטיוו סאיז נישט פארבינדען צום ביישפיל מיט שיעורים סאיז פארבינדען מיט א רעלאטיוון קאנצעפט פון נראה לעינים וכדומה וואס אמאל ווייזט אויס איז גארנישט געווען אזוי שנעל נראה לעינים היינט אז ס'איז אכשר דרא איז שוין אלעס נראה לעינים

איז דען נישט די איידיע פון פסול אזאנס וואס איז אן אויסנאם עפעס א נישט געווענליכס וויאזוי איז דאס אז רוב אתרוגים אויפן מארקעט איז בקושי כשר איז דאס נאר פאר דעם איינעם זינד וויל סאיז דא א שפע ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר