עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:
ליין דא וואס שש"ט דערציילט וועגן דעם. על סמך מ'קען אים גלייבן].
דא האט געדארפט זיין א לינק ?

יא, און כ'האב עס שוין גע'פיקס'ט.

ייש"כ.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

דו האסט געשריבען וועגן זיין השתתפות ביים ווארשעווע אסיפת רבנים ?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

ImageUploadedByTapatalk1440397011.026370.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:סדא א בילד פון רש״ש מיט א ווייסע בעקישע , ער איז אזוי געגאנגען פארן קריג ?
( כווייס דו האסט נישט ליב צו שמועסן וועגן בעקישע קאלירן … אבער דאך )

בילד

דו קענסט דעם בילד ?

צו מיר זעט עס גראדע נישט אויס ווי א ווייסע בעקיטשע, עס זעט מיר אויס צו זיין א שיינעדיגע שווארץ׳ע בעקיטשע וואס זעט אויס ווייס פון די ריפלעקשען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]אכט און צוואנציגסטע קאפיטל:
סוף ימי הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זצוק"ל עלי אדמות.[/center]



[center]אחרית ימיו.[/center]
רבי שמעון שלום האט געהאט א געוואלדיגע תשוקה זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל. ער האט אזוי געטון אויף למעשה אויך, ווען ער האט צייטווייליג געוואוינט אין ארץ ישראל נאך פארן צווייטן וועלטס קריג. נאר אויף למעשה, ווען ס'איז געקומען ארויסצוברענגען דעם גאנצן משפחה, האבן זיך זאכן פארשלעפט און פארצויגן, נוסח אמשינאוו. דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון צורעדן כסדר מענטשן וואס זענען געווען שוחרי פתחו, זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד. און אגב, אזוי האט ער געראטעוועט אסאך פוילישע אידן וואס זענען געווען שומעי עצתו און האבן עולה געווען לארץ ישראל נאך בעפארן אויסברוך פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס האט אפגעווישט ניינציג פראצענט פונעם פוילישן אידנטום [!!!]. נאכן קריג האט ער זיך אויך נאר באזעצט אין אמעריקע מיט אן עראי'דיגן חשבון, פלאנענדיג זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל ווי נאר ס'וועט זיין שייך. אבער כנוסח אמשינאוו האט זיך דאס געהאלטן אין איין פארשלעפן.


[center]די הימלישע צורה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער:
20140814_231619-1.jpg
[/center]
בשנת תשי"ד האט ער ענדליך באקומען סארטיפיקאטן פאר די גאנצע משפחה, און ער האט ערנסט געהאט רעזארוואציעס ווען מ'גייט עמטליך פארן קיין ארץ ישראל. געוויסע חסידים האבן געוואלט מיטפארן מיט אים, און בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל. אבער דאן איז ער פלוצים קראנק געווארן און דריי טעג שפעטער איז ער נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג יעדן אין שאק, איבערהויפט אז ער איז געווען ממש דער איינציגסטער פוילישע רבי אין אמעריקע, און ארויפגעקוקטער אויטאריטעט ביים כלל.

צוויי טעג צוריק האב איך גערעדט מיט אן עלטערער אמשינאווער חסיד, הרב פיינצייג [קרוב לבן תשעים], (וואס איז לעצטנס אביסל באקאנט געווארן אדאנק זיין געלונגענעם בוך וואס באשרייבט וויאזוי ער האט זיך געראטעוועט ביים קריג וכו'), און ער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א קרוב רבי מרדכי פיינצייג, אן אנגעזעענער אמשינאווער חסיד, וואס האט געפלאנט מיטצופארן מיטן רבי'ן קיין ארץ ישראל. רבי שימעלע האט אים דאן באפוילן זיך אנצוטון עכט חסיד'ישע מלבושים [וואס כידוע נאכן קריג האבן אסאך זיך צוריקגעהאלטן אפאר יאר דערפון], און האט זיך געפריידט מיט דעם וואס זיין חסיד גייט אים באגלייטן אויפן שיף, און נאכהער אין ארץ ישראל. למעשה איז ער אריין אין שפיטאל זיך בודק זיין צו אלעס איז אקעי, וויבאלד ער האט געליטן פון עפעס אן אומערנסטן פראבלעם, אבער די דאקטוירים האבן געמאכט עפעס א טעות ביי א כמו אפעראציע, און ער איז געווארן שטארק אפגעשוואכט, און נאך אפאר טעג איז ער ל"ע אוועק פריצייטיג.

קיינער האט נישט געוואלט אריינגיין צום רבי'ן אים מצער זיין און מודיע זיין דערוועגן, ספעציעל אז רבי שמעון שלום האט שטענדיג געליטן אויפן הארץ [און דערפאר האט ער זיך באזעצט אין אטוואצק. צוליב איר ריינע לופט אלס באקאנטער קור-ארט]. עכ"פ מ'האט געמאכט א לויה און נישט מודיע געווען דעם רבי'ן, און מ'איז אדורך פארנט פונעם אמשינאוון שטיבל אין בארא פארק וואו רבי שימעלע האט געהאט זיין ביהמ"ד. זאגט מיר דער הרב פיינצייג, אז מ'האט געזען ווי בשעת מעשה האט דער רבי געעפנט די פורהאנג ביי זיך אינדערהיים און מיטגעהאלטן מיטן לויה. הפנים, דער רבי האט געוואוסט אז ער איז אוועק אן דעם וואס מ'האט אים מודיע געווען. ולפלא היה, אז אפאר טעג שפעטער איז דער רבי זעלבסט - וואס מיט אים האט זיין חסיד מובהק געוואלט מיטפארן - נסתלק געווארן.


