הַכְּצַעֲקָתָהּ און די לאגיק פון סדום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

הַכְּצַעֲקָתָהּ און די לאגיק פון סדום

שליחה דורך בר-כוכבא »

מען דארף זיי פארשטיין, פארשטייסטו מיך. ס'איז שווער. די מוסדות זענען איבערגעפילט. ס'איז נישטא קיין פלאץ. זיי טויגן נישט דערצו. מאך זיך אייגענע מוסדות. זיי זענען נישט אין די ביזנעס פון ריעל עסטעיט. ער איז דען שטאטס פארזארגער?

שיינע תירוצים. ממש הערליכע הסברים. זיי קענען זיך נישט קיין עצה געבן, די רבנים און אנדערע שיינע אידן. די מוסדות זענען פול, און אויסער דעם וואס די מוסדות האבן נישט קיין פלאץ, איז עס בכלל נישט זייער דאגה. עפעס זיין עסק אז מענטשן מוטשען זיך מיט מוסדות? ער דארף עפעס פארזארגן יעדן איינעם?

כשר גערעכט. ער דארף טאקע נישט פארזארגן יעדן מענטש – נישט מיט מוסדות און אויך נישט מיט קאנטראל און טעראר.

ווען די צאללאזע ועדי אישור האבן באשלאסן צו נוצן די מוסדות אלס פחד'נישער צוואנגס מיטל פאר יעדן טאטן צו צאלן געלט אויפצוהאלטן דעם אישור ביזנעס, איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה פנימי וואו דער געדאנק איז ארויפגעברענגט געווארן. דער תירוץ איז געווען אז די רבני העיר האבן רעכט ארויפצוצווינגען א "מס" אויף די תושבי העיר, אויב זיי זעען איין דאס נחיצות דערפון.

זיי דארפן נישט באזארגן די גאנצע שטאט, חוץ דעמאלט ווען זיי דארפן יא. ווען עס קומט צו עפעס וואס רירט אן די לייצעס פון קאנטראל איבערן ציבור, דעמאלט קומט פון ערגעץ וואו אפיר דאס סמכות און אחריות וואס ליגט אויף רבני העיר.

זיי זענען אויך נישט אין ריעל עסטעיט. יעדע שטיק צייט וואקסט ארויס א פרישער בנין בית המדרש לטובת אנשי שלומינו, כדי קיינער זאל חלילה נישט גיין פאשן אין פרעמדע פעלדער. די שטחים אויף וועלכע די בנינים ווערן געבויט קאסטן אוצרות געלט, אבער אויפאמאל ווערט דער דוחק פארשוואונדן. נישטא. אזוי הערשט א שרעקליכער מאנגל אין פלאץ, אבער ווען עס שמעקט מיט כבוד בית אבא ווערט דער מאנגל אויסגערינען אינאיינעם מיטן אחריות פון "רבני העיר".

ס'איז שווער. מ'קען זיך נישט אזוי גרינג קיין עצה געבן. ווען עס קומט אבער צו משוגע מאכן א וועלט מיט פילטערן טעלעפאנס, וואקסט זיי אויס אין די קעפ שלמה המלך'ס חכמה און געלט. אויפאמאל טרעפן די טרעפערס פלאץ און געלט און צייט און מעגליכקייטן צו עפענען אפיסעס, אויפנעמען ארבעטערס מיט גוט באצאלטע קאמפיוטער מומחים. ביי די דרשה פינף מינוט פריער האט ער נישט געהאט דאס מינדסטע אנונג וועגן די "אלע כלים שונים ומשונים", אבער יעצט קען ער שוין געלעקסי מיט אייפאן, וואטסעפפ מיט עמעזאן, און ווייסט אפילו ווי וויכטיג עס פעלט יא אדער נישט אויס "לצורך פרנסה".

