זכור ימות עולם (היום יום)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"ט אלול

שליחה דורך שעפטל »

ד'תתקמ"ט: פילע אידן הי"ד אין לאנדאן זענען אומגעקומען עקד"ה ביים קרוינונג פונעם בריטישן קעניג ריטשארד, ובראשם הק' רבינו יעקב מאורליינוש הי"ד מבעלי התוספות און תלמיד פון רבינו תם. (וי"א בכ"א אלול)

ה'תקפ"ה: עטליכע אידן זענען צוזאמגעקומען אין באפעלא, ניו יארק, מיט א פלאן צו גרינדען א "אידישע קאלאני" אויף אן אינזל אין די "נייעגרע טייך" נאנט צום בארימטן וואסערפאל.

ה'תקצ"ו: גדולי תלמידי הגר"א אין ירושלים עיה"ק ובראשם הגאון רבי מנחם מענדל משקלאוו הייבן אן עבודת הקודש צו רענאווירן און באנייען די "חורבה שוהל" אין אלט-שטאט. (די שוהל איז נתייסד געווארן דורך הגאון רבי יהודה החסיד פון שעדליץ, פוילן, וועלכער איז געקומען קיין ירושלים עיה"ק מיט א קבוצה חסידים ואנשי מעשה אין יאר ת"ס, און עס איז ווערט גערופן על שמו. נאך די פטירה פונעם גאון, געציילטע טעג נאכ'ן עפענען די שוהל, האבן די טערקישע הערשער פארכאפט דעם בנין און עס איז געווארן זייער נאכגעלאזט, פירנדיג די פרושים תלמידי הגר"א אונטערצונעמען די פרישע באנייאונג פראיעקט איבער הונדערט דרייסיג יאר שפעטער.)

ה'תרי"ב: שווערע ראיאטן קעגן אידן האבן אויסגעבראכן אין שטאקהאלם, שוועדן.

ה'תש"א: אנטיסעמיטישע רעדעס קעגן אידן ווערן אפען געהערט און טאלערירט אין אמעריקע, אין שאטן פון די נאציס אין אייראפע בעפאר אמעריקע איז אטאקירט געווארן חדשים שפעטער און עווענטועל אריין אין די צווייטע וועלט קריג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שעפטל האט געשריבן:
ה'תקצ"ו: גדולי תלמידי הגר"א אין ירושלים עיה"ק ובראשם הגאון רבי מנחם מענדל משקלאוו הייבן אן עבודת הקודש צו רענאווירן און באנייען די "חורבה שוהל" אין אלט-שטאט. (די שוהל איז נתייסד געווארן דורך הגאון רבי יהודה החסיד פון שעדליץ, פוילן, וועלכער איז געקומען קיין ירושלים עיה"ק מיט א קבוצה חסידים ואנשי מעשה אין יאר ת"ס, און עס איז ווערט גערופן על שמו. נאך די פטירה פונעם גאון, געציילטע טעג נאכ'ן עפענען די שוהל, האבן די טערקישע הערשער פארכאפט דעם בנין און עס איז געווארן זייער נאכגעלאזט, פירנדיג די פרושים תלמידי הגר"א אונטערצונעמען די פרישע באנייאונג פראיעקט איבער הונדערט דרייסיג יאר שפעטער.)


וויכטיג צו אנצייכענען אז דער הגאון רבי וכו' איז זייער מעגליך געווען א שבתאי כידוע, ויבוא ר' שש וירחיב הדיבור.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין מסרבין לגדול, אודאי נישט פאר א [tag]געוואלדיג[/tag]ע גדול, און אודאי נישט ווען דער געוואלדיגע גדול איז הקצין הגדול פרנס וגבאי דקהילתינו... היות אבער ווען איך ענטפער כדבעי קומט א גאנצע אשכול, וואס איך בין נישט אין די גיסטע פון שרייבן א גאנצע אנשי שם אשכול כרגע, וועל איך ענטפערן בקצרה...

תכלית גערעדט, רבי יהודה שעדליצער איז געווען אן ערליכער איד, א היבשער תמים, געקענט קבלה, און געהאט א מורא'דיגע כח הדיבור. היות ער איז געווען ביזי א גאנצע טאג מיט משיח וואס קומט שוין אט אט [דערמאנט אביסל פון א רבי זצ"ל אין די לעצטע תקופה, וואס די תוצאה פון משיח האקעריי האט גורם געווען א ריזן חורבן בקהילתו], און ער איז אוועק אן קיין משיח אין קעשענע, איז געווארן א שטיקל חורבן דארטן. אפאר פון זיינע גרעסטע תלמידים זענען געווען שבתאים, אבער מ'ווייסט קלאר אז נישט אלע זענען געווען שבתאים, דאס מיינט אז ער איז קלאר נישט געווען קיין 'אפיציעלער' שבתאי. מאנכע טענה'ן אז זיינע שבתאי'שע תלמידים זענען שוין געווען שבתאים בחייו, נאר לאחר פטירתו האבן זיי זיך 'צולאזט'.

ס'איז פארט דא א יש אומרים, אז רבי יהודה חסיד אליינס איז אויך געווען א שבתאי [א זאך וואס פרעגט נישט אפ א מענטש, נאכן זען וויפיל גדולי ישראל וואס זענען אריין אין היסטאריע ווי צדיקים קדושים זענען געווען שבתאים, ולא אאריך בזה כעת].
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ' אלול

שליחה דורך שעפטל »

בזמן בית שני איז געווען א יו"ט אין דעם טאג פאר די משפחות פון בני עדן בן יהודה, ווייל אין דעם טאג האבן זיי געברענגט האלץ פאר'ן בית המקדש. (עי' מס' תענית
כ"ו-כ"ח)

ה'קנ"ד: קעניג טשארלס דער פערטער גיט ארויס גזירת גירוש אויף אלע אידן אין פראנקרייך.

ד'שצ"ד: דער צווייטער איסלאמישער הערשער, אומאר, נעמט איבער די כאליף בענקל ביים איסלאמישן הערשאפט אויף ארץ ישראל. אומאר האט עלימינירט פילע גזירות וואס פריערדיגע הערשער האבן איינגעפירט, ער האט געלאזט אידן אין ירושלים דאווענען און לערנען ברבים אומגעשטערט, ער האט אויפגערוימט דעם הר הבית און ארומיגער שטח, און ער האט אויך גערופן זיבעציג אידישע משפחות צו קומען זיך באזעצן אויפ'ן הר הבית (וואס מען האט נישט אנגענומען, פארשטייט זיך, צוליב דעם איסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית בזמן הגלות).
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"א אלול

שליחה דורך שעפטל »

ה'שט"ז: די עפאכע פון "סוליימאן דער גרויסער" אלס איסלאמישער הערשער אויף א"י איז געקומען צו אן ענדע אין דעם טאג. ער איז געווען גאר פריינטליך צו די אידן אין א"י, געלאזט אויפבויען הייזער און קהלות, און צוריק באנייען די חומות ארום ירושלים עיה"ק.

ה'תרס"ט: די הערשער אין אלעפאו, סיריע, האבן געוואלט ארויפלייגן גאר הויכע שטייערן אויף די אידישע קהלה, און האבן ארעסטירט עטליכע ראשי הקהלה, אבער די גזירה איז ב"ה בטל געווארן, און די ראשי הקהלה זענען באפרייט געווארן פון תפיסה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ב אלול

שליחה דורך שעפטל »

בימי חז"ל איז דער טאג געווען א יום טוב (עי' מג"ת) ווייל מען האט אויסגערוימט די רשעים פון א"י.

ה'תקנ"ד: די פוילישע ארמיי האט געגרינדעט א רעגימענט פון אידישע זעלנער וואס זענען געווארן איינגערוקט אין מיליטער, און לויט היסטאריקער איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס אייראפעאישע מדינות האבן גענוצט אידישע זעלנער אין מלחמה געצווינגענערהייט.

ה'תשע"ב: אידן אין דייטשלאנד האלטן אפ אן עפנטליכע ראלי אויסצודרוקן ווייטאג קעגן געריכט אקציעס אפצוהאלטן אידן פון מקיים זיין מצות מילה כדת משה וישראל, אבער ב"ה די פראבלעמען זענען שפעטער געלעזט געווארן.

ה'תשע"ג: ארטאדאקסישע עסקנים אין סאוטהעמפטאן, ניו יארק, קלאגן די טאון זאונינג באורד פאר דיסקרימינאציע קעגן אידן מיט'ן נישט לאזן מאכן אן "עירוב" אין די געגנט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ג אלול

שליחה דורך שעפטל »

א'תרנ"ו: נח שיקט ארויס די יונה פון די תיבה, צום צווייטן מאל, און די יונה קומט צוריק מיט א זית בלעטל, ווי עס שטייט אין די פסוקים פר' נח. [לשיטת מבול בחשון].

ה'תר"ד: די אונגארישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א סעריע גוטע געזעצן פאר אידן, אראפגענומען די הויכע שטייערן פון די אידישע קהלות, און ערלויבט אידן צו קויפן שטחים און הייזער מיט פולע לעגאלע בארעכטיגונג.

ה'תשס"א
: די גרעסטע טעראר אטאקע אין אמעריקאנער היסטאריע איז פארגעקומען אין דעם טאג, ג' דסליחות, פערצן יאר צוריק, ווען ניינצן טעראריסטן האבן געהיידזשעקט פיר עראפלאנען און אריינגעקראכט אין די "טווין טאוערס," אין פענטאגאן, און אויף א פעלד אין פענסילוועניע.
הונדערטער אידן הי"ד זענען אומגעקומען אין די טעראר אטאקעס אויפ'ן פלאץ און אויף די פליגערס, דערונטער א צאל חרדישע אידן יראים ושלמים הנאהבים והנעימים וועלכע האבן געארבייט אין די "טווין טאוערס." היסטאריקער זענען נישט פאראייניגט אויף א פונקטליכע צאל אידישע קרבנות, אבער די שאצונגען לויפן פון איבער צוויי הונדערט ביז פינעף הונדערט, ד' ינקום דמם לעינינו.
די שרעקליכע געשעענישן פונעם טאג ווערן אויך געדענקט פאר די אפענע חסידים און נסים פון הימל, וויאזוי אן א צאל אידן זענען געראטעוועט געווארן דורך השגחה פרטית אויף טריט און שריט, דורך סליחות, שיעורי תורה, תפילה בכוונה, גמילת חסדים, כיבוד אב ואם, ספעציעל די צענדליגער העלדישע "הצלה" מיטגלידער וואס זענען געווען ממש ביי די צווילינג טורעמס ביים אראפפאלן און אלע זענען ניצול געווארן לפליטה גדולה.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ד אלול

שליחה דורך שעפטל »

ג'ת"י: אין דעם טאג האט דער אייבערשטער געזאגט דורכ'ן נביא חגי פאר זרובבל בן שאלתיאל און יהושע בן יהוצדק הכהן אנצוהויבן די ארבייט פון אויפבויען דעם צווייטן בית המקדש. (וי"א ת"ח)

ה'תרנ"ח: קהל עדת ישרון אין וואשינגטאן הייטס פייערט די חנוכת הבית פון נייעם שוהל אויף איסט 110 'טע גאס אין הארלעם.

ה'תרנ"ט: דריי האנט-שריפט עקספערטן זאגן עדות ביים "דרייפוס פראצעס" אז דער סודות'פולער דאקומענט וואס איז אנגעבליך געשריבן געווארן דורכ'ן אידישן אפיציר דרייפוס אלס שפיאן פאר דייטשלאנד איז ווירקליך געשריבן געווארן דורך עסטארהאזי, דער אנטיסעמיטישער אפיציר וועלכער האט באשולדיגט דרייפוס.

ה'תש"ה: די צווייטע וועלט מלחמה איז ענדליך געקומען צו א פולקאמע שלוס, ווען יאפאן האט אונטערגעשריבן די דאקומענטן פון קאפיטולאציע צו אמעריקע, אויפ'ן דעק פון די מיסיסיפי מלחמה שיף אויפ'ן פאציפישן אקעאן, און די יארן פונעם ביטערן חורבן זענען געקומען צו אן ענדע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ה אלול

שליחה דורך שעפטל »

א': בראשית ברא אלקים – אין דעם טאג (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם) האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.

