שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אפשר בין איך אויך א שמאק בן שמאק מבטן אמי?
והשנית כטאר נישט האבן מיין שיטות?
והשלישית כבין אויך אדורך אביסעל א שווער צייט ביים אריין שיקן מיינע קינדער אין מוסדות, און געזאגט און גע'חתמ'ט א באנטש ליגענט.
למעשה האלט איך אבער א רבי וואס טוט אלץ פאר די תלמוד תורה ווי שאפן געלטער אין אויפנעמען מלמדים וגו׳ האט רעכט אנצונעמען וועמען סגעפעלט עיהם, אין קען אפזאגן אויך שטילע.
דו ביזט מסתם נישט קיין שמאק, אבער דו ביזט אומוויסענד, און - מיטן שרייבען אין א אומוויסענד נושא, ביסטו איגנאראנט (ignorant)!
די רבי שאפט געלטער?! פון ווי?! פון אונז!!! מיר גיבן אים געלט לעשות כרצונו? צו גיבן חינוך פאר א פאר משפחות מיוחותים? ניין! מיר גיבן אים געלט צו גיבן חינוך פאר אידישע קינדער.
ב.ד.וו., רוב עקזיסטירענדע מוסדות זענען עלטער, און שטייען שוין יאהרן פאר די איצטיגער הייליגער רבי האט איבערגענומען די הנהגה און אנגעהויבן "שאפן געלטער אין אויפנעמען מלמדים וגו׳"... ער האט געווענדליך איבערגענומען א מוסד וואס מיר און אונזערע עלטערן האבן אויפגעשטעלט מיט שווערע געלטער, סיי מיט שווער-געהארעוועטע שכ"ל און אויך ברייטהארטיגע נדרים ונדבות וועס מיר\זיי האבן געשטיצט כדי צו בויען א עתיד פאר אונזערע\זייערע קינדער, אייניקליך און אור-אייניקליך. דאס אלעס איז געווען ווען אונזער היינטיגער רבי איז נאך געווען א קטן שלא הגיע, אדער גאר זיך אויפגעפירט אין א וועג וואס מ'וואלט אים דאן ארויסגעווארפן פון די ישיבה לויט זיינע היינטיגע תקנות...