יואליש האט געשריבן:הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זמרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."
דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי, און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טוט דעם רצון השם.
דער חילוק וועט זיין, אויב דער קנאי איז שטענדיג א ערליכער צדיק, ער איז א קנאי פאר זיך זעלבסט, און ער ארבעט אויף זיינע אייגענע תאוות אויכעט, און אינווייניג ברענט אין אים אמת'דיגע אהבת ישראל, ער טוט עס נישט פון שנאה פאר יענעם, אט אזא איינער פארדינט טאקע צו באקומען בריתי שלום.
משא"כ די היינטיגע קנאים, וואס פרייען זיך אויף יעדע פירצה פונעם צד שכנגד כעל כל הון, מען שפרינגט ארויף מיט אזא שמחה ווי א קעצל אויפן מייזל, און אויב איז שטיל א לענגערע צייט טוט וויי אז ס'איז נישטא קיין "עקשאן", דאן.... וויל איך נישט זאגן ווייטער.
ס'איז באקאנט די משל פון ר' ישרא' סאלאנטער זצ"ל, דער חילוק פון די באלעבאסטע מיטן קעצל. יעדער וויל הרג'ענען דאס מייזל. אבער דער קעצל גלוסט פאר נאך, בשעת די באלעבאסטע וואונטשט זיך אז דאס זאל קיינמאל נישט געשעהן. הנמשל אז דער אמת'ער צדיק וויל נישט ס'זאל פאסירן די עוולות, ווי גליקליך וואלט ר' עמרם בלוי געווען אז ס'זאל נישט פארקומען קיין חילול שבת אין ירושלים, און ווי גליקליך וואלט פנחס בן אלעזר געווען ווען זמרי טוט נישט אזא נידערטרעכטיגע אקט, נאר דער שם ה' זאל נתקדש ווערן בכל העולמות; משא"כ די נידריגע קנאים, וואס פרעסן אין רעסטוראנט און מען דאווענט קוים א ווארט, און אין די אייגענע רייען איז מען קיינמאל נישט מוחה, מען פארענטפערט אלעס.... נאר ביי יענעם, ביים שונא, ווערט מען פלוצלינג א קנאי, דאן איז מען נאר א עקלדיגע קעצעלע מיט פארדארבענע מדות.