א'תרנ"ו: נח שיקט ארויס די יונה פון די תיבה, צום צווייטן מאל, און די יונה קומט צוריק מיט א זית בלעטל, ווי עס שטייט אין די פסוקים פר' נח. (לשיטת מבול בחשון, וי"א כ"ג אלול)

ג'תכ"ו: די חומה פון ירושלים איז געווארן ניי איבערגעבויט אין די צייטן פון נחמי' (דער זכות איז בייגעשטאנען פאר חודש אלול ביים גורל פון המן הרשע, עס זאל נישט אויספאלן אין דעם חודש). (וי"א ג'תכ"ז, וי"א ג'תכ"ח)

ה'תשס"ט: די אידישע קהלה אין סאפיא, בולגאריע, פייערט הונדערט יאר זינט די בארימטע צענטראלע שוהל אין שטאט איז געגרינדעט געווארן.

ה'תש"ע: א שווערע ערדציטערניש האט פאסירט אין ניו זעלאנד, שב"ק פארטאגס, אבער בחסדי ד' איז די אידישע קהלה ארויס אן קיין שום שאדן, און יענעם שבת איז פארגעקומען א גרויסער קידוש אין ארטיגן שוהל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ו אלול

שליחה דורך שעפטל »

א': יום שני פון בריאת העולם. (לשיטת ר"א בתשרי נברא העולם)

ה'ת"ע: אין לעמבערג איז דעם טאג אומגעקומען עקד"ה די חשובע פרוי בעלת צדקה וחסד אדיל הי"ד בת ר' משה קיקיניש ראה"ק (מגזע יונה הנביא). די גוים האבן געמאכט א שווערן בלוט בלבול אויף די פסח'דיגע מצות, און האבן געדראעט די אידן אין שטאט, האט די פרוי מיט מסי"נ "געזאגט" אז זי האט עס געטאן, און דורכדעם געראטעוועט אלע אידן. שפעטער ביים משפט האט זיך ארויסגעשטעלט דער וויסטער שקר פונעם בלבול, און די פרוי'ס אומשולד, אבער מען האט איר נאר געלאזט באפרייט ווערן אויב זי איז גרייט פאר שמד ח"ו.
אבער טראץ איר רום און רייכקייט איז די פרוי בייגעשטאנען דעם נסיון און זיך געלאזט הרג'ענען על קידוש ד' ויצאה נשמתה באחד. הי"ד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ז אלול

שליחה דורך שעפטל »

א': יום שלישי פון בריאת העולם.

ה'תצ"ה: אין דעם טאג איז הרה"ק רבי אלעזר רוקח זי"ע בעל "מעשה רוקח" געווארן אויפגענומען אלס רב אין אמסטערדאם ברוב פאר והדר. (דער מעשי רוקח איז פריער געווען רב אין בראדי, און נאך זעקס יאר אין אמסטערדאם איז ער געפארן קיין א"י, וואו דער צדיק וקדוש איז נפטר געווארן א קורצע צייט דערויף.)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ח אלול

שליחה דורך שעפטל »

א': יום רביעי פון בריאת העולם.

ב'תתפ"ב: "ויקנן דוד.. איך נפלו גבורים... מנשרים קלו מאריות גברו..." אין דעם טאג זענען נפטר געווארן שאול המלך און יהונתן, אין מלחמה מיט די פלשתים ביי הר גלבוע, און דוד המלך צוזאמען מיט כלל ישראל האבן מקונן געווען אויף די צוויי צדיקים, ווי עס שטייט אנהויב שמואל ב'.

ג'ת"ר: די מלכות בית חשמונאי האט זיך אנגעהויבן אין דעם טאג אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש.

ה'תר"ט: די ערשטע שוהל איז געגרינדעט געווארן אין דרום אפריקע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

כ"ט אלול

שליחה דורך שעפטל »

א': יום חמישי פון בריאת העולם.

ג'של"ב
: אין דעם טאג איז געשטארבן דער נביא שקר חנני' בן עזור וועלכער האט איינגערעדט פאלשע נביאות קעגן די הייליגע נביאות און מוסר פון ירמי' הנביא.

ה'תקנ"א: אידן אין פראנקרייך האבן באקומען פולע בירגעררעכטן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ג' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

דער דריטער טאג פון עשרת ימי תשובה.

ג'של"ט
: בלויז עטליכע חדשים נאכ'ן חורבן בית ראשון איז געקומען די שווערע צרה מיט'ן אומקום פון גדלי' בן אחיקם, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר ירמי', און די פארבליבענע אידן נאכ'ן חורבן זענען אויך פארטריבן געווארן אין גלות.

אין דעם טאג האבן חז"ל מתקן געווען א תקנה נישט צו שרייבן שם שמים אויף געווענליכע געלט שטרות, עס זאל נישט צוקומען צו א בזיון פון שמות הקדושים ח"ו. (ועי' מגילת תענית)

ה'תש"ו: כ"ק מרן הגה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע קומט אראפ פון שיף אין ניו יארקער האפען לפליטה גדולה נאכ'ן שווערן חורבן אייראפע, און עס הייבט זיך אן די נייע עפאכע פון תורה אידישקייט אין גלות אמעריקע, בשעת כ"ק מרן הגה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע, נאכ'ן זיין געשטראנדעט אין וועג אויף ר"ה, הייבט אן דעם וועג קיין ניו יארק זיך צו טרעפן מיט'ן גרויסן פעטער ביז געציילטע טעג.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטל האט געשריבן:דער דריטער טאג פון עשרת ימי תשובה.

ג'של"ט
: בלויז עטליכע חדשים נאכ'ן חורבן בית ראשון איז געקומען די שווערע צרה מיט'ן אומקום פון גדלי' בן אחיקם, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר ירמי', און די פארבליבענע אידן נאכ'ן חורבן זענען אויך פארטריבן געווארן אין גלות.

מיאוס'ע טעות.
גדלי' בן אחיקם איז אומגעקומען אום ראש השנה.
רוסישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך רוסישער »

אדנירם האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:דער דריטער טאג פון עשרת ימי תשובה.

ג'של"ט
: בלויז עטליכע חדשים נאכ'ן חורבן בית ראשון איז געקומען די שווערע צרה מיט'ן אומקום פון גדלי' בן אחיקם, ווי עס שטייט אין די פסוקים אין ספר ירמי', און די פארבליבענע אידן נאכ'ן חורבן זענען אויך פארטריבן געווארן אין גלות.

מיאוס'ע טעות.
גדלי' בן אחיקם איז אומגעקומען אום ראש השנה.

www.daat.ac.il/encyclopedia/value.asp?id1=1098
[tag]אדנירם[/tag]
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אזוי ווי ס'היינט געקומען אלס א JPG פייל... לייג איך עס ארויף אזוי...
זכור ימות עולם ד תשרי.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ה' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ג'תתפ"ד: אלה אזכרה ונפשי ונפשי עלי אשפכה (מוסף יוה"ק): דער טאג איז א יום תענית ווייל דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז גענומען געווארן אין געפענגעניש דורך די רומיים, און איז געהאלטן געווארן ביז צו די הסתלקות יוה"ק על קידוש ד' צווישן די תנאים הקדושים פון די "עשרה הרוגי מלכות." [וי"א תתצ"ד]

ה'רצ"ז: דער פוילישער קעניג זיגמונד האט פארלייכטערט די געזעצן פאר אידן אין לאנד.

ה'ת"ט: ביי די גזירת ת"ח ות"ט איז אין דעם טאג אומגעקומען עקד"ה הגאון הק' רבי נפתלי הכהן הי"ד אב"ד לובלין, בן הגאון רבי יצחק כ"ץ זי"ע חתן המהר"ל מפראג זי"ע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ו' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ה'תל"א: אין דעם טאג איז אפיציעל געגרינדעט געווארן די אידישע קהלה אין בערלין, דייטשלאנד.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ז' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ט: דער טאג איז א יום תענית וועגן די עונש פאר אידישע קינדער ביים דור המדבר וועגן חטא העגל.

ה'תקכ"ג: אין דעם טאג איז די וועלט באלויכטן געווארן מיט'ן גאון וקדוש שר צבא ד' רשכבה"ג רבינו משה סופר זי"ע בעל "חתם סופר." (ועי' בספר חוט המשולש)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

ח' תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ב'תתקל"ה: שלמה המלך און גאנץ כלל ישראל הייבן אן די "חנוכת הבית" פון בנין בית הבחירה, דער ערשטער בית המקדש יפה נוף משוש כל הארץ. דער חנוכת הבית האט געדויערט זיבן טעג (אויך יום הקדוש ועי' שבת ל' ומ"ק ט' איבער'ן בת קול מן השמים), און דאן נאכאמאל נאך זיבן טעג, ביז הושענא רבה, ווי עס שטייט אין די פסוקים פון דברי הימים און אין מאמרי מדרשי חז"ל. [וי"א תתקל"ו]

ד'תתקמ"ח: דער איסלאמישער הערשער סאלאדין ברעכט אויף די קרייצציגלער פעסטונג אין אשקלון און מארשירט פאראויס קיין ירושלים עיה"ק.

ה'תש"ב: אין דעם טאג האט זיך אנגעהויבן די שרעקליכע הריגות ביי "באבי יאר" אין אוקריינא, דורך די נאציס ימ"ש און זייערע לאקאלע מיטהעלפער ימ"ש. במשך די ווייטערדיגע חדשים זענען דארט אומגעקומען עקד"ה אזויפיל ווי הונדערט טויזנט קדושים הי"ד פון קיעוו און נאך הונדערטער שטעט פונעם גאנצן ראיאן.

ה'תשס"ד: א פאלעסטינער זעלבסטמארד אטאקע אין חיפה לאזט איבער 21 קרבנות הי"ד און נאך צענדליגער פארוואונדעטע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטל האט געשריבן:ד'תתקמ"ח: דער איסלאמישער הערשער סאלאדין ברעכט אויף די קרייצציגלער פעסטונג אין אשקלון און מארשירט פאראויס קיין ירושלים עיה"ק.

ס'איז קיין סאלאדין נאך קיינמאל נישט געווען.
זיין נאמען איז צאלח א דין, דער גלאררייכער נאמען פונעם מערסט געלונגענער אראבישער הערשער, און גלענצנדער פערזאן, בפשטות אין גאנצער היסטאריע זייערע.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

י"א תשרי

שליחה דורך שעפטל »

ב'תמ"ט: "ויהי ממחרת יום הכיפורים" – משה רבינו האט אנגעהויבן צו לערנען די הייליגע תורה מיט די אידישע קינדער, ווי עס שטייט אין פר' יתרו (וישב משה לשפוט את העם), און אויך אין דעם טאג האבן אידן אנגעהויבן צו ברענגען די נדבות המשכן, ווי עס שטייט אין פר' ויקהל (עי' תנחומא תרומה).

די ערשטע טאג פון די געהויבענע ימי שמחה ושירה צווישן יוה"ק און סוכות, ווען דער הייליגער חתם סופר זי"ע פלעגט מחבר זיין שירות ותשבחות פאר'ן אייבערשטן מרוב שמחה.

ה'תש"ג – ה'תש"ה: ביי די צווייטע וועלט קריג, האט הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדעל זצוק"ל אין דעם טאג געשאפן די סומע פון 25 טויזנט דאלאר צו געבן פאר די נאציס ימש"ו, און מיט דעם איז דער סלאוואקישער אידענטום געווארן געראטעוועט ממות לחיים. צוויי יאר שפעטער איז אבער דער מצב געטוישט געווארן, צוליב אומרוען אין סלאוואקיע, און אין דעם טאג צוויי יאר שפעטער איז רבי מיכאל בער זצ"ל פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ מיט'ן באן, פון וואו ער איז אראפגעטאנצן אינמיטן פארן און געראטעוועט געווארן לפליטה גדולה, ביז ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע צו גרינדן די בארימטע נייטרא ישיבה און העלפן אויפסניי אויפבויען דאס יהדות החרדית אין אמעריקע לשם ולתפארת עד ביאת הגואל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט