זכור ימות עולם (היום יום)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ז' אלול

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ט: אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די מרגלים אין מדבר, און עס איז א יום תענית צדיקים.

ה'תק"ג: "פורים טברי' " – דער טערקישער פירער סוליימאן פאשא איז געקומען פון דמשק מיט'ן פלאן איינצונעמען די שטאט טברי'. הגה"ק רבי חיים אבולעפיא זי"ע האט געשיקט שלוחים מתפלל זיין רחמי שמים ביי די ציונים הקדושים פון רבי חייא ובניו, רב המנונא סבא, און רב הונא איש גלותא, און בחסדי ד' איז די גזירה בטל געווארן און אין דעם טאג איז דער פאשא צוריק מיט ליידיגע הענט. לזכר צו די ניסים האט רבי חיים, דער מנהיג פון טברי' יענע תקופה, איינגעפירט דעם טאג פאר א יו"ט פורים.

ה'תק"נ: אין דעם טאג איז פארגעקומען די בארימטע באזוך פון ערשטן פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן ביים "טורא שוהל" אין ניופארט, ראוד איילאנד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ח' אלול

שליחה דורך שעפטל »

ג'תתכ"ח: נאכ'ן חורבן בית שני האבן די רומיים אין דעם טאג חרוב געמאכט די איבערגעבליבענע קווארטאלן פון ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען געווען פארזאמלט יוחנן ושמעון מגוש חלב.

ה'ל"ד: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די מלוכה פון בריטישן קעניג עדווארד דער 1'טער, וועלכער האט ארויסגעגעבן ביטערע גזירות אויף אידן במשך זיין קעניגרייך, ביז צום ביטערן "גזירות גירוש" קעגן די אידן אין בריטאניע זעכצן יאר שפעטער.

ה'שכ"ז: אין כמעט-אומדערהערטע ווארימע ווערטער דורך אזעלכע לאנד פירער צו אידן, שרייבט דער קעניג פון פוילן אז די אידישע קהלה אין לובלין איז ערלויבט צו גרינדן א ישיבה און עס אהערשטעלן מיט אלע ספרים און איינריכטונגען, מיט וויפיל תלמידים מען וויל, און אפילו באשטימען א ראש ישיבה "להגדיל תורה ולהאדירה."(!)
(דער אויסטערלישער בריוו, אונטערגעשריבן דורכ'ן פוילישן קייזער סיגיסמאנד אוגוסטוס דער 2'טער, אוגוסט 21 , 567 ', איז נאך היינט אין די אפיציעלע ארכיווען פון לאנד.)

ה'תרנ"ג: שווייץ גיט ארויס גזירה צו פארבאטן שחיטה אין לאנד, א גזירה וואס איז נאך אין קראפט ביז'ן היינטיגן טאג, און דער שווייצער אידענטום קען נאר באקומען כשר'ע פלייש פון אויסלאנד.

ה'תרע"ט: אוקריינער רוצחים פירן דורך ביטערע הריגות קעגן אידן אין די הויפטשטאט קיעוו, מיט טויזנטער קדושים הי"ד.

ה'תרח"צ: דער איטאליאנער דיקטאטור מוסאליני ימ"ש, אליאירט מיט'ן צורר היהודים היטלער ימ"ש, גיט ארויס גזירה צו עלימינירן ציווילע רעכטן פון אלע אידן אין לאנד.

ה'תרצ"ט: פאר'ן אויסברוך פון צווייטן וועלט קריג האבן דייטשלאנד און רוסלאנד אונטערגעשריבן א נאן-אגרעסיע אפמאך, אז רוסלאנד זאל לאזן דייטשלאנד אינוואדירן פוילן. ענגלאנד האט באלד רעאגירט מיט א פולע רוף פאר מיליטערישע מאביליזאציע, און אפאר וואכן שפעטער האט זיך אנגעהויבן די ביטערע קריג. (עווענטועל האט דייטשלאנד פארראטן רוסלאנד מיט א מאסיווע אינוואזיע, וואס האט פאראייניגט רוסלאנד און אמעריקע מיט נאך צענדליגער לענדער צו פארניכטן נאצי-דייטשלאנד.)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט' אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'כ"ז: דער הייליגער רמב"ן איז אנגעקומען קיין ארה"ק אין דעם טאג, און באנייט דעם אידישן ישוב אין ירושלים עיה"ק.

ה'תי"ד
: א איד מיט'ן נאמען יעקב בן שמשון קומט אן קיין "ניו אמסטערדאם" (די היינטיגע "ניו יארק"), ווערנדיג באצייכנט לויט היסטאריקער אלס דער ערשטער איד צו דערגרייכן צפון אמעריקע. (רוב היסטאריקער האלטן אבער אז די ערשטע אנקום פון אידן קיין צפון אמעריקע איז געווען איבער א חודש שפעטער, י"ב תשרי תט"ו, ווען 23 אידן זענען אנגעקומען קיין אמעריקע, אלס פליטים פון רעסיפי, בראזיל.)

ה'תקס"ו: דער פראנצויזישער קייזער נאפאליאן קומט אויף מיט'ן געדאנק פון גרינדן א נייע "סנהדרין" פאר אידן אונטער זיין מלוכה.

ה'תשנ"א: אין דעם טאג האט אויסגעבראכן די טרויעריגע "קראון הייטס ראיאטן," ווען אנטיסעמיטישע כוליגאנעס האבן זיך געלאזט אויף די גאסן פון קראון הייטס און געהעצט קעגן די ארטיגע אידן, קומענדיג צום קלימאקס ווען לעמריק נעלסאן און טשארלס פרייס האבן געשטאכן און אומגעברענגט דעם ליובאוויטשן בחור הק' יענקל ראזנבוים הי"ד. די צוויי פארשוינען זענען אדורך א לאנגע קייט פון סטעיט און פעדעראלע פראצעסן, א געמיש פון שולדיג און אומשולדיג אורטיילן, וואס האט זיי געהאלטן אין טורמע במשך לאנגע יארן. די שטורמישע אנטיסעמיטישע ראיאטן, באצייכנט אלס די ארגסטע אין ניו יארקער היסטאריע, האבן אנגעהאלטן דריי טעג, קאסטנדיג דעם קרבן פון ראזנבוים הי"ד, צענדליגער פארוואונדעטע, שאדנס פון מיליאנען דאלארן, און די ענדע פון ניו יארק מעיאר דינקינס' קאריערע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י' אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'תמ"ד: "פורים בודא(פעסט)" - א גרופע ווילדע אנטיסעמיטישן האבן געוואלט דורכפירן א שווערן פאגראם אין די אידן פון בודא (די האלבע פון "בודא-פעסט," וואס איז פאראייניגט געווארן כמעט צוויי הונדערט יאר שפעטער פון די מעשה), ווייל די אנטיסעמיטן האבן באשולדיגט אז וואס די אידן זענען געווען א גאנצן טאג ת"ב אין שוהל זאגן קינות, איז געווען מתפלל צו זיין אז די טערקן זאלן מצליח זיין אין זייער אטאקע אויף די שטאט. אבער ווי נאר די פאגראם האט זיך אנגעהויבן, האבן די ארטיגע הערשער עס באלד אפגעשטעלט, און די אידן זענען בחסדי ד' ניצול געווארן פון די בייזע פלענער. זינט דעמאלט איז דער טאג באצייכנט געווארן אלס א יום הצלה מיט שבח והודאה דורך די אידן אין בודאפעסט.

ה'תרע"ה: אין דעם טאג איז לייבל "ליא" פראנק הי"ד געקומען צו קבר ישראל, ביים מאונט כרמל ביה"ח אין קווינס, ניו יארק.
פראנק איז געווארן אנגעקלאגט אין א שווערן בלוט-בלבול אין א שטעטל אין דזשארדזשיע, באזירט אויף די "עדות'שאפט" פון א צווייפלהאפטיגער פארשוין וועלכער האט געטוישט זיין געשיכטע עטליכע מאל.
אבער נאכ'ן ארגינעלן שולד אורטייל, האבן פילצאליגע אפעלאטן און איבערזיכטן שוין נישט געטוישט דעם אויסגאנג, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו טויט שטראף. אבער צוליב די צווייפל פון די גאנצע געשיכטע, האט דזשארדזשיע גאווערנאר סלעיטאן רעדוצירט די הארבע שטראף צו בלויז לעבנסלענגליכע טורמע. צוויי מאנאטן שפעטער, ז' אלול תרע"ה, זענען געקומען א באנדע באוואפנטע אנטיסעמיטן, אים ארויסגעשלעפט פון טורמע און אומגעברענגט, אין בלויזן עלטער פון 31 יאר. דריי טעג שפעטער איז פארגעקומען זיין לוי' אין ניו יארק, וואו ער איז געקומען לקבורה י' אלול. פארשער און היסטאריקער קומען מער און מער צום אנערקענונג אז דאס איז געווען פון די שווערסטע בלוט-בלבול אין די אידישע היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. איבער זיבעציג יאר שפעטער, אין יאר תשמ"ו, האט די סטעיט "פארדאן און פעראול קאמיטע" דערקלערט אן אפיציעלע פארדאן אויף לייבל פראנק הי"ד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"א אלול

שליחה דורך שעפטל »

ד'תש"ס: אונגארן ווערט אפיציעל געגרינדעט אלס א לאנד. לויט היסטארישע באווייזן האבן אידן שוין געוואוינט אין יענעם ראיאן פון נאכ'ן חורבן בית שני, אבער די ערשטע אפיציעלע ערשיינונג פון אידן אין די ארכיווען פון אונגארן זענען פון בערך טויזנט יאר צוריק, ווען אידן זענען געקומען פון דייטשלאנד און זיך דארט באזעצט. (יהדות אונגארן האט אויפגעבליעט צום שענסטן פארנעם אין די ת"ק יארן, אין די תקופה פונעם חתם סופר און ישמח משה זי"ע, אזוי ערליך און הערליך ביז צום ביטערן חורבן אייראפע, כאטש עס האט נאך אנגעהאלטן אביסל ביז צו די "רעוואלוציע" ארום תשט"ז.)

ד'תתקע"ז: ביי די פינפטע רונדע פון די קרייצציגלער, האט דער אונגארישער קעניג ענדרו דער 2'טער זיך אנגעשלאסן אינעם קאמף און געפארן קיין א"י, אבער די גרופע איז נישט אנגעקומען צו ווייט.

ה'ס"ז: דער קעניג פון מאיארקא האט ארויסגעגעבן א גירוש אויף אלע אידן פון די פראווינצן ראזילאן און מאנטפעליע, און א גרויסער חלק פון די פליטים זענען אנטלאפן קיין בארצעלאנע, שפאניע.

ה'תשנ"א: אינעם דריטן טאג פון די טרויעריגע "קראון הייטס ראיאטן," האבן זיך די פאליציי ענדליך ערוועקט פון שלאף, און גענומען אגרעסיווע שריט קעגן די אנטיסעמיטישע כוליגאנעס וואס האבן געהעצט און געפלינדערט קעגן די אידן פון קראון הייטס, און ענדליך זענען די ראיאטן געקומען צו א שטילשטאנד. פילע אידן (ווי אויך פאליציאנטן און לאקאלע איינוואוינער) זענען פארוואונדעט געווארן, אידישע פארמעגנס זענען פארניכטעט געווארן אין ווערד פון מיליאנען דאלארן, און עס האט ליידער געקאסט א אידיש לעבן, דער ליובאוויטשער בחור הק' יענקל ראזנבוים הי"ד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און עס האט ליידער געקאסט א אידיש לעבן, דער ליובאוויטשער בחור הק' יענקל ראזנבוים הי"ד.

עס איז דא די באקאנטע בילדער פון די ראיאטען ווי מען זעט א באקלאפטע יונגערמאן מיט א יונגל/בחור׳ל לעבן אים, איז עס דער ראזענבוים?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ניין.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:ניין.

וואס דען איז די מעשה פון יענע בילדער?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אויך פון די ראיאטן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אויך פון יענע טאג
20110811-nypost-riots.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פארשאלטענע נ. י. פאוסט, עס האט זיך נישט אנגעפאנגען ביי ר׳ מנחם שטארק הי״ד....
קוק וואס זיי שרייבן אויף די קעפל:
שחורים, יודן און אפיצירן קעמפן אין די גאסן.....
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ב אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'ש"ב: די צוגרייטונגען הייבן זיך אן צו דרוקן דעם הייליגן ספר "בית יוסף", א טאג נאכדעם וואס דער הייליגער מחבר מרן רבינו יוסף קארו זי"ע האט געענדיגט שרייבן דעם גרויסן חיבור במשך איבער צוויי צענדליג יארן. (עס האט געדויערט נאך דרייצן יאר ביז'ן ארויסקומען פון דרוק.)

ה'תנ"ה: די נייע אידישע קהלה אין ניו יארק, לאנג פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, בעטן די לאקאלע באאמטע ערלויבעניש זיך צו קענען פירן עפענטליך אלס תורה אידן, אלס רעליגיעזע פרייהייט רעכטן.

ה'תצ"ב: א סעריע שווערע גזירות ווערן נאכאמאל ארויסגעגעבן קעגן די אידישע קהלה אין רוים, איטאליע.

ה'תרנ"ח: א "מעידזשער" אין די פראנצויזישע ארמיי, יובערט הענרי, איז ארעסטירט געווארן פאר פעלשן דאקומענטן אינעם אנטיסעמיטישן שפיאנאזש בלבול קעגן דעם אידישן אפיציר דרייפוס, און צוביסלעך איז דרייפוס'ס אומשולד ארויסקומען קלארער און קלארער.

ה'תרצ"ט: דער טאג איז אויסגעקומען זונטאג פר' כי תבוא, די שטילע אנהויב וואך פאר'ן אויסברוך פון קאלאסאלן צווייטן וועלט מלחמה דעם פרייטאג ווען נאצי-דייטשלאנד האט אטאקירט פוילן און דערמיט האט זיך אנגעהויבן די אומבאשרייבליכע גיהנם פון חורבן אייראפע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ג אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'רל"ז: עס הייבט אן צו ווערן פארשפרייט די ספר תהלים מיט'ן פירוש הרד"ק (פון ר'בינו ד'וד [בן יוסף] 'ן ק'מחי הספרדי), וואס איז נארוואס ארויס פון דרוק צוויי טעג צוריק, ביים דרוק פון די ברידער חיים מרדכי און חזקי' די ווענטשורא אין באלאגנע, איטאליע.

ה'ת"ז: אין דעם טאג איז אומגעקומען עקד"ה הקדוש רבי יצחק די טודירש הי"ד אין ליסבאן, פארטוגאל, דורך די שפאנישע אינקוויזיציע.

ה'תנ"ה: דער פארלאנג פון די נייע אידישע קהלה אין ניו יארק, לאנג פאר'ן גרינדונג פון אמעריקע, אז די לאקאלע באאמטע זאלן ערלויבן זיך צו קענען פירן עפענטליך אלס תורה אידן, אויפ'ן באזיס פון רעליגיעזע פרייהייט רעכטן, איז געווארן אפגעווארפן. (עס האט געדויערט נאך איין און אכציג יאר צום גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן, און עווענטועל די קאנסטיטוציאנעלע גאראנטי פאר רעליגיעזע פרייהייט אין די מלכות של חסד.)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ד אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'ת"ג: אין דעם טאג איז געשריבן געווארן די עלטסטע "שטר כתובה" וואס עקזיסטירט היינט אין די מערב וועלט, צווישן דעם חתן יצחק און די כלה יהודית.

ה'תל"א: א האלבע יאר נאכדעם וואס דער דייטשער קייזער לעפאלד האט ארויסגעגעבן א גזירת גירוש אויף די אידן אינעם טייל אונגארן אונטער דייטשע קאנטראל, האט ער צוריק געצויגן די גזירה, און די אידן האבן ווייטער געקענט וואוינען אין לאנד.

ה'תרל"ז: דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין טערקיי האראס מיינארד שיקט א באריכט צום סטעיט דעפארטמענט אין וואשינגטאן, אז: "די אידן ווערן בעסער באהאנדלט דורך די אטאמאנישע הערשער ווי ביי מערסטע גרויסמאכטן אין די מערב וועלט... זיי זענען אנערקענט אלס א רעליגיעזע געמיינדע מיט אן אייגענעם הויפט רב וואס ווערט גערופן דער 'חכם'..." אמבאסאדער מיינארד שרייבט אז אנדערע אמבאסאדארן און קאונסולאטן פון אמעריקע דורכאויס די אטאמאנישע אימפעריע זאלן אויך אריינשיקן רעגלמעסיגע באריכטן איבער די אומשטענדן פון אידן אין יענע לענדער.

ה'תש"א: נאנט צו זיבעצן הונדערט קדושים הי"ד פון ראדימישלא, פוילן ווערן אומגעברענגט עקד"ה דורך די נאציס ימ"ש.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט"ו אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'רפ"א: די טערקישע אטאמאן אימפעריע אינוואדירט בעלגראד, און באלד דערנאך האבן אידן אנגעהויבן אהינצוקומען נאכ'ן אנטלויפן פון די אינקוויזיצע און די שווערע פאגראמען אין אנדערע לענדער.

ה'תקפ"ז: אין דעם טאג איז ארויס די ביטערע גזירה פון "קאנטאניסטן," אז די צארישע רוסלאנד האט געכאפט אידישע קינדער פון גאנץ יונגן עלטער, זיי געהאלטן אין די ארמיי אונטער די שווערסטע אומשטענדן פאר אן אומבאשרייבליכע 25 יאר.

ה'תרט"ו: א זעלטענער באריכט לייגט אראפ א שמחת ברית מילה בזמנו כדת משה ישראל משפחת לעווינזאהן אין פראווידענץ, ראוד איילאנד. דער ברית איז געווען ביי די משפחה אין שטוב, און דער מוהל איז געווען הרב וואלף.

ה'תש"ב: עס ווערט באריכטעט אז דער פרעזידענט פון קליין לענדל דאמיניקען רעפובליק אין לאטיין אמעריקע האט אנגעבאטן אריינצונעמען אין לאנד דריי א האלב טויזנט פליטים וואס זוכן צו אנטלויפן פון די נאצי-קאנטראלירטע ווישי רעזשים אין פראנקרייך. אין זעלבן טאג האט "סטיווען ווייז" פון די "וועלט אידישע קאנגרעס" באקומען מער אינפארמאציע איבער די רוצחישע נאצי פלענער קעגן אייראפעאישן אידענטום, אבער ער האט נישט געוואלט ארויסגעבן די אינפארמאציע ביז'ן "פעסטשטעלן" מיט זיינע אייגענע פארשונגען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ט"ז אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'תקפ"ב: אידן אין ספרדישע לענדער באגריסן די בשורה אז בראזיל האט זיך א טאג פריער דערקלערט זעלבסשטענדיג פון פארטוגאל, און פילע ספרדישע אידן פלאנען אהינצופארן. אין די קומענדיגע יארן האבן זיך אויפגעבויט הערליכע ספרדישע קהלות דורכאויס בראזיל, לשם ולתפארת עד היום הזה.

ה'תרט"ו: דער בריטישער קאונסיל אין ירושלים עיה"ק, שרייבט צום בריטישן אמבאסאדע אין קאנסטאנטינאופל, טערקיי, אז השר הצדיק רבי משה מאנטיפיורי זצ"ל האט באקומען אפיציעלע ערלויבעניש פון די אטאמישע אימפעריע צו קויפן לאנד אין ירושלים, צו בויען א שפיטאל און נאך וויכטיגע איינריכטונגען, ווערנדיג מיט דעם דער ערשטער איד מיט אייראפעאישער בירגערשאפט צו קריגן אפיציעלע ערלויבעניש פון טערקיי צו קויפן א שטח אין ארה"ק.

ה'תר"ב: די אידן אין האנאווער, דייטשלאנד, באקומען פולשטענדיגע בירגער רעכטן.

ה'תש"א: די נאציס ימ"ש געבן ארויס געזעץ צו פארבאטן אידן פון האבן להבדיל גויאישע ארבייטער.

ה'תשס"ט: די ערשטע שבת קודש (וואס איז יענע יאר אויסגעפאלן ט"ז אלול) וואס מען ליינט אין די נייע ספר תורה אין ארטאדאקסישן שוהל אין ליטל ראק, ארקענסא נאך די פייערליכע הכנסת ספר תורה זונטאג בעפאר מיט הונדערטער באטייליגטע אידן, אין שפיץ פונעם רב הקהלה הרב פנחס צימענט שליט"א,. עס איז די ערשטע ספר תורה וואס איז לכתחילה געשריבן געווארן פאר און דורך די ארטאדאקסישע קהלה אין ליטל ראק.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ז אלול

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ט: אין דעם טאג זענען נפטר געווארן די מרגלים אין מדבר, און עס איז א יום תענית צדיקים. (וי"א ז' אלול)

ה'שע"ד: דער צורר היהודים ווינץ פעטמילך ימ"ש, זיך רופנדיג "דער נייער המן," האט אין דעם טאג אנגעהויבן צו העצן די גוים אין פראנקפורט צו באראבעווען און אומברענגען די אידן, און זיין העצע האט אנגעהאלטן צוויי יאר, ביז עס איז געווארן "ונהפוך הוא" – אין טאג כ' אדר – און ער איז געווארן געהאנגען אויף א תלי', צוזאמען מיט נאך זעקס רשעים, און ליהודים היתה אורה.

ה'תרצ"ט: נאצי-דייטשלאנד עפענט בליץ-קריג אויף פוילן, און די ביטערע טראגישע קאלאסאלע וועלט מלחמה האט זיך אנגעהויבן, אויף כלל ישראל האט זיך אראפגעלאזט דער גרעסטער חורבן מאז היתה לגוי, מיט'ן אומקום עקד"ה פון זעקס מיליאן קדושים, צווישן זיי ארזי הלבנון אדירי התורה, זקנים עם נערים, וירב בבת יהודה תאני' ואני'.

ה'תשי"ט: אין דעם טאג איז פארגעקומען די גאר געהויבענע "חנוכת הבית" פון די נייע באבובער ישיבה אין קראון הייטס (963 פארק פלעיס), די ערשטע מאל נאכ'ן ביטערן חורבן אייראפע וואס א חרדישער מוסד האט בס"ד געענדיגט אויפבויען אן אייגענע שפאגל-נייער בנין פאר די חינוך הדורות על טהרת הקודש דא אין אמעריקע. (קרעדיט א"וו)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אינטערעסאנט, שוין אסאך מאל געווען אין 963 פארק פלעיס פאר ביזנעס. נישט געוואוסט אז ס'פלעגט זיין באבובע ישיבה. כ'ווייס נישט אויב ס'איז די זעלבע סטרוקטור פון דעמאלסט. היינט איז עס א מאסיווע בנין פאר איינע פון די גרעסטע טשיילד דעי קעיר צענטערס אין ניו יארק סיטי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ח אלול

שליחה דורך שעפטל »

ג'תרי"ט: שמעון בן מתתי' בן יוחנן כהן גדול ווערט כהן גדול און נשיא ביים צווייטן בית המקדש, ווערנדיג דער ערשטער נשיא ישראל פון מלכות בית חשמונאי, וואס האט אנגעהאלטן צוויי הונדערט און זעקס יאר.

ד'ר"ס: דער קעניג אסטראו נעמט איין איטאליע, און גיט פולע בירגערשאפט רעכטן פאר די אידן אין לאנד.

ה'תצ"ד: אין דעם טאג איז נתגלה געווארן אויף דעם עולם דער "דרך החסידות" פון מרן אור שבעת הימים רבינו הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו.

ה'תק"ט: די אונגארישע רעגירונג רופט צוזאמען פארשטייער פון אלע אידישע קהלות אין לאנד, מיט א פארלאנג צו באצאלן פופציג טויזנט גילדען. די ראשי הקהלות, פארזאמלט אין פרעשבורג, האבן רעדוצירט דעם פארלאנג אויף דרייסיג און נאכדעם בלויז צוואנציג טויזנט גילדען.

ה'תשכ"ט: אין דעם טאג האט דער דיקטאטור קאדאפי פארכאפט די רעגירונג פון ליביע, און די אידישע קהלה אין לאנד, וואס גייט צוריק זינט נאכ'ן חורבן בית ראשון, איז ווי א טאג געווארן קלענער און שוואכער צוליב די גזירות פון קאדאפי קעגן אידן. עווענטועל איז אויפגעשטאנען א רעבעלן אויפשטאנד קעגן קאדאפי, און דאס לאנד איז היינט צוריסן אין א ציווילע קריג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב שוין אפאר מאל באמערקט אז געוויסע נקודות וואס זיי ברענגען זענען נישט מדויק, אבער נישט אייביג האב איך די צייט אדער געדולד צו מגיב זיין, אבער יעצט וועל איך עס טון אלץ א דוגמא - ועל הכלל כולו יצא:
שעפטל האט געשריבן:ה'תצ"ד: אין דעם טאג איז נתגלה געווארן אויף דעם עולם דער "דרך החסידות" פון מרן אור שבעת הימים רבינו הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו.

אזוי גאר? גלייך ביים געבוירן האט שוין דער הייליגער בעל שם טוב געוויסט זיין דרך אין עבודת השם און עס שוין פארשפרייט צו תלמידים?
#כ׳הא׳נישט געוויסט.



ה'תשכ"ט: אין דעם טאג האט דער דיקטאטור קאדאפי פארכאפט די רעגירונג פון ליביע, און די אידישע קהלה אין לאנד, וואס גייט צוריק זינט נאכ'ן חורבן בית ראשון, איז ווי א טאג געווארן קלענער און שוואכער צוליב די גזירות פון קאדאפי קעגן אידן. עווענטועל איז אויפגעשטאנען א רעבעלן אויפשטאנד קעגן קאדאפי, און דאס לאנד איז היינט צוריסן אין א ציווילע קריג.

העלא, וויפיל יאר אינטערשטעליג איז דער שרייבער פון דבר יום ביומו? שטיי אויף, דו ווייסט אז קאדאפי לעבט שוין נישט פאר אפאר יאר?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:איך האב שוין אפאר מאל באמערקט אז געוויסע נקודות וואס זיי ברענגען זענען נישט מדויק, אבער נישט אייביג האב איך די צייט אדער געדולד צו מגיב זיין, אבער יעצט וועל איך עס טון אלץ א דוגמא - ועל הכלל כולו יצא:
שעפטל האט געשריבן:ה'תצ"ד: אין דעם טאג איז נתגלה געווארן אויף דעם עולם דער "דרך החסידות" פון מרן אור שבעת הימים רבינו הבעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו.

אזוי גאר? גלייך ביים געבוירן האט שוין דער הייליגער בעל שם טוב געוויסט זיין דרך אין עבודת השם און עס שוין פארשפרייט צו תלמידים?
#כ׳הא׳נישט געוויסט.



ה'תשכ"ט: אין דעם טאג האט דער דיקטאטור קאדאפי פארכאפט די רעגירונג פון ליביע, און די אידישע קהלה אין לאנד, וואס גייט צוריק זינט נאכ'ן חורבן בית ראשון, איז ווי א טאג געווארן קלענער און שוואכער צוליב די גזירות פון קאדאפי קעגן אידן. עווענטועל איז אויפגעשטאנען א רעבעלן אויפשטאנד קעגן קאדאפי, און דאס לאנד איז היינט צוריסן אין א ציווילע קריג.

העלא, וויפיל יאר אינטערשטעליג איז דער שרייבער פון דבר יום ביומו? שטיי אויף, דו ווייסט אז קאדאפי לעבט שוין נישט פאר אפאר יאר?

[tag]פריעד באטשי[/tag], האסט גע'באטש'ט בעדלי...

לויטן מסורה, בעיקר פארשפרייט דורך חב"ד, האט דער בעש"ט אנגעהויבן פארשפרייטן תורת החסידות אום ח"י אלול תצ"ד. דיין דאפלטע טעות איז, אז נישט נאר דער דאטום וואס שעפטל האט געברענגט איז יא ריכטיג [ע"פ המסורה], נאר דיינע ווערטער זענען באזונדער אומריכטיג צוליב'ן פאקט אז בשנת תצ"ד איז שוין דער בעש"ט געווען א יונגערמאן פון 36 יאר אלט, און נישט דאן איז ער געבוירן געווארן...

דיין צווייטע פירכא איז מסתמא אויך נישט באזונדער שווער, ווייל היינט צוטאגס איז דאס לאנד ביטער צופליקט אין אפאר מחנות, און כסדר'דיגע שלאכטן קומען פאר צווישן אלע פראקציעס. אפשר איז דאס ווארט 'ציווילע קריג' אביסל צו שארף, אבער ס'איז נישט אינגאנצן פאלש, און דאס איז אפגעזען פונעם פאקט אז קאדאפי איז שוין טויט פאר אפאר יאר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הייסט עס אז דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך מתגלה געווען און אנגעפאנגען צו פארשפרייטן דרכי החסידות לכבוד זיין 36׳סטע געבורטס טאג?
לויט חב״ד איז ער דאך געבוירן ח״י אלול שנת נח״ת לפ״ק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא.
און אזוי אויך איז אין דעם טאג אפיציעל געווען דאס ערשטע מאל ער האט געלערנט מיט זיין רבי. לויט חב"ד'ס מסורה, איז אויך דער בעל התניא געבוירן געווארן ח"י אלול [תק"ה].

פאר מער פרטים ליינט דא.
פארשפארט