[center]נאך א בילד פון רבי שמעון שלום אמשינאווער:
images (47).jpg
[/center]

[center]ועלה למרום...[/center]
ביום י"ט אב תשי"ד, איז רבי שמעון שלום פלוצים אוועק, אין עלטער פון 71 יאר [ער איז געבוירן בשנת תרמ"ג], איבערלאזנדיג חסידים ואנשי מעשה צושאקלט און צושוידערט. ווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט געהערט די ביטערע בשורה, איז ער אריין צו רבי שמעו'לע אין שטוב, און פון זיינע אויגן זענען גערינען טרערן אן אויפהער. עס איז געווען א ריזן לויה וואו מ'האט מקונן געווען אויפן גרויסן אבידה, און מ'האט אים קובר געווען אין אמעריקע על תנאי, אז מ'זאל אים מעלה זיין קיין ארץ ישראל כאות נפשו בחייו.

ביים ניחום אבלים איז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי - רבי מנחם מענדל זצ"ל - געווען אנוועזנד, און ער האט זיך נאכגעפרעגט ביי רבי מאיר'ל אמשינאווער די פרטים וואס מ'פלאנט צו טון מיטן אריבערפירן קיין אר"י וכדומה, און דערנאך האט ער געפרעגט איינעם פון די חסידים דארטן צו ער פלאנט מיטצופארן מיטן ארון קיין ארץ ישראל. האט יענער געענטפערט אז ער איז א כהן. האט אים דער ליובאוויטשער רבי געפרעגט 'נו, איז וואס?!' (עי' כתובות ק"ג ע"ב, תוד"ה אותו, בענין קברי צדיקים). [אגב, די הערצה איז געווען פון ביידע זייטן. יענער חסיד האט געוואלט מעיר זיין איבערן שקלא וטריא צו מ'מעג צו נישט, האט אים רבי מאיר'ל איבערגעהאקט 'ווען די רבי רעדט, בלייבט מען שטיל' ([tag]ונבנתה העיר[/tag] און [tag]רוסישער[/tag], איר הערט?!)].


[center]רבי שמעו'לע, אנגעלאנט אויפן שטעקן, פאר'דביקות'ט:
20140814_231628-1.jpg
[/center]
אפאר חדשים שפעטער האט רבי מאיר'ל זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל, מיטנעמענדיג דעם ארון פון זיין הייליג פאטער, און נאך ביים לופטפעלד אין לוד האט שוין אפגעווארט א ריזן ציבור מיט גדולי ישראל דעם מיטה, און מ'איז דורכגעפארן פארשידענע פלעצער וואו מ'האט זיך אפגעשטעלט אים מספיד זיין. צוישן זיי האבן זיך אנגעזען די אדמורי"ם פון סאדיגורא, לעלוב, מאדזשיץ, סקערנעוויץ, לובלין, סטריקוב, און נאך גדולי רבנים. אין טבריה, וואו מ'האט אים ענטגילטיג קובר געווען, האבן די שטאטישע רבנים [הגאון רבי אשר זאב ווערנער - מחותנו של הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, ועוד] מכריז געווען אויף א ביטול מלאכה, און מ'האט געמאכט א כרוז זיך צו קומען משתתף זיין בהלויית 'הגאון הקדוש, המלאך המליץ טווב על ישראל' [כלשון המודעה]. און צווישן די מלוים זענען ספעציעל ארויסגעקומען דער גערע רבי - דער בית ישראל מיט א קבוצה פון זיינע חסידים [ער האט זיך געהאלטן ספעציעל נאנט מיט רבי שימעלע אמשינאווער], און דער ביאלער רבי.

אין טברי' איז דא דער אלטער בית החיים, וואו עס ליגן פיל תלמידי הבעשטה"ק, ביניהם רבי מענדעלע וויטעפסקער, רבי נחמן הארדענקער, רבי מענדעלע מבאר, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא, רבי אברהם מקאליסק, און נאך. אזוי אויך איז דארט נקבר געווארן זיין נאנטער קרוב - רבי שמחה בונם'ל אטוואצקער זצ"ל [א זון פון רבי מענדעלע וואורקער וואס איז געווען דער יונגערער ברודער פון דער ערשטער אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל]. אבער שוין צענדליגע יארן וואס מ'האט קיינעם נישט קובר געווען דארטן מחוסר מקום. רבי מאיר'ל ווידער, האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו באגראבן זיין טאטן דוקא אין אלטן בית החיים, ווייל דאס האט זיין טאטע געוואלט. אבער די חברה קדישא האבן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין איינעם, און דערפאר האט מען שוין נישט קובר געווען יארן לאנג אין אלטן בית החיים. למעשה איז געבליבן, אז היות רבי שמעון שלום האט דייקא געוואלט נקבר ווערן אין אלטן בית החיים, גייט מען לכבודו בודק זיין יענע חלקה און זען צו ס'איז דא פלאץ פאר זיין קבר. און צו אלעמענס וואונדער, האט מען פלוצים באמערקט פלאץ לעבן זיין קרוב - רבי שמחה בונם'ל'ס קבר, און מ'האט אים דארט קובר געווען לעבן די אנדערע תלמידי בעל שם.


[center]דער ציון פון רבי שמעון שלום אמשינאווער זצוק"ל:
IMG_3054.jpg
[/center]
[אגב, א טיפישע גערע אנקעדאט. ביים לויה זענען מענטשן געקראכן איבער קברים, מחוסר מקום (גראדע היינט צוטאגס האט מען שוין געמאכט געוויסע שבילים העכער געוויסע קברים), און דער ספרד'ישער רב הרב וועקנין האט זיך אפגערעדט אויף די כבוד המתים וואס ווערט נישט אפגעהיטן ווי עס באדארף צו זיין. האט אים דער בית ישראל מ'גור געענטפערט: 'איך האב נאר איין עצה, מתפלל צו זיין אויף זיי אז זיי זאלן שוין אויפשטיין'...].


[center]השאיר אחריו ברכה.[/center]
רבי שמעון שלום האט איבערגעלאזט איין איינציג קינד, זיין זון און ממלא מקום - הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זצ"ל, וועם מ'האט גערופן בלשון חיבה רבי מאיר'ל. אבער רבי מאיר'ל האט שוין דאן געהאט עלטערע קינדער, זיין זון אן עילוי פאר זיך, און זיין איידעם רבי חיים מיליקאווסקי, אויך אן עילוי, וואס איז עווענטועל געווארן דער פאטער פונעם היינטיגן אמשינאווער רבי פון בית וגן. אזוי אויך האט ער 'איבערגעלאזט' א פלומעניק, הרה"ק רבי איציק'ל מאמשינאוו זצ"ל, וואס ער האט מטפח געווען כבנו פון אטוואצק, דורך שאנכיי, ביז אמעריקע, וואו ער האט אים געהייסן ווערן רבי נאך בחייו [שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען].

אזוי אויך זענען געבליבן פון אים געוואלדיגע ספרים: 'משמיע שלום', 'אמרות טהורות', און 'אמרי רצון'. רוב תורות זענען געבויטע מערכות (לאפוקי טיפישע רבי'שע תורה'לעך), אדער גאונ'ישע גמטריאות, און מבוסס על פי קבלה, וואס אין דעם איז ער געווען א ריז. זיין זון רבי מאיר'ל פלעגט צומאל זאגן תורה געבויט אויף זיין טאטנ'ס תורה, און דער היינטיגער אמשינאווער רבי זאגט קיינמאל נישט תורה משלו, נאר זאגט נאך זיין זיידעס תורות און בויט אויף דעם זיינע הוספות.


[center]רבי שמעון שלום מאמשינאוו, במלוא יפיו והדרו:
20140814_231700-1.jpg
[/center]

אין נעקסטן קאפיטל: דעם נעקסטן וואגאן אינעם אמשינאוון באן - בנו הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זצ"ל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

וואס הייסט ס'נישט געווען קיין פלאץ? מ'האט דאך נאך שפעטער דארט קובר געווען ר' מאיר'ל און ר' איציק'ל וכן האדמו"ר מסטוטשין?

בכלל, הערט מען עפעס צופיל מאל די סארט מעשיות פון קודם נישט טרעפן וכו', קען זיין בדרך אפשר אז די ח"ק האבן א מנהג עפ"י "קבלה" אז לכתחילה טרעפט מען נישט ורק אח"כ ע"י "נתינה" באווייזט מען וואונדער, וצ"ע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:וואס הייסט ס'נישט געווען קיין פלאץ? מ'האט דאך נאך שפעטער דארט קובר געווען ר' מאיר'ל און ר' איציק'ל וכן האדמו"ר מסטוטשין?

בכלל, הערט מען עפעס צופיל מאל די סארט מעשיות פון קודם נישט טרעפן וכו', קען זיין בדרך אפשר אז די ח"ק האבן א מנהג עפ"י "קבלה" אז לכתחילה טרעפט מען נישט ורק אח"כ ע"י "נתינה" באווייזט מען וואונדער, וצ"ע.

ביזט נישט גערעכט.
רבי מאיר'ל ליגט אין הר הזיתים.
רבי איציק'ל אמשינאווער ליגט אין די נייע חלקה, נאר מער ביים אנהייב וואס איז נענטער צום אלטן בית החיים.
דער סטיטשינער ליגט אויך נישט דארט [כ'בין דארט געווען כמה פעמים].

חוץ מזה, איז א פאקט אז מ'האט נישט באגראבן קיינעם אין אלטן בית החיים פאר צענדליגער יארן בעפאר רבי שמעון שלום, און נאך א פאקט איז אז נאך אים איז אויך קיינער נישט באגראבן געווארן אין אלטן בית החיים - אריינגערעכנט זיין אייגענעם איינציג קינד, רבי מאיר'ל.

[אגב, אין אמשינאוו וואלט נישט געווען דער וואס זאל געבן א 'נתינה'...].
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

טעיתי לגבי ר' מאיר'ל. איך בין שוין נישט געווען דארט פאר אסאך יארן, אבער כ'האב געדענקט אז ס'ליגען דארט נאך מבני המשפחה. כ'דערמאן זיך יעצט אז דער סעקערנעוויטשער ליגט אויך דארט דערנעבן. ער איז נפטר געווארן אפאר יאר נאכ'ן אמשינובער, אפשר האסטו א בילד פון די געגנט דארט? פון ר' מאיר'ל האסטו נישט קיין ראיה וויבאלד ער איז נפטר געווארן אין ירושלים, פון וואו מ'פירט נישט ארויס כידוע (וה''ט דבעלזער רב). ר' איציק'ל כמדומני ליגט נישט מער ווי אפאר טריט אפגערוקט פון דארט - רוף עס ניי צי אלט - מ'וואלט עס געקענט ניצן פאר ר' שימעלע וואלט עס אויסגעפעלט.

בנוגע די "נתינה" - נישט אז אז איך ווייס עפעס, ס'בלויז א לופט סברא - דארף מען געדענקען אז ר' מאיר'ל איז דאן ארויפגעקומען פון אמעריקע, אין יענע יארן אין ארץ ישראל בשנות הצנע, וואלט דער גרעסטער אמעריקאנער שלעפער געהייסן א גביר.

אלענפאלס, לאמיר דא זאגן אפאר זאכן וועגן די טבריה'ר ביה"ק וואס איך ווייס יא.

א יאר צוויי נאך ר' שימעלע האט מען געלייגט הרה"ק ר' יוחנן סטאלינער אינעם אלטן חלקה און טאקע הארט נעבן דעם רבי'ן ר' מענדל'ע זי"ע. די סטאלינערס דערציילן טאקע אויך די זעלבע מעשה, מ'האט געזוכט און נישט געטראפן און נאכאמאל געזוכט וכו' ביז צו אלעמענס וואונדער איז פלוצלינג געווארן פלאץ. און דאס איז נאר געווען א קליין רינגעל אין די לאנגע קייט פון אפענע ניסים וואס זענען דעמאלט פערגעגאנגען בריש גלי פאר יעדעם צו באוואונדערן.

איך האב אמאל גערעדט צו עטליכע פון די אלטע טבריאנער וואס זענען אליינס געווען פון די חברה קדישא. איך האב זיי געפרעגט איבער די סטאלינער מעשה, (איבער אמשינוב האב איך נישט געוואוסט אז ס'דא וואס צו פרעגן) וכה ספרו לי: די ביה"ק איז עטליכע מאל געווארן פארשוועמט דורך די יארן, ספעציעל איז אין די תר''צ יארן איינמאל פארגעקומען אזא "שבר ענן" וואס האט פארפלייצט די ביה"ק און פארשוועמט רוב מציבות, עד כדי כך אז אפילו די ציונים פון ר' מענדל'ע און דער קאליסקער זענען נישט הונדערט פראצענט אויפן ריכטיגען ארט.
פון דער ליידיגער פלאץ נעבן ר' מענדל'ע האט מען אלץ געוויסט, נאר מ'האט אויך געוויסט אז ס'באמת נישט ליידיג און אז איינער ליגט דארט זיכער. דערפאר האט מען קיינעם נישט געוואלט לייגן דארט. (אפגעזען אז מ'האט זיך נישט דערוואגט אהינצולייגן ואכהמ''ל).
הכלל, אין טבריה האבן זיך קיין קברים נישט גערוקט און קיינער האט זיך נישט געוואונדערט. מ'האט נישט געוואלט לייגן אבער אז מ'האט זיך גע'עקשנ'ט האט מען געקענט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

אדנירם האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:מען האט ארויפגעברענגט זיין ארון קיין ארץ ישראל ע"פ צוואתו, און פון וויזניצע ביהמ"ד אין ב"ב האט מען ווידעראמאל ארויסבאגלייט דעם ארון [ער איז דאך געווען א דאפלטע מחותן מיט בית וויזניץ], צום אלטן ביה"ח אין טבריה, וואו מ'האט אים קובר געווען סמוך ונראה לדודו רבי שמעון שלום אמשינאווער [וואס ליגט צוזאמען מיט די תלמידי בעל שם, לדוגמא דער האראדענקער, דער וויטעפסקער, ועוד].


דא האט איר א בילד פון זיין ציון [קרעדיט: אייוועלט].
בילד

דאס האב איך דא געטראפן וואס דו שרייבסט איבער די מקום מנוחה פון ר' איציק'ל
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מפוזרי האט געשריבן:פון דער ליידיגער פלאץ נעבן ר' מענדל'ע האט מען אלץ געוויסט, נאר מ'האט אויך געוויסט אז ס'באמת נישט ליידיג און אז איינער ליגט דארט זיכער. דערפאר האט מען קיינעם נישט געוואלט לייגן דארט. (אפגעזען אז מ'האט זיך נישט דערוואגט אהינצולייגן ואכהמ''ל).
הכלל, אין טבריה האבן זיך קיין קברים נישט גערוקט און קיינער האט זיך נישט געוואונדערט. מ'האט נישט געוואלט לייגן אבער אז מ'האט זיך גע'עקשנ'ט האט מען געקענט.

אקעי, זיי טאקע מברר וויאזוי די אלטע חלקה זעט אויס.
ר' איציק'ל ליגט אויסדריקליך נישט אינעם אלטן חלקה. לעבן ר' איציק'ל איז דא בריוח פלאץ פאר אסאך נפטרים. ער ליגט 'לעבן' די אלטע חלקה, 'סמוך ונראה' לדודו רבי שימעלע.
ר' שימעלע ליגט יא אינעם אלטן חלקה גופא.
[אגב, ר' מאיר'ל האט נישט געהאט קיין געלט אפילו זייענדיג אין אר"י. אמשינאוו האט זיך קיינמאל נישט אויסגעצייכנט מיט אן איבעריגן דאלער].

אנדערש ווי ביים סטאלינער, האב איך נישט געהאט צוגעצייכנט, אז ביים לויה ווען מ'האט געזען דעם ליידיג פלאץ לעבן רש"ב אטוואצקער, האט מען טאקע חושש געווען אז ס'איז יא איינעמ'ס מקום קבורה וואס זיין מצבה איז נישטא [קיין טעם לחשש האב איך נישט געפונען. לפי דבריך מיט א פארשוועמונג אין די תר"צ'ס שטימט עס בעסער], און דער בית ישראל פון גור האט געזאגט מ'זאל אויפגראבן, ביז מ'איז אנגעקומען צו א קרקע-סלע, און דאן האט מען געזען אז קיינער איז דא נישט באגראבן געווארן.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]מפוזרי[/tag], [tag]אדנירם[/tag] איז גירעכט ר איציקל ליגט אין די נייע און ר' שימעלע אין די אלטע איך בין דוירט גיוועהן אסאך מאל ביי ביידע פון זיי.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב נישט געזאגט אז ער ליגט דווקא אין די אלטע חלקה, נאר אז ס'איז גענוג נאנט צו רש''ב אטוואצקער'ס קבר אז ס'זאל קלעקן אויך פאר ר' שמעו'לע, אן צו דארפן רוקן קברים. וואס בפשטות איז דאס געווען די סיבה וואס ער האט געוואלט ליגן דארט, נישט דווקא אלס אלטע חלקה. אם משום איזה טעם כמוס היה רצונו דווקא להיות בחלקה הישנה בלי קשר לקירבה לרש''ב אז לא אמרתי כלום. גם במקרה הזה האלט איך אז ס'נישט געווען קיין נס, ווי כ'האב שוין געשריבן לגבי קארלין, אז ס'געווען גענוג ליידיגע פלעצער נאר מ'האט נישט געוויסט צי ס'איז טאקע ליידיג, וממילא לא היה מקום לחיפושים והפתעות.

דא האסט ווואס איך האב געשריבן:
 ר' איציק'ל כמדומני ליגט נישט מער ווי אפאר טריט אפגערוקט פון דארט - רוף עס ניי צי אלט - מ'וואלט עס געקענט ניצן פאר ר' שימעלע וואלט עס אויסגעפעלט. 

אדרבא, כ'בין שוין לאנג נישט געווען דארט, איז עס טאקע מער ווי אפאר טריט אפגערוקט? און וואו ליגט דער סעקערנעוויטשער?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]נאך אפאר שיינע בילדער פון רבי איציקל' אמשינאווער זצ"ל, פון אמעריקע:


מיטן אלטן סקאליע רבי, ביים בר מצוה פון היינטיגן סקאליע רבי [48].
2009215_17281312908_bar%252520mitsve.jpg


ביי א שמחה [שוין געברענגט אויבן אנדערע בילדער פון אים ביי דעם שמחה].
img423.jpg


זיצט אויף א לעה-זאק [אויבן געברענגט א מעשה מיט רבי מאטל זילבער מ'סטיטשין איבער דעם].
images (89).jpg


כ'מיין אז ביים חתונה פון זיין איידעם, רבי ישראל ארנסטר שליט"א.
20081124_1137575099_E1.jpg


אין באגלייטונג פון זיינס אן אייניקל.
639_318.jpg
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכבוד די 28׳סטע קאפיטל אין דעם אשכול, האב איך אראפגעשריבן א שטיקל גראם לכבודו של ידידינו [tag]אדנירם[/tag], און אויך כדי צו מעורר זיין די עולם צו ארויסווייזן מער די הכרת הטוב און לייקן.

כ׳חות עצומות אינעם אמשינוב׳ע אשכול לייגט ער אריין,
ח׳ברים טייערע, לאמיר אים דערויף מכיר טוב זיין,
ו׳וען וועט שוין די אשכול אין ״אנשי שם״ די העכסטע זיין?

ד'י נארישע לייק קנעפל דריקן מיר וועלן,
ש׳יינע ארטיקלן פאר אונז טוט ער צושטעלן,
ש׳טארקע מהנה איז ער, אוי ווי אונז קוועלן,

מ׳ער און מער ידועות ברענגט ער צאם,
ש׳יינע רייכע ארטיקלען מלא טעם,
ז׳יינע ווערק צינדן אונז אן דעם אמשינוב׳ע פלאם,
ר׳בותינו הגיע זמן צו ענדיגן דעם גראם...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הו-הא! א מייסטער ווערק, און א שיינעם דאנק.
דברי חיזוק ועידוד איז אלעמאל חשוב און אפילו וויכטיג.


פריעד באטשי האט געשריבן:ו׳וען וועט שוין די אשכול אין ״אנשי שם״ די העכסטע זיין?
פרעגסט דאך גוט.
[tag]סדרן[/tag], [tag]קעלנער[/tag], אפשר טאקע?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך ירא שמים »

ווען קומט אבער א אפדעיט ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]ניין און צוואנציגסטע קאפיטל:
וזרח השמש - הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'אמשינוב זצוק"ל.[/center]



[center]תולדות צדיק.[/center]
דער פריערדיגער אמשינאווער רבי פון ארץ ישראל, רבי ירחמיאל יהודה מאיר, וועמען מ'האט גערופן בלשון חיבה 'רבי מאיר'ל', איז געבוירן שושן פורים שנת תרס"א, אין פרשיסכא - דארט ווי זיין טאטע, רבי שמעון שלום, האט געוואוינט ביי זיין שווער, הרה"ק רבי ישעי'לע פרשיסכער [רבי ישעי'לע איז געווען א יונגערער ברודער פון רש"ש'ס טאטע - רבי מנחם'ל אמשינאווער. אזוי אויך איז רבי ישעי'לע געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'פרשיסכא [א רעכטער אייניקל פונעם יוד הק' מ'פרשיסכא] וועם מ'האט גערופן רבי מאיר'ל פרשיסכער, וואס איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער. אזוי ארום איז רש"ש געווען דריי מאל אן אייניקל פון רי"ד'ל אמשינאווער]. און מ'האט אים א נאמען געגעבן נאכן גרויסן זיידן, רבי מאיר'ל פרשיסכער. רבי מאיר'ל האט זיך געדרייט ביים זיידן אין אמשינאוו, רבי מנחם'ל, און איז געווען זיין באליבטן אייניקל (רש"ש'ס עלטערער ברודער, רבי יאסעלע, איז דאך געווען רב אין אסטראווע ווי אויבנדערמאנט, און ער איז נישט געווען לעבן דעם טאטן רבי מנחם'ל). ער איז געווען אויסגעצייכנט מיט זיין איידעלע מהות, צארטע נשמה, און צניעות'דיגע עבודה.

זיין דאווענען איז געווען א שם דבר נאך פון יונגווייז אן, כאטש זיין דאווענען האט געקענט פארקומען דרייצן אזייגער - ווי א ריכטיגער אמשינאווער. אסאך האבן געוואלט מיטהאלטן זיין דאווענען, וואס פלעגט געזאגט ווערן מיט אן איינגעהאלטענער פלאם פייער, און מיט א ריכטיגער השתפכות הנפש [צו פארשטיין וויאזוי א פלאם פייער ארבעט מיט איינגעהאלטנקייט, וואלט מען געדארפט מיטהאלטן א דאווענען מיט רבי איציק'ל אמשינאווער אין אמעריקע. יא, ס'איז דא אזא מושג...]. אזוי אויך איז ער געווען זייער א געשמאקער בא'טעמ'טער מענטש, וואס האט באוויזן ארויפצולייגן אויף זיך א מאנטל פון פשטות אויף אזא שטארקע פארנעם, אז אסאך מענטשן פלעגן טאקע נישט כאפן וואספארא הייליג איד ער איז.


[center]א מאנטל פון פשטות און שמחה...[/center]
[center]
אמשינוב.jpg
[/center]
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יוטא טויבא, א טאכטער פון זיין פעטער הרה"ק רבי יעקב אריה מארגנשטערן מ'ווישקאווע, וואס איז אויך געווען דער לאמאז'ער רבי, און א רעכטער אייניקל פון רבי מענדעלע קאצקער. רבי יעקב אריה איז געווען אן איידעם ביי רבי מאיר'לס זיידע - רבי מנחם'ל אמשינאווער [אזוי איז רבי מאיר'ל געווארן 4 מאל אן אייניקל פונעם עלטער-זיידן רי"ד מאמשינאוו]. אין יאר תרפ"ח האט ער באזוכט ארץ ישראל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע צייט. דאס גייט זיך שפעטער ארויסשטעלן פאר אן עיקר פאקטאר אין זיך באזעצן ענטגילטיג אין ארץ ישראל, און איבערפלאנצן דארטן דאס הויף פון אמשינוב.


[center]בצל אביו הגדול.[/center]
ביים אויסברוך פונעם צווייטן וועלטס קריג, איז רבי מאיר'ל אנטלאפן צוזאמען מיט זיין גרויסער פאטער פון פוילן קיין ווילנא, און פון דארט קיין יאפאן, און נאכדעם קיין שאנכיי, און צום לעצט קיין אמעריקע. אין די אלע מקומות איז לא משה ידו מיד אביו הגדול, און ער האט זיך מסתופף געווען בצלו הטהור, נאשנדיג און העלפנדיג דעם גרויסן טאטן זיינער. אפילו זייענדיג א בן יחיד ביי זיין טאטן, האט ער פארט גארנישט געמאכט פון זיך, כאטש יעדער האט געוואוסט אז ער גייט זיין דער צוקונפטיגער רבי.

זיין פארבארגנקייט אין די צייטן איז געווען אויפן ריכטיגן אמשינאוון שטייגער, א צניעות, פשטות, און ליבליכקייט צו יעדן, אזש ס'האט זיך געקענט דאכטן אז מ'רעדט פון א פשוט'ער זיסער אמשינאווער דמות. אלס רבי האט זיך יא ארויסגעזען אביסל פון זיין פייערדיגע עבודה, אבער ער האט אלס פרובירט צו באהאלטן און באקליידן זיין עבודה מיט א פשטות נפלאה, און מיט די טיפישע אמשינאווע שמחה און געשמאקקייט. באזונדער האט ער ארויסגעשיינט מיט זיין אמת'ער יראה טהורה, וואס איז פשוט געגאנגען צוזאמען מיט זיין באהאלטנקייט און צניעות כתרי ריעין דלא מתפרשין.

ביום י"ט באב תשי"ד, איז זיין גרויסער פאטער נסתלק געווארן, און רבי מאיר'ל איז אויפגענומען געווארן אלס רבי תחת אביו. א קורצע תקופה האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמעריקע, אבער זיין הארץ וואס האט געברענט מיט אהבה צום הייליג לאנד, האט אים נישט צוגעלאזט צו פארבלייבן דא און נאך אפאר חדשים האט ער עולה געווען - מיט זיין מאמען - קיין ארץ ישראל, מיטנעמענדיג דעם מטה פון זיין טאטע, ווי אויבנדערמאנט.


[center]רבי מאיר'ל איז מתפלל על ציון אביו הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינוב זצוק"ל, אין טבריה:
050605_153053-1250_3.jpg
[/center]
פון הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל האב איך געהערט, אז איינמאל האט איינער זיך אפגערעדט אויפן הייסן ארץ ישראל'דיגן קלימאט אינעם זומער, און האט זיך אויסגעדריקט אביסל א לשון גנאי. רבי מאיר'ל האט אויפגעציטערט, און נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מ'קען אזוי רעדן אויפן הייליג לאנד 'ארץ ישראל'... [אגב, ענדליכס דערציילט מען אויף רבי אהר'לע בעלזער, אז איינער האט אמאל געזאגט אויף געוויסע פירות ארץ ישראל אז ס'איז נישט פון בעסטן קוואליטעט. רבי אהר'לע האט אים געהייסן זאגן דריי מאל (כידוע האט ער געהאט אן ענין איבערצוזאגן זאכן דריי מאל, אולי משום חזקה) אז ארץ ישראל'דיגע פירות זענען גוטע (אדער די בעסטע) פירות].

אין ארץ ישראל האט ער קובע משכן געווען אין ירושלים, אינעם געגענט 'בית וגן' - וואס איז אינדרויסן פון צענטער פון היימישער געגענט אין ירושלים [דארט האבן אויך די סאכעטשאווע, ראדזינע, און טאלנע רבי'ס געהאט זייער ביהמ"ד, און אזוי אויך האט רבי יחזקאל אברמסקי דארטן געוואוינט]. און דארט האט ער פשוט פון פריש מייסד געווען א חסיד'ישער חצר, אנהייבנדיג אלעס פונדאסניי, כאטשיג באמת האט זיין טאטע שוין געשיקט חסידים קיין ארץ ישראל נאך בעפארן קריג, ווי אויבנדערמאנט. אביסל שפעטער האט ער מייסד געווען א ישיבה בשם 'שם עולם', וואו זיין איידעם - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל האט משמש געווען אלס ראש ישיבה [די ישיבה שטייט נאך היינט]. א נייע עפאכע האט זיך אנגעפאנגען אין אמשינאוו, די ארץ ישראל'דיגע עפאכע: די חסידות פון 'אמשינוב', נישט 'אמשינאוו'...


[center]ביים הנחת אבן הפינה צו זיין ישיבה 'שם עולם' ד'אמשינוב:
images (13).jpg
[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: שטריכן אין הנהגה, וגדלות הרוח, פון רבי מאיר'ל אמשינאווער.
[NAMELESS]

כ״ק אדמו״ר מאמשינוב שליט״א - העכער פון אלע אותיות!

שליחה דורך [NAMELESS] »

מען האלט שוין 29 קאפיטלעך נענטער צום היינטיגע רבי שליט״א ווי פארדעם וואס [tag]אדנירם[/tag] האט אנגעפאנגען דעם אשכול, איז פאסיג צו אראפברענגן דא בילדער פונעם רבי׳ן שליט״א פון די ערשטע דף אינעם ״בילדער וואס זענען העכער פון אותיות״ אשכול. (קרעדיט: [tag]ונבנתה העיר[/tag]).

[tag]אדנירם[/tag], ווער איז דער יונגעל?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

Sweet
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שש
איך בין איינמאל געווען סליחות אין אמשינוב, ס׳וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון זיכרון.
אפשר איז כדאי זאלסט עס אביסל אראפלייגן דא פארן עולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דרייסיגסטע קאפיטל:
תהלוכותיו בקודש של הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'אמשינוב זצוק"ל.[/center]



[center]מידת השמחה.[/center]
רבי מאיר'ל אמשינאווער האט זיך אויסגעצייכנט מיטן אמשינאוון 'טרעידמארק' - שמחה. ער איז געווען א שטיק שמחה, און האט אריינגעבלאזן אין אלע זיינע ארומיגע א רוח פון שמחה. די שמחה איז געווען לאו דוקא א שמחה של מצוה, נאר שמחה לשם שמחה, אבער דער תוצאה דערפון איז געווען אז דאס האט גורם געווען א געוואלדיגע שמחה של מצוה - א זאך מיט וואס חסידות אמשינוב איז וועלט בארימט עד עצם היום הזה.


[center]זיין לעכטיגע צורה מיט א שמחה של מצוה, ביי א הכנסת ס"ת:
9322.jpg
[/center]
ווען ס'קומט א יו"ט איז דאך פשוט אז מ'דארף מקיים זיין דעם 'ושמחת בחגך', ווען ס'קומט א חתונה איז דאך פשוט אז מקיים זיין דעם 'כל המשמח חתן וכלה', ווען ס'איז דא א זיץ/פארברענגען בדיבוק חברים איז דאך אויך פשוט אז מ'איז מקיים דעם 'שמח תשמח ריעים'... אבער אפילו ווען ס'קומען די ימי הדין, ראש השנה ויום כיפור, הערשט דארט א געוואלדיגער שמחה. זר לא יבין, דאס איז נישט הוללות, דאס איז נישט שכחה אינעם מציאות פון די ימי הדין, נאר דאס איז די ריכטיגע 'שמחה של מצוה' וואס לאזט קיינמאל נישט נאך. ראש השנה ביינאכט - ווארטנדיג אז די רבי זאל אריינקומען צום דאווענען, איז א נארמאלע זאך צו זען די הונדערטער אידן וואס קומען זיך צוזאם ביים היינטיגן רבי'ן שליט"א, ווי זיי זיצן און לערנען סוגיות הש"ס מיט א פרישקייט כאילו מ'האלט טיף אינמיטן א זמן... ס'איז די פשטות און פרישקייט וואס מ'געפונט נישט ערגעץ אנדערש.

האט אן עלטערער חשובער אמשינאווער איד'ל דערציילט, אז אין אנהייב פון רבי מאיר'לס רבי'סטעווע, פלעגט ער כסדר פארן [אפשר א יעדע ר"ח?] צום כותל המערבי דאווענען. נאר אמשינוב ווי אמשינוב האט דאך קיינמאל נישט מקבל מרות געווען פונעם זייגער, און רבי מאיר'ל איבערהויפט איז געווען זייער פארשלעפט, האט מען קיינמאל נישט געקענט אויסרעכענען ווען דער רבי גייט זיין גרייט צו פארן צום כותל. ווען רבי מאיר'ל איז געווען גרייט האט מען שנעל מודיע געווען פארן עולם, און אפאר קארס האבן זיך צוזאמען ארויסגעלאזט, אנגעשטאפט מיט מענטשן ביז ס'שוין נישט געווען קיין פלאץ פאר קיין נאדל, און 'געפלויגן' צום כותל... הקיצור, איז געווען איינמאל אז דער איד האט געוואלט מיטפארן מיט איינער פון די קארס, אבער ס'שוין געווען איבערגעפולט עד אפס מקום אן קיין טראפ פלאץ. נו, וואס טוט מען? האט ער געבעטן צו ווארטן צוויי מינוט, ער איז אריינגעלאפן אין ביהמ"ד און געכאפט א טלית מיט א גארטל, ער האט זיך ארומגעוויקלט מיטן טלית און ארויפגעשפרינגען אויפן דאך פונעם קאר, וואו ער האט זיך אראפגעלייגט, און מ'האט געצויגן די גארטל פון ביידע זייטן אריין אין די פענסטער'ס אז ער זאל ח"ו נישט אראפפאלן אינמיטן וועג, און היידא... געגאנגען צום כותל. איר קענט זיך נאר פארשטעלן וויאזוי ס'האט אויסגעזען ווען די קאר איז אדורכגעפארן די ירושלימ'ע געסעלעך מיט א מענטש ארומגעוויקלט אין א טלית אויפן דאך פונעם קאר...


[center]הרה"ק רבי מאיר'ל מ'אמשינוב זצוק"ל ביים צוריקקומען פון כותל המערבי:
050605_153236-1266_5.jpg
[/center]
הגה"ח רבי שלמה קופיץ זצ"ל האט מיר אמאל דערציילט, אז ווי באקאנט האט ליידער דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א באגראבן זיין עלסטן זון בשנת תשל"ג, וואס איז געווארן קראנק אלס בעיבי און איז אוועק דא אין אמעריקע. דאס איז געווען זייער ווייטאגליך פאר רבי מאיר'ל, אבער ער האט דאס נישט געוואלט ארויסווייזן ברבים. האט רבי שלמה מיר געזאגט, אז ביים לויה האט ער געזען ווי רבי מאיר'ל שטעקט אריין דעם קאפ אין קאר וואס האט געטראגן די מיטה, און ער האט פארלאזט אפאר טרערן. אינמיטן האט ער באמערקט רבי שלמה, האט ער שנעל געגעבן א הייב אויף דעם קאפ און געפרעגט: 'שלמה וואס מאכסטו עפעס?' [משהו כזה]. ער האט נישט געוואלט אז רבי שלמה זאל זיך שפירן שלעכט און ער האט שנעל פארדרייט דעם נושא! דאס איז געווען זיין אצילות געמישט מיט זיין טבעיות'דיגער שמחה, וואס האט טאקע משפיע געווען אויף זיינע חסידים אומעטום.


[center]חסידים הראשונים היו שוהים...[/center]
יעדער ווייסט דאך שוין פונעם כראנישן אמשינאוון קראנקייט וואס רופט זיך 'פארשלעפטקייט'... אלע אמשינאווע רבי'ס האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן שפעטיגן, אבער רבי מאיר'ל האט דאס גענומען אויף א העכערע דרגה: ער פלעגט קענען פראווען א שבת ביז זונטאג [פארן היינטיגן רבי'ן וואלט דאס באדייט אן אויסערגעווענליכע זריזות, אבער ביז רבי מאיר'ל פלעגט מען נאר שלעפן אפאר איבעריגע שעה, און רבי מאיר'ל האט 'געצויגן' ביז זונטאג בייטאג]. ווען זיין טאטע, רבי שימעלע אמשינאווער, פלעגט פירן טיש פרייטאג צונאכטס, פלעגט ער נאך דאווענען מעריב. און רבי שימעלע האט געפירט טיש חצות הלילה אדער שפעטער...

ווי שוין אויבנדערמאנט, איז רבי מאיר'לס אור-אייניקל אוועק בחייו. דערציילט א איד, אז דער בית ישראל האט געוואלט קומען מנחם זיין רבי מאיר'ל. אזוי ארויסגייענדיג פון שטוב שפעט נאכמיטאג, זעט ער פונקט ווי דער היינטיגער אמשינאווער רבי'ס פאטער, הגאון רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל, גייט אים אנטקעגן. האט דער בית ישראל אים געפרעגט צו מ'קען יעצט קומען צו זיין שווער - רבי מאיר'ל - אויף א באזוך. האט אים רבי חיים מיליקאווסקי געענטפערט מיט זיין לערנען ניגון [ווי באקאנט איז לא פסק פומיה מגירסא, אזש ער פלעגט כסדר טראכטן פון לערנען און ענטפערן מענטשן מיטן 'גמרא ניגון']: אינדערהיים איז ער דא, אבער צו מ'קען אריינגיין א באזוך, דאס קען מען קיינמאל נישט וויסן ביי אים, אפשר דאווענט ער יעצט שמו"ע פון שחרית?!... דער בית ישראל האט זיך צושמייכלט און געקומען אויף א באזוך.


[center]א מכתב מכת"י פון רבי מאיר'ל אמשינובער.
images (95).jpg
[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: זיין צניעות וצדקות, זיין אהבת ישראל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:הו-הא! א מייסטער ווערק, און א שיינעם דאנק.
דברי חיזוק ועידוד איז אלעמאל חשוב און אפילו וויכטיג.


פריעד באטשי האט געשריבן:ו׳וען וועט שוין די אשכול אין ״אנשי שם״ די העכסטע זיין?
פרעגסט דאך גוט.
[tag]סדרן[/tag], [tag]קעלנער[/tag], אפשר טאקע?!

נו, ווען? האט די הנהלה געטוישט פאלעסי און מען לייגט מער נישט ארויף אשכולות וואס ווערט מער געקוקט ווי אנדערע?
[tag]סדרן[/tag], [tag]קעלנער[/tag], אויף וואס ווארטן ענק?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אדנירם[/tag] ווען קומט נאך א קאפיטל? איך דארשט שוין פון זונטאג.

טייערע חברים, פארוואס האלט די לעצטע צוויי קאפיטלעך (30-29) נאר ביי 9 לייקס?
פארשפארט