ער האט נישט קיין צייט און בכלל איז ער נישט אין די ביזנעס פון ריעל עסטעיט. ווען עס קומט אבער צום טאטן (זכותו יגן עלינו הריני כפרת משכבו) קען ער אויפאמאל יעדן סעיף און סעיף קטן פון פעמילי קארט און אפילו פעדערעל קארט. דארט ווערן אים נולד די טעלעפאן נומערן פון טייערע לאיערס, און אביסל שפעטער קומט אפיר וויפיל געלט עס פעלט נאר אויס צו באצאלן פאר קונטרסים און בראשורן און וואטסעפפ מעסעדזשעס (וואס די צעפילטערטע טעלעפאנס האבן במילא מעיקרא קיינמאל נישט געהאט) וואס זענען מסביר פארן זעלבן ציבור פאר וועמען ער האט בעצם נישט קיין צייט און וועמען ער איז גארנישט שולדיג אז יענער צד, דער אנדערער, דער בעל מחלוקת און גזלן און חמסן, איז מחלל שם שמים מסוף העולם ועד סופו.

זיי קרעכצן זיך אויס אויפן מצב הדור און ווען די תוצאות פון נישט אנגענומענע קינדער בארירט א בן משפחה קרעכצן זיי אונטער וועגן די "פגעי הזמן", וואס זיי מיט זייערע מעשים ברענגען בעצם אן. קרעכצן און זיפצן קענען זיי ברוך השם פיין, אבער טאן עפעס צו די זאך? איך בין עפעס קהל'ס פארזארגער? זאלן זיי זיך אליין אן עצה געבן!

נעמטס ענק אליין צוזאמען און מאכץ ענק מוסדות, האסטו געזען אזוינס!

מיר, פארשטייסטו מיך, זאלן זיך צוזאמנעמען און מאכן; זיי, די ברייטהארציגע עצה געבערס, קען אפילו די גרעסטע צרה נישט צוזאמברענגען אונטער איין דאך אן דעם וואס וואכן פריער זאלן גרופעס מיט דיפלאמאטן און שוויצערס זיצן און אויסארבעטן וויאזוי דער רב זאל קומען הגם יענער רבי וועט אויך דארט זיין, און וויאזוי דער דיין שליט"א זאל נישט אנטלויפן ווען דער אונטערקומענדיגער קאנקורענט (וואס האלט ביים ענדיגן נעמען שימוש) וועט זיך באווייזן ביים שוועל.

נעמט! טוט! אזא שפראך גיסט זיך באקוועם ארויס פון מענטשן וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט אריינשטעקן א פינגער אפילו אין ווארעם וואסער, און נישט נאר פאר יענעם נאר אפילו פאר זיך אליין, וועמענס געברויכן ווערן שיין באזארגט דורך אידן וואס לאזן זיך קאסטן לא יחרץ געלט על כל צרה שלא תבוא.

מ'רעדט נישט פון גשמיות'דיגע געברויכן פון די אידן וועמענס פראבלעמען ליגט בכלל נישט אויף זייערע רבני העיר'דיגע פלייצעס, נאר טאקע פון רוחניות'דיגע צרות, אמת'דיגע פראבלעמען, וואס זענען פראבלעמען ביי יעדן אין די אויגן. אפילו אין אזעלכע פעלער קען מען נישט צונויפפירן די געהויבענע אנשי מעלה מורם מעם ביזן הימל. צוויי יעריגע פיצלעך מיט פארשמירטע ווינדלען פארשטייען זיך שוין גרינגער ווי די חכמים ונבונים, בקיעים בצורכי המסחר פון די "כלים שונים ומשונים".

אבער וואס מאך איך זיך נאריש? איז עס דען זייער דאגה? וואס ווילן מיר פון זייער לעבן? די מוסדות זענען איבערגעפולט, ס'איז נישטא קיין פלאץ וואו צו בויען און אין קאפ איז ענג פון צופיל נורא נוראות'דיגע דאגות איבער וואטסעפפ און טיפע פלפולי איבער דעם שייכות פון סעלפאנס ביז צורכי המסחר.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר