אידישע און וועלטליכע היסטאריע
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
הודעות: 20420 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:
שליחה
דורך berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:30 pm
עמעזאן האט געשריבן: אם לא מצינו ראי' אז לא מצינו שום תנא או אמורא שאשתו הי' מגדלות שער ארוכות....
עמעזאן: וגם לא מצינו שהשתמשה בשעהר מאשינדל. והלכה אצל אמא שלה לעשות לה תגלחת בשירותים...כמו שאשתו של בעל עגלה אחד עושה ל'הבת שלה...
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
הודעות: 766 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
שליחה
דורך בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:36 pm
עמעזאן האט געשריבן: אם לא מצינו ראי' אז לא מצינו שום תנא או אמורא שאשתו הי' מגדלות שער ארוכות....
סתם געשאסן ווייל אין כמעט יעדע מסכתא אין ש"ס איז משמע אז די סטאנדארט אין יענע צייט איז געווען אז פרויען זענען געגאנגן מיט האר, משא"כ צוויי פרויען איז נישט געווען די סטאנדארט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:37 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דעת תורה האט געשריבן: וואו קומט ביי האר דא אריין למען ה' ?
דוכט זיך דער 'פרצה' פון ביי-האר איז א חלק פון 'מצות שערען', ניין?
ניין, ביי האר איז שערות מגולות. און ווארשיינליך איז דאס געווארן א מאדע נאכן ערשטן קריג.
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:56 pm
און ווען מ'רעדט פון ביי-האר אין וומסב''ג היינט, מיינט מען שערות מגולות? מיר דוכט זיך אז ביי-האר איז ווען מ'לאזט אביסל די פארדישטע האר פון קאפ וואקסען, כדי אז טאמער דער טיכל/שייטעל גליטשט אביסל, זאל מען נישט אויסקוקען פארריקט. וואס ווייס איך? שוין צען/צוואנציג דורות וודאי וואס אונז שערען זיך נישט. איך האב בילדער פון עלטע באבעס פון ליטא מיט א שטרענגע געזיכט און א שאל העכער די טיכל, און זייער מענער האבען לאנגע בערד און רבניש'ע קאפעל'ס אבער געשוירען זענען זיי נישט געווען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:58 pm
ביי די צוואנציג דורות ארויף זעמיר אלע אייניג, די שאלה איז ביי די לעצטע פינעף דורות.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:08 pm
ביי האר וואס מען רעדט דערפון איז דאס וואס מען לאזט דירעקט ארויסגעשטעקט. מען רעדט אין וומס''ב דערפון אזויווי מען רעדט פון די רעפארמער משכילים טעלעוויזיע און ציונים כאטשיג ס'איז נישט נוגע פאר די ציהערער. מיין ב"ב זאגט מיר אבער אז גראדע איז עפעס ענליך צוריק אין סטייל.
קאצקע ציקער
חבר ותיק
הודעות: 2203 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
שליחה
דורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:07 am
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: קאצקע ציקער האט געשריבן: ליפא שרייט- אלע תנאים אלע אמוראים זענען זייער ווייבער געגאנגען מיט לאנגע האר , זאת התורה לא תהא מוחלפת.. ליפא אלע תנאים אלע אמוראים האבן געהאט א פאר ווייבער ..... זאת התורה לא תהא מוחלפת א גיטן פורים
כמדומני שבכל הש"ס לא מצינו תנא או אמורא שהיה נשוי לשתי נשים (חוץ מאבא אחיו של רבן גמליאל, יבמות ט"ו ע"א).
ערלעידיגט האסט מיך געכאפט ביים ווארט, די עיקר איז די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגען. און תנך זעהט מען יא?
