שבת סליחות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שבת סליחות

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א חבר מיינער, א וואוילער שטאפענע הוט מיט א געוואלדיגע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן – איך גיב דיר מעשר דו גיבסט מיר נחת. אזוי צוריקלייגענדיג מיין סמארטפאון אין טאש זאג איך איהם "הערסטו, כ'זעה אויף גוגל ניוס אז משיח איז געקומען", אזוי מיט א טוהט-מיר-א-טובה שמייכל זאגט ער הע, הע... זאג איך איהם: נאו, סיריעסלי, ער איז שוין אין אינדיע, באלד קומען דא די חברה מיט די שופרות. הי, הי, קארני...

וואס איז? האסט עקספעקטעד עפעס א דראמאטישער שדים טאנץ אינמיטן די גאס, הא? דיין מיניווען זאל פארן פארקערט, און דיין נאז זאל ווערן א שטיק גאלד. ס'קען נישט זיין סתם 'משיח איז געקומען'.

---------

אונזער סייקאו מוטשעט זיך מיט א שרעקליכער פאראדאקס, מצד אחד איז א פשוט'ע הנחה אז מיר זענען די ערגסטע ווערסיע פון כלל ישראל וואס האט נאר אמאהל עקזעסטירט, דאס איז אפילו נישט אפען פאר דיבעיט – מ'דארף עס אפילו נישט אויסשמועסן, עס איז די אונטערליגענדע הנחה פון א גרויסן טייל פון אונזער לעבן – לאמיר אביסל פארלייכטערן דעם אויבערשטן פון די שרעקליכע יסורים וואס מיר מאכן איהם אהן.

אויב זאלן מיר נישט צופיהל דעטאלן טראכטן איז פשוט אז אונזער מצב איז: מיר רעיפן בתולות תחת כל עץ רענן, דרייצנטע עוועניו איז פול מיט הרוגים וועלכע מיר הרג'ענען פאר שוואוילטאג, און תפילין לייגן מיר עטליכע מאהל א יאר.

צווישן איין קרעכץ און צווייטן, צווישן אן אסיפה און א התעוררות טעיפ, גרייט מען זיך אויף סליחות מוצאי שבת, מיט א צושאסן הארץ גייט מען זאגן אביסל קינות, זיך מודה ומתודה זיין אויף אונזער נידרעטרעכטיגע עקזיסטענץ, ווי א כתה ה' יונגל וועמען דער נאצי-מלמד האט געכאפט ביי די עבירה.

וואס אן אמת ווייס איך ניטאמאהל פארוואס דער מאנסטער אין הימל האט אונז נאכנישט צוקוועטשט ווי די אגלי ספיידער דעט ווי אר.

מצד שני אבער ווייסן מיר דאך דעם אמת אז אזא שיינער כלל ישראל איז נאכנישט געווען מיום היותנו לגוי, רציחה האבן מיר פארטוישט אויף עפעס א גילטי לשון הרע'לע, און אנטשטאט זיך בוקן צום בעל טאנצן מיר אויף פארענטשעס.

בעצם דארף מען עס אפי' נישט אויסשמועסן, תפלה, צדקה, מנין, שבת, יו"ט, תרו"מ, שעטנז, חזיר, גיד הנשה, וואס דו קענסט נאר הערן און געדענקן, מיר זענען כתינוק שאין בו חטא.

איז אונזער סייקאו גייט אראפ פון זינען צו מאכן סדר אין דעם עקסטרעמען פאראדאקס, געוויסע הייבן זיך אהן צוזאמענעמען די גאנצע גאטס וואס איז עוועילעבעל און שרייבן אויף ק"ש אז אונזער גאנצע ליגן-אין-דער-ערד איז א לעגענדע, מיר זעהן גאנץ שיין אויס.

אבער דאס רוב הייבט אהן אנטוויקלן א בילד אין זייער דמיון וויאזוי א פיינע כלל ישראל וואלט טאקע אויסגעזעהן, זיי וואלטן געזעהן מלאכים ארומשפאצירן, זיי וואלטן גע'חלש'ט אין גראסערי פון אהבת ה', און ווען משיח וואלט שוין געווען אין אינדיע וואלט עפעס אין ניו יארק שוין זיכער געקראכט.

-------------

אין חב"ד רעדט מען שטארק איבער 'הזזה בנפש' אפי' כל שהוא, און 'הזזה עצמית'. בפועל ממש זענען מיר טאקע די שענסטע דור, אבער די אלע זאכן זענען נאר די היכי תמצי צוצוקומען צום פנימיות הנפש – עפעס א קיצל זאל עס געבן, מכריז ר' ינאי חבל על דלית לי' דרתא, ותרעא לדרתא עביד.

לא תחפוץ זבח, עולה לא תרצה, זבחי אלקים רוח נשברה.

-----------

עס איז דא א הימליש ווארט פון אלשיך הק', קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בני' כי איננו, 'מבכה' איז א פועל יוצא, זי מאכט אנדערע וויינען, פארוואס שטייט נישט רחל בוכי'.

זאגט ער, א מאמע איז געשלאפן מיט איהר קליין קינד אין א טונקעלע צימער, אינמיטן די נאכט איז שטיל געווארן, זי הערט נישט דאס קינד וויינען, האט זי זיך דערשראקן, איז כדי צו מאכן דאס קינד וויינען האט זי אנגעהויבן אביסל צו וויינען אז די קינד זאל אויך אזוי טוהן. אז דאס קינד ענטפערט נישט וויינט זי העכער און שטארקער, אז ער ענטפערט ווייטער נישט וויינט זי שוין ביטערליך אויף זיין גורל.

רחל זעהט אז דער עולם איז אויסגעשטארבן קיינער וויינט נישט אויף גאולה, כללית ופרטית, ס'איז גוט אזוי, קויפן פאר ביליג און פארקויפן פאר טייער – ווי דער רבי האט געוואלט, און א שיינע אדעסי. 'רחל מבכה' זי וויל מאכן אירע קינדער וויינען, וועקט אייך אויף עפעס זאל דורכדרינגען אייער וישמנ'דיגע פאנצער, הייבט זי אהן 'נהי' – אביסל קרעכצן, אז ס'גייט נישט איז שוין 'בכי', און אז עס רירט זיך נישט וויינט זי שוין 'תמרורים'.

-------------------

ביי חסידי חב"ד פארברענגט מען מוצאי שבת א שטורעמישע פארברענגן און מען גייט צו סליחות 'מיט וואקעלדיגע פיס' כלשון חסידים. בימי חורפי האביך זוכה געווען עס מיטצוהאלטן, משקה האט זיך געגאסן כמים.

קיינער אין נישט נייגעריג אין דיין קינות דעם מוצאי שבת, קיינער דארף נישט דיינע כתה ה' וידויים צום מלמד מיט א פייג פון אונטן. 'הביטו אל נפשותיכם אלו השוכחים האמת בהבלי הזמן' ווי דער רמב"ם זאגט, זייט ווייניגער פארנומען מיט טעקניקעליטיס, זעהט עס זאל זיין א הזזה בנפש, בראי' בעלמא לא קני, הביטו אל נפשותיכם, זאגט דאך שוין תוס' אז הבטה דארף א מעשה כל דהו. עפעס א ריר.

ווי זאגט מען אין גור, לך ה' הצדקה ולנו א גוטע וואך...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, ס'איז נאר דא איין [tag]ונבנתה העיר[/tag] אויפן וועלט, און ער איז פון אונזערע...!!!
אזעלכע באמבעלעך אראפצואווארפן, און נאכדערצו מיט אזא גוטע לשון לימודים, איז א חידוש אפילו אין קאווע שטיבל.

בקיצור, אזא פרייליכע א' סליחות ווי מ'גיימער האבן דאס יאר איז נאך קיינמאל נישט געווען...


-------------
א רגע, שיער נישט פארגעסן: וועלכע סוג משקה ביזטו מציע פאר של"ס? אוודאי וואדקע, אבער פון וועלכן פאבריק?...
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re: שבת סליחות

שליחה דורך יואב »

הערליך שיין ונבנתה! איי לאוו יו.

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נקודה למחשבה! שיינע פעדער!

וואס איז דאס ׳מאנסטער אין הימל׳?
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שבת סליחות

שליחה דורך ירא שמים »

די סיטרא אחרא.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ירא שמים האט געשריבן:די סיטרא אחרא.

איך האב געמיינט אז ער רעדט פונ'ם באשעפער
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שבת סליחות

שליחה דורך ירא שמים »

הסיטרא אחרא הוא רצועה של הקב״ה לרדות בו החוטאין.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:די סיטרא אחרא.

איך ווייס נישט פארוואס ונבנתה האט דיר געלייקט אויב ער איז ממילא נישט מסביר זיינע שיעורים.

די "מאנסטער אין הימעל" דארף נישט מיינען די סיטרא אחרא, ווייל מאן יימר אז זיי זענען פלאצירט אין הימל, אפשר גאר טיף אין די ערד?



אבער דער אמת'ער פשט פון די מאנסטער אין הימל איז א געוויסע מין גאט וואס פארשידענע מענטשען גלייבן אין עם. נאר ס'איז לאוו דוקא צאם גענומען אין א געוויסע רעליגיע. און אזוי אויך איז שוין דאו היינט פארשידענע אידן וואס גלייבן אין עם - אריינגערעכנט א שיינע צאל היימישע אידן וואס זענען ארויסגעקומען מיט די סארט גלויבונג פון די שולעס ווי זיי האבן געלערנט.


איינער האקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שבת סליחות

שליחה דורך ירא שמים »

כזעע ונבנתה האט דיר אויך געלייקט סאו כבין שוין אינגאנצען מיקסט אפ , אבער איך בין נישט מסכים ווייל נישט דאס איז די נושא אין דעם אשכול די הגשמה וואס מענטשן האבן אין גאט , דאס האט מען שוין געשמועסט אינם פריערדיגן אשכול זיינע.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פשט איז ווי בן אדם האט געזאגט, דיין פירוש איז על פי דרוש...

למעשה, דיין ווארט איז א גוטע ווערטל צו מסביר'ן בן אדם'ס פשט, און דערפאר האט דיר ונבנתה העיר געלייקט, מיינענדיג אז דאס האסטו געמיינט [איך האב גראדע אויך געמיינט אז דו האסט געשריבן דרך בדיחה וחידוד].
ודו"ק.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ס'דא די וואס טייטשן 'יראת שמים' אז דער הימלען וועלן איינפאלן אויף זייערע קעפ...אז ס'דא א גאט אויף דער וועלט האבן זיי גאר קיינמאל ניט געקלערט...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: שבת סליחות

שליחה דורך ירא שמים »

דו מיינסט מיך ?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אלענפאלס, די אויסדריק דרוקט מיך אביסל. וואס וואלט פאסירט אויב ער נוצט א ווארט וואס קען נישט אויסזען ווי כלפי מעלה. פארוואס אים אומזיסט חושד זיין?
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

ירא שמים האט געשריבן:דו מיינסט מיך ?

ח"ו, איך זאג נאר וואס ונבנתה האט אפשר געמיינט, אויף איין ווארט זיינער מעג מען זיצן שבעה נקיים...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ער ברענגט ארויס אז די וועג ווי אזוי אונדז קיק מיר אן גאט איז ער נישט עפעס אנדערש נאר ווי א מאנסטאר בעת מען דארף עס אנקיקן מיט פיל מער ליבשאפט און פארשטיין אז גאט וויל נאר אונדז זאל מיר זיך ציריקקערן אביסל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רוסישער האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:דו מיינסט מיך ?

ח"ו, איך זאג נאר וואס ונבנתה האט אפשר געמיינט, אויף איין ווארט זיינער מעג מען זיצן שבעה נקיים...

ווייל ער שרייבט זיינע געדאנקען בד"ם לבבו...
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=d0Zkj5UoYRY[/youtube]
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פונקט געוואלט אויפוועקן. אוי האט דאס מיר א שאקל געטוהן פאראיאר, אן הזזה אזויווי נאר ונבנתה קען. ש'כח ונבנתה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איי, עס בענקט...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א רחמנות! ווען דער אויסוואל איז צווישן אפ'שוחד'ן איינעם וואס מ'האט בא'טיטל'ט אלץ מאנסטער, אדער זיך אנ'שיכור'ן און זיך אינגאנצן ארויסלאזן פון די וויכטיגקייט פון טאג.

די ימים נוראים האבן אן ערנסטע תכלית, מ'קען זיך דעמאלס ארויסלאזן פון די פארגרעבטע לעבן און דערהייבן פארוואס מיר זענען דא אויף דער וועלט. ווען נישט פאר די לימוד, איז די גאנצע יאר א שווערער לאסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט