[center]אכט און צוואנציגסטע קאפיטל:
סוף ימי הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זצוק"ל עלי אדמות.[/center][center]אחרית ימיו.[/center]רבי שמעון שלום האט געהאט א געוואלדיגע תשוקה זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל. ער האט אזוי געטון אויף למעשה אויך, ווען ער האט צייטווייליג געוואוינט אין ארץ ישראל נאך פארן צווייטן וועלטס קריג. נאר אויף למעשה, ווען ס'איז געקומען ארויסצוברענגען דעם גאנצן משפחה, האבן זיך זאכן פארשלעפט און פארצויגן, נוסח אמשינאוו. דאס האט אים נישט אפגעהאלטן פון צורעדן כסדר מענטשן וואס זענען געווען שוחרי פתחו, זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד. און אגב, אזוי האט ער געראטעוועט אסאך פוילישע אידן וואס זענען געווען שומעי עצתו און האבן עולה געווען לארץ ישראל נאך בעפארן אויסברוך פונעם צווייטן וועלטס קריג, וואס האט אפגעווישט ניינציג פראצענט פונעם פוילישן אידנטום [!!!]. נאכן קריג האט ער זיך אויך נאר באזעצט אין אמעריקע מיט אן עראי'דיגן חשבון, פלאנענדיג זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל ווי נאר ס'וועט זיין שייך. אבער כנוסח אמשינאוו האט זיך דאס געהאלטן אין איין פארשלעפן.
[center]
די הימלישע צורה פון רבי שמעון שלום אמשינאווער:20140814_231619-1.jpg
[/center]
בשנת תשי"ד האט ער ענדליך באקומען סארטיפיקאטן פאר די גאנצע משפחה, און ער האט ערנסט געהאט רעזארוואציעס ווען מ'גייט עמטליך פארן קיין ארץ ישראל. געוויסע חסידים האבן געוואלט מיטפארן מיט אים, און בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל. אבער דאן איז ער פלוצים קראנק געווארן און דריי טעג שפעטער איז ער נסתלק געווארן, איבערלאזנדיג יעדן אין שאק, איבערהויפט אז ער איז געווען ממש דער איינציגסטער פוילישע רבי אין אמעריקע, און ארויפגעקוקטער אויטאריטעט ביים כלל.
צוויי טעג צוריק האב איך גערעדט מיט אן עלטערער אמשינאווער חסיד, הרב פיינצייג [קרוב לבן תשעים],
(וואס איז לעצטנס אביסל באקאנט געווארן אדאנק זיין געלונגענעם בוך וואס באשרייבט וויאזוי ער האט זיך געראטעוועט ביים קריג וכו'), און ער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א קרוב רבי מרדכי פיינצייג, אן אנגעזעענער אמשינאווער חסיד, וואס האט געפלאנט מיטצופארן מיטן רבי'ן קיין ארץ ישראל. רבי שימעלע האט אים דאן באפוילן זיך אנצוטון עכט חסיד'ישע מלבושים [וואס כידוע נאכן קריג האבן אסאך זיך צוריקגעהאלטן אפאר יאר דערפון], און האט זיך געפריידט מיט דעם וואס זיין חסיד גייט אים באגלייטן אויפן שיף, און נאכהער אין ארץ ישראל. למעשה איז ער אריין אין שפיטאל זיך בודק זיין צו אלעס איז אקעי, וויבאלד ער האט געליטן פון עפעס אן אומערנסטן פראבלעם, אבער די דאקטוירים האבן געמאכט עפעס א טעות ביי א כמו אפעראציע, און ער איז געווארן שטארק אפגעשוואכט, און נאך אפאר טעג איז ער ל"ע אוועק פריצייטיג.
קיינער האט נישט געוואלט אריינגיין צום רבי'ן אים מצער זיין און מודיע זיין דערוועגן, ספעציעל אז רבי שמעון שלום האט שטענדיג געליטן אויפן הארץ [און דערפאר האט ער זיך באזעצט אין אטוואצק. צוליב איר ריינע לופט אלס באקאנטער קור-ארט]. עכ"פ מ'האט געמאכט א לויה און נישט מודיע געווען דעם רבי'ן, און מ'איז אדורך פארנט פונעם אמשינאוון שטיבל אין בארא פארק וואו רבי שימעלע האט געהאט זיין ביהמ"ד. זאגט מיר דער הרב פיינצייג, אז מ'האט געזען ווי בשעת מעשה האט דער רבי געעפנט די פורהאנג ביי זיך אינדערהיים און מיטגעהאלטן מיטן לויה. הפנים, דער רבי האט געוואוסט אז ער איז אוועק אן דעם וואס מ'האט אים מודיע געווען. ולפלא היה, אז אפאר טעג שפעטער איז דער רבי זעלבסט - וואס מיט אים האט זיין חסיד מובהק געוואלט מיטפארן - נסתלק געווארן.
[center]
נאך א בילד פון רבי שמעון שלום אמשינאווער:images (47).jpg
[/center]
[center]ועלה למרום...[/center]ביום י"ט אב תשי"ד, איז רבי שמעון שלום פלוצים אוועק, אין עלטער פון 71 יאר [ער איז געבוירן בשנת תרמ"ג], איבערלאזנדיג חסידים ואנשי מעשה צושאקלט און צושוידערט. ווען הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל האט געהערט די ביטערע בשורה, איז ער אריין צו רבי שמעו'לע אין שטוב, און פון זיינע אויגן זענען גערינען טרערן אן אויפהער. עס איז געווען א ריזן לויה וואו מ'האט מקונן געווען אויפן גרויסן אבידה, און מ'האט אים קובר געווען אין אמעריקע על תנאי, אז מ'זאל אים מעלה זיין קיין ארץ ישראל כאות נפשו בחייו.
ביים ניחום אבלים איז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי - רבי מנחם מענדל זצ"ל - געווען אנוועזנד, און ער האט זיך נאכגעפרעגט ביי רבי מאיר'ל אמשינאווער די פרטים וואס מ'פלאנט צו טון מיטן אריבערפירן קיין אר"י וכדומה, און דערנאך האט ער געפרעגט איינעם פון די חסידים דארטן צו ער פלאנט מיטצופארן מיטן ארון קיין ארץ ישראל. האט יענער געענטפערט אז ער איז א כהן. האט אים דער ליובאוויטשער רבי געפרעגט 'נו, איז וואס?!' (עי' כתובות ק"ג ע"ב, תוד"ה אותו, בענין קברי צדיקים).
[אגב, די הערצה איז געווען פון ביידע זייטן. יענער חסיד האט געוואלט מעיר זיין איבערן שקלא וטריא צו מ'מעג צו נישט, האט אים רבי מאיר'ל איבערגעהאקט 'ווען די רבי רעדט, בלייבט מען שטיל' ([tag]ונבנתה העיר[/tag] און [tag]רוסישער[/tag], איר הערט?!)].[center]
רבי שמעו'לע, אנגעלאנט אויפן שטעקן, פאר'דביקות'ט:20140814_231628-1.jpg
[/center]
אפאר חדשים שפעטער האט רבי מאיר'ל זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל, מיטנעמענדיג דעם ארון פון זיין הייליג פאטער, און נאך ביים לופטפעלד אין לוד האט שוין אפגעווארט א ריזן ציבור מיט גדולי ישראל דעם מיטה, און מ'איז דורכגעפארן פארשידענע פלעצער וואו מ'האט זיך אפגעשטעלט אים מספיד זיין. צוישן זיי האבן זיך אנגעזען די אדמורי"ם פון סאדיגורא, לעלוב, מאדזשיץ, סקערנעוויץ, לובלין, סטריקוב, און נאך גדולי רבנים. אין טבריה, וואו מ'האט אים ענטגילטיג קובר געווען, האבן די שטאטישע רבנים [הגאון רבי אשר זאב ווערנער - מחותנו של הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל, ועוד] מכריז געווען אויף א ביטול מלאכה, און מ'האט געמאכט א כרוז זיך צו קומען משתתף זיין בהלויית 'הגאון הקדוש, המלאך המליץ טווב על ישראל' [כלשון המודעה]. און צווישן די מלוים זענען ספעציעל ארויסגעקומען דער גערע רבי - דער בית ישראל מיט א קבוצה פון זיינע חסידים [ער האט זיך געהאלטן ספעציעל נאנט מיט רבי שימעלע אמשינאווער], און דער ביאלער רבי.
אין טברי' איז דא דער אלטער בית החיים, וואו עס ליגן פיל תלמידי הבעשטה"ק, ביניהם רבי מענדעלע וויטעפסקער, רבי נחמן הארדענקער, רבי מענדעלע מבאר, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא, רבי אברהם מקאליסק, און נאך. אזוי אויך איז דארט נקבר געווארן זיין נאנטער קרוב - רבי שמחה בונם'ל אטוואצקער זצ"ל [א זון פון רבי מענדעלע וואורקער וואס איז געווען דער יונגערער ברודער פון דער ערשטער אמשינאווער רבי - רבי יעקב דוד'ל]. אבער שוין צענדליגע יארן וואס מ'האט קיינעם נישט קובר געווען דארטן מחוסר מקום. רבי מאיר'ל ווידער, האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו באגראבן זיין טאטן דוקא אין אלטן בית החיים, ווייל דאס האט זיין טאטע געוואלט. אבער די חברה קדישא האבן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין איינעם, און דערפאר האט מען שוין נישט קובר געווען יארן לאנג אין אלטן בית החיים. למעשה איז געבליבן, אז היות רבי שמעון שלום האט דייקא געוואלט נקבר ווערן אין אלטן בית החיים, גייט מען לכבודו בודק זיין יענע חלקה און זען צו ס'איז דא פלאץ פאר זיין קבר. און צו אלעמענס וואונדער, האט מען פלוצים באמערקט פלאץ לעבן זיין קרוב - רבי שמחה בונם'ל'ס קבר, און מ'האט אים דארט קובר געווען לעבן די אנדערע תלמידי בעל שם.
[center]
דער ציון פון רבי שמעון שלום אמשינאווער זצוק"ל:IMG_3054.jpg
[/center]
[אגב, א טיפישע גערע אנקעדאט. ביים לויה זענען מענטשן געקראכן איבער קברים, מחוסר מקום
(גראדע היינט צוטאגס האט מען שוין געמאכט געוויסע שבילים העכער געוויסע קברים), און דער ספרד'ישער רב הרב וועקנין האט זיך אפגערעדט אויף די כבוד המתים וואס ווערט נישט אפגעהיטן ווי עס באדארף צו זיין. האט אים דער בית ישראל מ'גור געענטפערט: 'איך האב נאר איין עצה, מתפלל צו זיין אויף זיי אז זיי זאלן שוין אויפשטיין'...].
[center]השאיר אחריו ברכה.[/center]רבי שמעון שלום האט איבערגעלאזט איין איינציג קינד, זיין זון און ממלא מקום - הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זצ"ל, וועם מ'האט גערופן בלשון חיבה רבי מאיר'ל. אבער רבי מאיר'ל האט שוין דאן געהאט עלטערע קינדער, זיין זון אן עילוי פאר זיך, און זיין איידעם רבי חיים מיליקאווסקי, אויך אן עילוי, וואס איז עווענטועל געווארן דער פאטער פונעם היינטיגן אמשינאווער רבי פון בית וגן. אזוי אויך האט ער 'איבערגעלאזט' א פלומעניק, הרה"ק רבי איציק'ל מאמשינאוו זצ"ל, וואס ער האט מטפח געווען כבנו פון אטוואצק, דורך שאנכיי, ביז אמעריקע, וואו ער האט אים געהייסן ווערן רבי נאך בחייו [שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען].
אזוי אויך זענען געבליבן פון אים געוואלדיגע ספרים: 'משמיע שלום', 'אמרות טהורות', און 'אמרי רצון'. רוב תורות זענען געבויטע מערכות (לאפוקי טיפישע רבי'שע תורה'לעך), אדער גאונ'ישע גמטריאות, און מבוסס על פי קבלה, וואס אין דעם איז ער געווען א ריז. זיין זון רבי מאיר'ל פלעגט צומאל זאגן תורה געבויט אויף זיין טאטנ'ס תורה, און דער היינטיגער אמשינאווער רבי זאגט קיינמאל נישט תורה משלו, נאר זאגט נאך זיין זיידעס תורות און בויט אויף דעם זיינע הוספות.
[center]
רבי שמעון שלום מאמשינאוו, במלוא יפיו והדרו:20140814_231700-1.jpg
[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: דעם נעקסטן וואגאן אינעם אמשינאוון באן - בנו הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זצ"ל.