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
הודעות: 9706 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שליחה
דורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 30, 2015 6:53 am
מאן הוי ליומא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin)
דא
אספקלריה
ידיד השטיבל
הודעות: 235 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
שליחה
דורך אספקלריה » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:30 am
דאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום. עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען. איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 30, 2015 9:50 am
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מאן הוי ליומא
משם ראיה להיפך, עיין עוללות לרשכבה"ג ר' ראובן מרגלית זי"ע
Under influence
פרייוויליג
שריפטשטעלער
הודעות: 1778 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
שליחה
דורך פרייוויליג » זונטאג אוגוסט 30, 2015 10:42 am
אספקלריה האט געשריבן: דאס ווייב ווייזט מיר אויף ״איך בין א מוטער״ וועבזייטעל שרייבט ״א מוטער״,אז DH איז א געוואלדיגע טיעפע חוקר,און ער גייט נאך איעדע ענין עד הסוף,און זי איז בטוח אז ער דעגרינטורט טאקע צום שורש הענין,ואין אחר דבריו כלום. עכ״פ DH זאגט,אז די גזירה פון שערען נעמט זיך גאר פון א תקופה וואס באלעסטיגען פרויען איז געווען א אפטע ערשיינונג,און מאיז אויפגעקומען מיט א לייזונג ווי פאלגענג, א יעדע פרוי זאל זיך הויל מאכען די קאפ פון האר און עס פארדעקן,ווי נאר מזעעט א פארדעכטיגטע פארשוין זאל מען באלד אראפנעמען די צודעק פון קאפ,און פארשטייט זיך אז קיינער וועט שוין נישט צורירען. איך גלייב אז אסאך וואלטען זיך געוואונטשען אזא גרינגע פעלד ווי דער מאן.
עס שיינט אביסל דמיונ'דיג. א מקור וואלט עס ווידרויט פון דמיון צו מעגליכע פאקט.
אספקלריה
ידיד השטיבל
הודעות: 235 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
שליחה
דורך אספקלריה » זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:22 am
נוא אוודאי דמיון. איך שרייב עס נאר ארויסצוברענגען אז אויב מאיז זוכה, קען מען פארקויפען די ווייב וואס מוויל און זי נעמט עס אהן ווי תורה מסיני.
יהושע חיים
ידיד ותיק
הודעות: 917 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
שליחה
דורך יהושע חיים » זונטאג אוגוסט 30, 2015 11:51 pm
אויב אזוי איז היינט שוין נישט נוגע קען זי טיהן וויאזוי זי וויל אדער איז עס א תקנה וואס מען מיז אנהאלטן אדער איז די טעם שוין נישט נוגע בלייבט עס אין איר הענט און גארנישט מיט די מאן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
הודעות: 6959 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שליחה
דורך געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:28 am
וואו קומט אריין די מאן דא? אוודאי איז דאס איר גוף און זי מעג טון דערמיט וואס זי וויל. אויב זי וויל קען זי זיך אנשמירן די פנים מיט צואה אויך, אבער אויב וויל זי איר מאן זאל האבן סיי וועלכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] משיכה צו איר דארף זי פארשטיין אז זיך מנוול זיין איז נישט דער וועג דערצו. (דאס איז אלץ, ווי מ'זאגט, מאדערען גערעדט, דו אבער אלץ תורה'דיגע איד וואלסט געמעגט וויסן אז די מאן לשיטתך האט פולע רעכטן אויפן ווייב, און קען זאגן אין רצוני במנוולת)
יהושע חיים
ידיד ותיק
הודעות: 917 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
שליחה
דורך יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 12:32 am
אספקלריה זאגט מען קען פארקויפן די ווייב וואס מען וויל אבער איך זעה נישט וואס ער זאל האבן אויפגעטיהן מיט אזאלכע נערישקייטן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
הודעות: 6959 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
שליחה
דורך געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 1:28 am
ליסען, א מנהג שטות וואס מ'האט איינגעווארצעלט מיט נארישקייטן און קעץ אין בויך מעג מען פראבירן אויסצורייסן מיט נארישקייטן. כבעלו כך פלטו, ווייל באמת וויל זי זיך אויך נישט שערן, נאר שאור שבעיסה מעכב, נו, באקט מען א מעשה, אופין אותו עד שתאמר רוצה אני... (נישט ליטעראל, כ'מאך מיך סתם נאריש, כ'האלט אז ס'איז קיינמאל נישט גלייך אפצונארן א מענטש, איבערהויפט ווען מ'פירט זיך אויף צום ווייב ווי צו א קליין קינד.)
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:25 pm
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RYq6lCp3NmQ[/youtube]
יידל
שריפטשטעלער
הודעות: 4922 זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שליחה
דורך יידל » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 8:41 pm
כ'קום צום מערכה ווי וויין אום שושן פורים אינדערפרי. פונקט פאר צוויי וואכן צוריק רעד איך מיט אן עלטערן איד פון וויליאמסבורג, זיין ווייב איז א מקוה אידענע (טיקערין בלשון הפוסקים, בלנית בעברית, מקוה לעידי אין היינטיגן שפראך) און זי זאגט אים אז ליידער די מאס פרויען וואס שערן זיך נישט אויף זערא מערט זיך משנה לשנה. ער זאגט מיר אז זיין ווייב האט גערעדט צום דיין און ער האט איר געזאגט זי זאל מאכן "איידעלע מחאות", אבער די מחאות פאלן אויף טויבע אויערן און די פרויען קומען צוריק מיט די גרויסע האר. וואס וויל איך זאגן דערמיט? ליפא ארויף ליפא אראפ, מיר זעט אויס ווי פרויען טוען זיך סיי ווי וואס זיי ווילן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שבת אחים
חבר ותיק
הודעות: 6634 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 3:37 am
דו רעדסט פון א מיעוט אויפגעקעלערטע, רוב שערן זיך שוין איינמאל! ס'קען זיין אז איר זענט גערעכט אז ס'ווערט פון יאר צו יאר מעהר און מעהר, אבער נאך אלץ זענען זיי גאר א קליינע פראצענט לדעתי!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
יהושע חיים
ידיד ותיק
הודעות: 917 זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
שליחה
דורך יהושע חיים » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 9:13 am
פון דעם וואס עס ווערט מער און מער קען מען זאגן פאר די צוקומפט אז ווען עס גייט ווערן אז רוב עולם גייט זיך נישט שערן (לכאורה גייט אזוי זיין) זאל מען נישט קומען זאגן ליפא'ס ארבעט ניין עס האט זיך אנגעהויבן פריער און אסאך זאכן קען נישט קומן אויף איינמאל עס נעמט צייט ביז עס זינקט די יסוד און די מוחות פון אחינו כל בית ברוקלין ואפסטעיט און מיט דעם וואס מען מאכט אן אפיציעלע מערכה מאכט עס נאר אביסל שטייטע די פרוצידור
שבת אחים
חבר ותיק
הודעות: 6634 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 10:41 am
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז טאקע פשט פון אפשערן די האר פון א כלה??? ממה נפשך אויב מעג מען נישט גיין מיט קיין האר וואלט א שייטל אויך געדארפט זיין אסור אויב מעג מען יא פארוואזשע פעלט אויס אפצושניידן די ״אייגענע״ האר??? לדעתי האט מען דעס נאר איינגעפירט כדאי אראפצוקלאפּן די פרויען! ס׳איז נאך איין רינגעלע אין די קייט פון פאַנאטיסיסם רשעות עקסטרימיזאם און סעקסיסם!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אדונינו
היימישער באניצער
הודעות: 455 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
שליחה
דורך אדונינו » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:04 pm
אויף דעם אז א שייטל איז אויך אסור, שטימן אלע פוסקים מיט, און אויף דעם אז מען מעג לאזן די האר שטימן זיי נאך אויך מיט(צוגעדעקט), די קשיא דא אין שטיבל איז נאר פארוואס מען האט פארדרייט די יוצרות, און מתיר געווען די שייטל און ג׳אסרט האר. פארשטאנען???
שבת אחים
חבר ותיק
הודעות: 6634 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שליחה
דורך שבת אחים » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:08 pm
פארגעס פונעם איסור אדער היתר, רוב חסידישע ווייבלעך היינטיגע טעג שערט מען אפּ אויף זערא און מ'טוט זיי אן א שייטל, דעס ביזטו מודה? יעצט זיי מסביר פארוואס?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius