וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

איך בין נישט קלאר, דאס מיינט אז ער וויל יעצט ווערן א שומר שבת?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אבטולמוס[/tag],
כדרכך בקודש: שיינע באשרייבונג, און ש'כח פארן צוריקקומען פון דיין לענגערע אפוועזנהייט!

תכל'ס גערעדט [[tag]מאטי[/tag], וד"ל...], זעסטו אז ער זאל בכלל אנערקענען אינעם עקזיסטענץ פון גאט, אדער סך הכל שפירט ער נאסטאלאגיע - אדער ווי דו רופסט עס 'ער פלירט' - צום שבת?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראובן. ייש"כ פאר די הערליכע באשרייבונג. איך האב עטליכע באמערקונגען. נאכ'ן ליינען די קורצע, אבער וויכטיגע שטריכן פון דעם חשוב'ן דאקטאר'ס ביאגראפיע און לעבנ'ס געשיכטע. ער וואלט געדארפט שרייבן זיין פאמיליע נאמען מיט א סגול, שטאט'ס א פתח. אויף ענגליש. מיט אן "אי" אנשטאט מיט אן "עי" אדער "או"...!
ס'איז א גרויסער שאד אז ר'איז אויפגעוואקסן אין א תקופה פון פארשלאסנקייט און אומוויסנהייט. ווייל אויב ער וואלט ווען דערקלערט זיין אריענטאציע און פרעפערענצן אין יאר 2015 וואלטן די עלטערן איהם אראנזשירט א "קאמינג אוט פארטי" לכבוד זיין ארויסקומען פון דעם פראווערביאל'ן קלאזעט. ער וואלט אויך געקענט ארויסנעמען א הייראט'ס שיין אין די שטאט ראט הויז. אדער ביי סיי וועלכן ריכטער ...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין און אינטערסאנט. ער האט אפשר עפעס מיט הרב סאקס פון לאנדאן? דר. סאקס קומט דאך אויך פון לאנדאן.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

עס איז דערפרישענד צו זען א פרייען איד זיך באגעגענען מיטן שבת אין אזא פאזיטיווע פארנעם נאכדערצו ווען די רעדע איז פון א גרויסע וויסנשאפטלער, אבער איך זע נישט וויאזוי דאס קען מיר אינספירירן. אוודאי טוט די שבת גייסטיש אפעלירן פאר איינער וואס איז געווען אפוועזענד פון איר פאר לאנגע יארן, אבער מיינט דאס אז רוען יעדן שבת האט דעם זעלבען שטארקן גייסטישען אפעקט וואס דער גאון דעסקרייבט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אי משום הא, זאל ער טועם זיין פון אן אראבישן ראמאדאן, אדער א בודהיסטישן חגא, און ער וועט זען די זיסקייט פון זייערע פייערונגען. אזעלכע 'זיסקייטן' ווי א שבת, קען ער טרעפן [ענדליכס] ערגעץ אנדערש אויך.
א חוץ אויב ער רעדט פון נאסטאלאגיע אויך, דהיינו זיך דערמאנענדיג פון זיין יוגנט ווען ער איז געווען פרום [אגב, בזה נתקשה אדנירם. מילא ער איז געבוירן ביי פרייע, האט ער קיינמאל נישט טועם געווען טעם 'זיסקייט פון שבת', אבער זייענדיג ארטאדאקסיש ביי זיין יוגנט, מאי שנא היום מאתמול אז ער האט 'געזען' די זיסקייט. וי"ל, אז זיי זענען געווען 'יענע ארטאדאקסן'...].
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:אי משום הא, זאל ער טועם זיין פון אן אראבישן ראמאדאן, אדער א בודהיסטישן חגא, און ער וועט זען די זיסקייט פון זייערע פייערונגען. אזעלכע 'זיסקייטן' ווי א שבת, קען ער טרעפן [ענדליכס] ערגעץ אנדערש אויך.
א חוץ אויב ער רעדט פון נאסטאלאגיע אויך, דהיינו זיך דערמאנענדיג פון זיין יוגנט ווען ער איז געווען פרום [אגב, בזה נתקשה אדנירם. מילא ער איז געבוירן ביי פרייע, האט ער קיינמאל נישט טועם געווען טעם 'זיסקייט פון שבת', אבער זייענדיג ארטאדאקסיש ביי זיין יוגנט, מאי שנא היום מאתמול אז ער האט 'געזען' די זיסקייט. וי"ל, אז זיי זענען געווען ׳יענע ארטאדאקסן'...].


און ׳יענע ארטאדאקסן׳ עסען נישט קיין באבעגענוש מיט טאמעטע דיפ אין שבת???

יעדע רעליגיע האט א גיטע חלק, ספעציעל די בודהיסיטן און הרב אדנירם וואלט שוין געדארפט צו וויסן אז ״אונזער״ היינטיגע רעליגיע האט געגנבט גענוג און נאך פון אנדרע רעליגיעס, נעמט למשל אזא קאנצעפט ווי גאווה און ענווה שמחה און עצבות, התבודדות, וכו׳ וכו׳ וואס מ׳האט קלאר געגאנבעט פון בודהא און גריכישע פילאסעפערס אין יענע צייט, חז״ל זאגן טאקע איזהו חכם הלומד מכל אדם! און מכל מלמדי השכלתי!

וואס אליווער סאקס מיינט צו זאגן אז אפילו רעליגיע אין זיינע אויגן איז ווערטלאז דאך איז יא דא שיינע חלקים דערפון וואס איז ווערט אנצוהאלטן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נישט אז דו ביזט ווערט א התייחסות, דו זוכסט נישט צו פארשטיין אזוי ווייט ווי צו שטויסן, אבער כ'וועל נאכאלס ענפערן.
איך האב מיך מתייחס געווען צו ראובן'ס ווערטער אז ער האט געזען די 'זיסקייט פון אידישקייט', ועל זה תמהתי אז אזעלכע זיסקייטן זענען פארהאנען אין יעדער רעליגיע [ענדליך צו דיינע ווערטער].
אביסל הבנת הנקרא, וואלט דיר נישט געשאדט [און אן הבנת הנקרא, ווערט מען טאקע גרינג אן 'אפיקורס'...].
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אדנירם האט געשריבן:נישט אז דו ביזט ווערט א התייחסות, דו זוכסט נישט צו פארשטיין אזוי ווייט ווי צו שטויסן, אבער כ'וועל נאכאלס ענפערן.
איך האב מיך מתייחס געווען צו ראובן'ס ווערטער אז ער האט געזען די 'זיסקייט פון אידישקייט', ועל זה תמהתי אז אזעלכע זיסקייטן זענען פארהאנען אין יעדער רעליגיע [ענדליך צו דיינע ווערטער].
אביסל הבנת הנקרא, וואלט דיר נישט געשאדט [און אן הבנת הנקרא, ווערט מען טאקע גרינג אן 'אפיקורס'...].

אזוי גאר!
וויאזוי מאכסטו אפ צו איינער איז ווערט התייחסות צו נישט?, ווי ליגט די פיבער מעסטער פון פארשטיין??? ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ווערט התייחסות? אדער א א פערזענליכע אטאקע פון דיר???

למעשה איז לעצטענס געוועהן א שטודיע אז די אטעיסטיטן קענען און ווייסן אסאך מעהר פרטים פון רעליגיע ווי די רעליגעזער אליינס!

און איך קען מעיד זיין אז רוב היימישע אידן ווען דו וועסט זיי אפשטעלן אויף די גאס און די וועסט זיי פרעגן צו די זוהן פארט ארום די וועלט צו פארקערט וועלן זיי נישט וויסן דעם אמת, אדנירם קענסט זאגן און שרייבן וואס דו ווילסט און שרייבן אין קאווע שטיבל שיינע מאמרים אבער פאקט בלייבט פאקט! רוב דאקטורים, סייענטיסטן (98.9%),פילאסעפערס, אינטעלעיקטשולס זענען אויף מיין זייט! נישט אויף דיינס! און יא זיי האבן געלערנט די תורה פונקט ווי דו , און זיי האבן אויך נישט קיין הבנת הנקרא נאר די מיט אפאר אמשינובער חסידים און רביזיכרונולברכה אידן פארשטיין ???
Give me a break
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נישט אז ס׳איז א argument of authority, אבער ס׳געפעלט מיר ווי דו וואס דו ביסט אין די מינאריטי און גלייבט זאכן אן קיין טראפ עווידענס קומט זאגן אז ״ווער ס׳האלט נישט ווי מיר איז א טיפוש און ער קען נישט אפלערנען א שטיקל חומש און ער האט נישט די ריכטיגע הבנת המקרא! זאג! פארוואס לערנט מען נישט קיין נ״ך אין אונזער סירקולס? הבנת המקרא??? מ׳קען דאך אויסטייטשן די בארבארישע מעשיות מיט חסידישע תורות און נאכדעם זאגן ווער סזאגט אנדערש האט נישט קיין הבנת המקרא??? הא??????

דו דערמאנסט מיך פון א אמיש וואס זיצט אין זיין הויז אין די טונקל אן קיין לעקטער און פארט מיט א אלט מאדישע פערד און וואגן און זיין גאנצע הויז שטינקט פון פערדן צואה און ער שרייעט אז ער איז די נארמאלע און ער איז גערעכט!!! און אלע אנדערע ווילן נעבעך נישט פארשטיין!!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:נישט אז דו ביזט ווערט א התייחסות, דו זוכסט נישט צו פארשטיין אזוי ווייט ווי צו שטויסן, אבער כ'וועל נאכאלס ענפערן.
איך האב מיך מתייחס געווען צו ראובן'ס ווערטער אז ער האט געזען די 'זיסקייט פון אידישקייט', ועל זה תמהתי אז אזעלכע זיסקייטן זענען פארהאנען אין יעדער רעליגיע [ענדליך צו דיינע ווערטער].
אביסל הבנת הנקרא, וואלט דיר נישט געשאדט [און אן הבנת הנקרא, ווערט מען טאקע גרינג אן 'אפיקורס'...].

יא. אבער ש.א. פארפיהרט דעם שמועס אויף אנדערע רעלסן. און איך וואלט רעאגירט דא. אבער איך וויל נישט פארדרייען די טעמע פון דעם אשכול.נאר אנרירן אויפ'ן שפיץ גאפל. אז איך פיהל מיך פערזענליך געטראפן ווען א איד האט נישט אזויפיהל זעלבסט ווירדע און אידישן שטאלץ אז ער האלט אז זיין גאנצע רעליגיע איז איין שטיק פעיק פאוני און פראוד. אז אלע אידישע ווערטן זענען געגנב'ט געווארן פון די גוי'אישע פילאזאפן און צדיקים. ווען איך וואלט (ח"ו) געהאלטן אזוי וואלט איך געזאגט אז איך ווער ענדערש א בודהיסט...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:נישט אז דו ביזט ווערט א התייחסות, דו זוכסט נישט צו פארשטיין אזוי ווייט ווי צו שטויסן, אבער כ'וועל נאכאלס ענפערן.
איך האב מיך מתייחס געווען צו ראובן'ס ווערטער אז ער האט געזען די 'זיסקייט פון אידישקייט', ועל זה תמהתי אז אזעלכע זיסקייטן זענען פארהאנען אין יעדער רעליגיע [ענדליך צו דיינע ווערטער].
אביסל הבנת הנקרא, וואלט דיר נישט געשאדט [און אן הבנת הנקרא, ווערט מען טאקע גרינג אן 'אפיקורס'...].

אזוי גאר!
וויאזוי מאכסטו אפ צו איינער איז ווערט התייחסות צו נישט?, ווי ליגט די פיבער מעסטער פון פארשטיין??? ווען איינער האלט אנדערש פון דיר איז ווערט התייחסות? אדער א א פערזענליכע אטאקע פון דיר???

למעשה איז לעצטענס געוועהן א שטודיע אז די אטעיסטיטן קענען און ווייסן אסאך מעהר פרטים פון רעליגיע ווי די רעליגעזער אליינס!

און איך קען מעיד זיין אז רוב היימישע אידן ווען דו וועסט זיי אפשטעלן אויף די גאס און די וועסט זיי פרעגן צו די זוהן פארט ארום די וועלט צו פארקערט וועלן זיי נישט וויסן דעם אמת, אדנירם קענסט זאגן און שרייבן וואס דו ווילסט און שרייבן אין קאווע שטיבל שיינע מאמרים אבער פאקט בלייבט פאקט! רוב דאקטורים, סייענטיסטן (98.9%),פילאסעפערס, אינטעלעיקטשולס זענען אויף מיין זייט! נישט אויף דיינס! און יא זיי האבן געלערנט די תורה פונקט ווי דו , און זיי האבן אויך נישט קיין הבנת המקרא נאר די מיט אפאר אמשינובער חסידים און רביזיכרונולברכה אידן פארשטיין ???
Give me a break

שבת אחים האט געשריבן:נישט אז ס׳איז א argument of authority, אבער ס׳געפעלט מיר ווי דו וואס דו ביסט אין די מינאריטי און גלייבט זאכן אן קיין טראפ עווידענס קומט זאגן אז ״ווער ס׳האלט נישט ווי מיר איז א טיפוש און ער קען נישט אפלערנען א שטיקל חומש און ער האט נישט די ריכטיגע הבנת המקרא! זאג! פארוואס לערנט מען נישט קיין נ״ך אין אונזער סירקולס? הבנת המקרא??? מ׳קען דאך אויסטייטשן די בארבארישע מעשיות מיט חסידישע תורות און נאכדעם זאגן ווער סזאגט אנדערש האט נישט קיין הבנת המקרא??? הא??????

דו דערמאנסט מיך פון א אמיש וואס זיצט אין זיין הויז אין די טונקל אן קיין לעקטער און פארט מיט א אלט מאדישע פערד און וואגן און זיין גאנצע הויז שטינקט פון פערדן צואה און ער שרייעט אז ער איז די נארמאלע און ער איז גערעכט!!! און אלע אנדערע ווילן נעבעך נישט פארשטיין!!!

איך ציטיר דיינע ווערטער פשוט ארויסצוברענגען דיין גאונ'ישע מח [וואס האט משיג געווען 'ברוב חכמתו ובינתו' צו די 98.9%].
רבי'לע, דו פארשטייסט אפילו נישט וואס מיינט הבנת הנקרא. אזוי ווייניג הבנת הנקרא האסטו.
הבנת הנקרא מיינט פארשטיין וואס איז געשריבן געווארן. דהיינו בנידון דידן, וואס איך האב געהאט געשריבן אין די פריערדיגע תגובה צו ראובן'ן, און דו האסט נישט געהאט קיין הבנת הנקרא צו פארשטיין כלפי וואס כ'האב מיך באצויגן, וואס ווען דו פארשטייסט דאס ווען, וואלסטו נישט געענטפערט וואס דו האסט געענטפערט.

האב איך מיך איבערצייגט אז דו האסט אזויווייניג הבנת הנקרא, אז אפילו די באדייט פון הבנת הנקרא פארשטייסטו נישט. ולפלא [או שלא] בעיני, אז דו האסט נישט אויפגעכאפט די חילוק פון נקרא מיט מקרא. כמו"כ פליאה דעת ממני, וויאזוי דו האסט אזוי געקענט אריינלערנען פשט אין מיינע ווערטער, ווען ס'קומט פשוט נישט אריין אין מיין תגובה צו רעדן וועגן פסוקי התורה והבנת המקרא. אבער גיי פארשטיי א וויזשניצער עילוי.

כ'האב אבער נישט קיין טענות אויף דיר, ווייל דיין גאנצע או. טי. די. סטאטוס קומט אויך נישט מרוב עיון בכתבי קודש, כתבי הרמב"ם ודומיו, ולהבדיל כתבי הפילוסופים דוגמת אריסטו וחבריו. דו האסט אונז אלע געגעבן א טעימה קטנה פון דיין ברייטן מח און פארשטאנד אין טעאלאגיע, מיט דיינע גאר טיפזיניגע שאלות איבער גאט [יציאת מצרים, צווייטע וועלט מלחמה, וכו'], וואס איך האב דיר אויפן פלאץ אפגעענטפערט בטוטו"ד. דערפאר האב איך שוין מקדים געווען [האסט דיך אזוי געוואונדערט 'על סמך מה'] אז דו זוכסט נישט צו פארשטיין נאר צו שטויסן. איינער וואס זוכט צו פארשטיין [און אפילו אויב ער דינגט זיך נאכדעם] וואלט נישט געקומען מיט אזעלכע קלאץ קשיות ווי דיר.

און אז די אייזן איז הייס... דיינע איבעריגע טענות ווייזן אויך נישט אויף גרויס חכמה. די סיבה פארוואס ס'דא טויזנטער מאל מער קריסטן ווי אידן אויפן וועלט, איז נישט צוליב - אדער קיין ראי' אז - די קריסטליכע רעליגיע מאכט מער 'סענס'. און כ'דארף נישט אהערברענגען דעם באוואוסטן משל פון רר"י אייבשיץ צום גלח, מיט די מלאכים אין הימל וד"ל, נאר פשוט כפשוטו, די אינטעלעקטואלן זענען על פי רוב נישט געבוירן אין רעליגיעזע שטובער, פונקט אזויווי די קריסטן זענען נישט געבוירן אין אידישע שטובער. דאס איז שוין אויסער דעם פאקט, אז דאס לעבן איז סאך גרינגער און אן קיין עול ווען מ'שפירט זיך נישט משועבד צו א גאט [און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון אפאר אפגעריסענע או. טי. די.'ס]. כ'רעד שוין נישט פון די כבוד ושאר דברים וואס האלטן זיי אפ פון זיין רעליגיעז.

אזוי אויך, ברענג ענדערש די חילוק פון וויפיל רבנים זענען געווארן פרייע אינטעלעקטואלן, לעומת וויפיל פרייע אינטעלעקטואלן זענען געווארן געהעריג פרום! יא! פראפעסארן און אלע אנדערע גרויסע קעפ וועם דו שעצט אזוי שטארק צו זיין אויפן זעלבן באס ווי דיר.


און צום לעצט, נאכן זיך נאכפרעגן גוט ווער שבת'ל איז, קען איך דיר זאגן אזויפיל: דו ביזט נישט מיט די פראפעסארן אויף איין באס. דו ביזט אויפן זעלבן באס ווי די אייוועלט'ניקעס [ולא החכמים שביניהם]. ווייל איך רעד פון 'אדורכטון רעליגיע', און דו רעדסט פון 'זיין אן אפיקורס'. און יא, כ'קען מיך אויך. און א חוץ די אמשינאווע אשכול קען איך מיך פארמעסטן מיט צען אזעלכע 'ברייטע-נישט-אמיש-קעפ' ווי דיר, אין 'נאו טיים'.

כ'וואלט נישט געשריבן אזוי שארף, ווען נישט - - - וויאזוי הייסט עס נאר?!
יא, ווען נישט 'דו זוכסט נישט צו פארשטיין, נאר צו שטויסן'.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אוואדי אז דו שרייבסט עס אזוי קליין און איך ליין פון א סעלפאון געפארקט אין א קאר ,(פארוואס טאקע שרייבסטו עס אין קליין? שעמסטוך דערמיט?) פון ווי ווייסטו אויף וועלכע באס איך בין??? האסט מיך פארהערט??? האסט מיך בכלל אמאל געטראפן און גערעדט מיט מיר א שמועס אז די זיגעלסט אזוי שנעל ? דו מאכסט אפ ווער ס׳איז אויף וועמענס לעוועל און אויף וועמענס באס ??? ווייל אזוי האסטו אפגעמאכט? ווייל דו פילסט דיך באקוועם אזוי? למעשה ביסטו א נער וואס גלייבט נערישע זאכן לדעתי אן קיין טראפ common sense און evidence איז לאך נישט פון יענעם! און יא רוב קלוגע מענטשען אויף דו וועלט לאכן פון דיר מיטן אמשנויבער צוזאמען ! דו מעגסט האלטן אנדערש! מוזט אבער נישט אטאקירן איינער וואס האלט אנדערש!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בד״וו מ׳דארף בכלל נישט זיין קיין חכם נישט צו גלייבן! אז איינער גלייבט נישט עפעס א מעשה וואס איך אדער דו דערציילט מיינט עס אין אנדערע ווערטער אז פאר א געוויסע סיבה האט ער ספיקות צו ס׳איז אמת אדער ער איז געקומען צו א פעסטע החלטה אז ער גלייבט נישט אין די מעשה, ווער זאגט אז מ׳דארף זיין א חכם אדער א נער עפעס יא אדער נישט צו גלייבן? מ׳קען זיין א גרויסע חכם און מחליט זיין עפעס צו גלייבן וואס איז נישט אמת און מ׳קען זיין א גרויסע נער און נישט גלייבן אין עפעס וואס איז נישט אמת! מיט ראמני איז א מארמאן, איך דארף דיר נישט זאגן וואסערע משוגענער רעליגיע און נערישע believes וואס זיי האבן, למעשה איז ער סוקסעפעלע ביזנעסמאן און גאנץ א נארמאלע מענטש אויסער זיין רעליגיע וואס איז א בליינד ספאט ביי אים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וועגן וואס דו זאגסט אז איך בין נאר אינטערעסירט צו שטויסן אנדערש ווי פארשטיין, לאמיר זאגן אז ס׳איז אמת איך בין נאר אינטערסירט צו שטויסן! איך האב נישט קיין רעכט? פארוואס מוז איך זיצן שטיל? אויב איך האלט אז מיינע עלטערן האבן מיך (אומוועלענדיג) זייער שטארק ב׳עוולט מיטן מיך שיקן קיין גיבערס פאר דריי יאר, די ערשטע דריי יאר וואס האט זיך געפענט און עס איז געוועהן שטרענגער ווי די ערגסטע תפיסות אין אמעריקע במלוא מובן המילה, טאר איך נישט שטויסן דערויף??? מ׳האט געגאנבעט פון מיר מיינע שענסטע יאהרן? מ׳האט מיך נישט געגעבן די מינדעסטע עדזשיוקעישאן, נישט אויסגעלערנט אפילו די בעסיקס וואס יעדע מענטש דארף וויסן פארן טאג טעגליכן לעבן, נישט געלאזט האבן קיין איין בוך חוץ א ספר??? איך געדענק אז ס׳איז דעמאלסט ארויסגעקומען די ביכער פון סענדער דייטש ״חרבן אונגארן״ און איך האב עס געברענגט אין ישיבה און מ׳האט עס צוגענומען פון מיר און דער משגיח האט געזאגט דא ליינט מען נישט קיין צייטונגען!!! סיריעסלי ??? די היסטארי פון מיינע עלטערן געשריבן דורך א פאנאטיקער טאר איך שוין איך נישט לייענען??? דעס קען אויך ברענגן צו כפירה???

נישט קיין טעפרעקארדער אפילו יצחק אונגאר און יו״ט ערליך! נישט קיין חילוק, נישט געמעגט ארויסגיין א שפאציר צום לעיק אדער אין וואלד מאן דכאר שמיא! באטראכטן אביסל מאמע נאטור???

מ׳האט איינגעשפארט פערצן יעריגע בחורים אין א תפיסה/ boot camp אין אפסטעיט ניו יארק פאר דריי יאר פאר גארנישט און פארנישט און זיי האבן נישט ח״ו געמעגט אהיימפארן ווען דיין אייגענע פעטער האט געמאכט חתונה (נישט קיין חילוק ווי נאנט די משפחה האט זיך געהאלטן) ווייל ס׳איז שרעקליכע ביטול תורה! אבער ווען דו רבי האט חתונה געמאכט פופצען מאל א זמן האבן אלע בחורים געקומען צו פארן און מיטגעהאלטן די גאנצע זאך מתחילתו ועד סופו און פלוצלינג איז עס אויס ביטול תורה! ווייל די מחותנים הייסן האגער און טווערסקי???
און די מעשה ענדיגט זיך נישט דא און ס׳הייב זיך נישט דא אן! דעס איז נאר איינע פון מיינע פולע טענות וואס איך האב צו די סיסטעם און צו organized religion.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שבת אחים[/tag] איך פיל דיין ווייטאג, און עס טוט וויי מיט רעכט. אבער לגבי דיין ביטערקייט, דערמאנט עס מיר א ווארט וואס איך האב אקארשט געהערט (און גראדע פון א וויזשניצער אייניקל!): ווי זאגט מען אן עקסטרע 'דאסידזש' אויף שווארצקייט-שחור? שחרחרת , און אסאך אדום-רויט זאגט מען אדמדמת, ווי זאגט מען פאר אן "אווער דאסידזש" פון פארביטערטקייט-מר? מרמרש ... ודברי פי חכם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] איך פיל דיין ווייטאג, און עס טוט וויי מיט רעכט. אבער לגבי דיין ביטערקייט, דערמאנט עס מיר א ווארט וואס איך האב אקארשט געהערט (און גראדע פון א וויזשניצער אייניקל!): ווי זאגט מען אן עקסטרע 'דאסידזש' אויף שווארצקייט-שחור? שחרחרת , און אסאך אדום-רויט זאגט מען אדמדמת, ווי זאגט מען פאר אן "אווער דאסידזש" פון פארביטערטקייט-מר? מרמרש ... ודברי פי חכם.


איך בין גראדע געווענטליך נישט אזא גרויסע קאמפלעינער,(אזוי מיין איך) און נישט אז איך טוה שטיצן נעגיטיוויטי און קאמפלעינען ווי איידער Awareness, למשל היינטיגע טעג איז מיין טאטע לכאורה מודה אז ער האט געטוהן א טעות מיט מיך שיקן אין אזא ישיבה, נאך לאנגע שמועסן וואס איך האב געהאט מיט אים איז אים ענדליך אריין אין קאפ אז גיבערס איז טאקע געמאכט נאר פאר א געוויסע סארט בחור ווי איידער זאל קעיטערן צו א ״גאנצע חסידות״ וואס אין דעם איז דא ״אלע מיני מענטשען״ און נישט יעדער האט געדולט צו זיצן פון זעקס פארטאגס ביז עלעף ביינאכט לערנען גמרא!,

איך פרעג באופן כללי פארוואס האבן די אטד׳יס נישט קיין רעכט צו קאמפלעינען און צוריק שטויסן אזא נערישע רשעותדיגע קאראפטירטע סיסטעם ווי מ׳האט זיי צוגעגאנבט זייער יונגעט? בשעת ס׳קומט נאך פאר אין גרויסן? ס׳איז א שרעק צו צוקוקן וויפל קינדער מיט גיטע אידישע קעפ ווערן צוגעגאנבט זייער לעבן און דאס אייגענע לעבן ווערט אויספלאנירט פון פארויס דורך אנדערע מענטשען וואס האבן גאר ווייניג אינטערעסע באמת אין די ציבור און ס׳גייט זיי גאר ווייניג אן פון ווי די אכצען יעריג בחורל וואס קומט יעצט ארויס פון ישיבה און ער שמעקט נאך פון די חברה קנין ספרים צימער און קען ניטאמאל חתמנען זיין נאמען אויף סקריפט(נאר אויף פרינט) זאל יעצט גיין וואוינען אין איינע פון די טייערעסטע שטעט אין די וועלט און צאלן טויזענטער דאללערן פאר א פיצלע פארשטינקע לאך אבי ער קומט צום רבינ׳ס טיש זיך שאקלן איינמאל א וואך!

דעס זאגט שוין א נישט קאמפלעינער!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי, אשכול פארדרייט אלערט.

ס'דא גענוג אשכולות צו דן זיין וועגן די סיסטעם, אין פאקט איז דאס די מערסט באנוצטע אויסדרוק אין שטיבל, לייגט צוריק דעם אשכול אויף די ריכטיגע שינעס.

מיט דאנק
געוואלדיג
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שבת אחים[/tag], איך מיין אז קיינער האט נישט קיין טענות אויף הרב מוטה [בלשון חיבה] פראנק פארן שטויסן אויף די סיסטעם ווי ער איז אויפגעוואקסן און אויף די חינוך פון זיינע עלטערן וואס זענען דאכצעך געווען אסאך מער עקסטרעם ווי דיינע, וד״ל.....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]אבטולמוס[/tag] [tag]געוואלדיג[/tag] און אלע אנדערע חשובע קאווע שטיבל מיטגלידער ,אנטשולדיגט מיר פארן פארדרייען אזא שיינע אשכול איך וועל פראבירן עס מעהר נישט צו טוהן, ואתכם הסליחה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ברוך דיין האמת
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

סאקס מיט זיינע פאציענטן זעעט אויס ווי אנהויב 70 יארן, ער רעדט מיט דייענע סויער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QNum0dTYalk[/youtube]
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: וועלט-בארימטער ניוראלאג אליווער סאקס פלירט מיט'ן שבת

שליחה דורך matovu »

By the way
Anyone read the AMI editorial ?

Sent from my SM-G900V using Tapatalk 2
פארשפארט