מבקר האט געשריבן:לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.
מהיכא תיתי?
נישט נאר דאס, נאר מיר דאכצעך אז לפני עיור גייט אויסדריקליך אן אפילו ווען ער קען דאס יא עררייכן דורך א צווייטן [אפשר ווייל יענער איז אויך מצווה מיט לפני עיור. קען זיין אז אפילו אן דעם (א נפ"מ וואלט געכאפט ווען דער אנדערער איז א גוי וואס איז נישט מצווה מיט לפני עיור)].
מבקר האט געשריבן:לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.
כ'קען אויך די גמ', אבער לפי זכרוני איז מען מחלק טאקע אין דעם: ווען ער אליינס קען עובר זיין דעם איסור אן קיין פרעמדער מענטשנס הילף, איז דער פרעמדער העלפער נישט עובר אויף לפני עיור, אבער ווען ער אליינס קען נישט עובר זיין דערויף אן צוקומען צו קיין פרעמדער'ס הילף, דאן איז דער פרעמדער עובר אויף לפני עיור אפילו ווען ס'דא נאך פרעמדע מענטשן וואס קענען העלפן דעם עובר עבירה צו טון דעם איסור.
מבקר האט געשריבן:לפני עיוור גייט נישט אן ווען דער וואס וויל עובר זיין אן עבירה האט די מעגליכקייט עס צו עררייכען מיט הילף פון א דריטן, סא די טענה שטימט נישט.
מהיכא תיתי?
עיין בגמרא מסכת עבודה זרה דף ו: בתחילת העמוד.
ניחצתנו
אבער מען זעיט נאך אלס אז אסור לעשות שותפות עם גוי ווייל ער וועט שווערן מיטן נאמען פון עבודה זרא און אפילו עס איז דארט אויך נישט שייך משום לפני עור נאר ממידת חסידות לכאורה וואלט א יוד זיך געמעגט מוסר נפש זיין דעראויף איך מיין אז דאס איז ערגער ווי שותפות מיט א גוי וואס קען נאר גורם זיין א הזכרת שם עבודת כוכבים
ס'איז א חרפה אז די זעלבע קאנסערוואטיוון וואס פארפירן אז אבאמא זוכט שטענדיג איבערצוקלוגן די געזעצן, אז די רעגירונג מישט זיך אין פערזענליכע אנגעלעגנהייטן, דוקא זיי מוטיגן פאר אינדעווידואלן צו פארלעצן דאס געזעץ ווען ס'שפילט נישט צו זייערע אינטערעסן, דוקא זיי ווילן אז יעדער זאל זיין געטריי צו גאט און אויך נאר אויף דעם אופן ווי זיי פארשטייען . למעשה האט דאס העכסטע געריכט לעגאלאזירט. ביי וועמען די רעליגיע שטייט העכער פון געזעץ, זאל געזונטערהייט זיך אפזאגן פון דעם דזשאב. שיין וועט אמעריקע — א לאנד פון פארשידענע ראסן און רעליגיע — אויסזען אז יעדער וועט וועלן ארויפצוצווינגען זיין גאט אויף יעדן. היינט איז דאס קריסטנטום, מארגן איז דאס שאריא-געזעץ.
ווידער דער עצם מסירת נפש אקט דההיא סבתא, איר מחלוקת לשם שמים איז שוין איינמאל אונטער א גרויסער פראגע-צייכן.
אין איר סטעיטמענט זאגט זי:
"I never imagined a day like this would come, where I would be asked to violate a central teaching of Scripture and of Jesus Himself regarding marriage".
קודם איז זי דאך נישט אליינס עובר על מצוות המלך — געלויבט דעם פון אונטן אז זי איז סטרעיט. זי ברויך סך הכל טון איר ארבעט, וואס די דעפענציע דערפון האט זיך לעצטנס לעגאל אויסגעברייטערט. דא עקא אבער, זי האט זיך שוין ג'גט א מאל דריי און חתונה געהאט — פיר. נישט אז זי האט נישט געהאט קיין היתרים, נישט אז איך קימער בכלל און זיכער האלט איך נישט אז זי האט נישט געמעגט. אויב האט זי אבער אין איר לעבן נישט גע'חלומ'ט אז וועט פארלעצן די פרינציפן פון יאשקע בכלליות און איבער הייראט בפרט, דאן צייגט דאס אויף איר ביליג-היפאקריטישן כאראקטער. נישט אז ווען זי איז ווען יא אזוי געטריי צו איר רעליגיע וואלט זי יא געווען גערעכט, נאר יעצט איז סיי אומגערעכט, סיי א שמוציגע היפאקריט און איר אגענדע פון וועלן זיין א העלד צווישן רעכטע פאנאטיקער, שארן געלט און מאכן א לעבן איז לכאורה זייער קלאר.
ירא שמים האט געשריבן:ב״ה אז סווערט געהערט א קול מחאה קעגן די מלכות הרשעה והמינות והזנות , ויה״ר שיקוים בנו במהרה ״וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.
"כעשן תכלה" איז שוין ליידער געווען א פאקט ביי אזאנע זאכן אין דער פארגאנגענהייט — הן בכלליות און פאר דעם אידנטום בפרט. דו ווארט נאר טאקע אז מ'זאל אויף דיר ארויפצוצווינגען דעם קריסטנטום, אז רעליגיע זאל דאמאנירן דאס געזעץ און נישט דעמאקראטיע. גרויסער חכם!
ירא שמים האט געשריבן:ב״ה אז סווערט געהערט א קול מחאה קעגן די מלכות הרשעה והמינות והזנות , ויה״ר שיקוים בנו במהרה ״וכל הרשעה כלה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט בכלל נישט וואו איר שפיץ איז?!
זי איז דען 'מכיר' אין זייער מערידזש? זי איז מכיר אז על פי חוקי מדינת אמעריקע זענען זיי פארהייראט. דאס האט דען עפעס מיט איר? מ'האט איר דען געצווינגען מכיר צו זיין אז לויט איר רעליגיע זענען זיי אויך פארהייראט?! א פייג.
סתם רגשות לבה קען אוודאי נישט קומען אויפן חשבון חוקי המדינה, און איך זע נישט וואו מ'צווינגט איר צו גיין קעגן חוקי הנוצרים.
זי זאגט נישט אז אמעריקע זאגט אז סאיז א הייראט , זי איז די רעפרעזונטאט פון אמעריקע , ווען זי שרייבט אונטער איז כאילו אמעריקע שרייבט אונטער.
יא אבער וואס איז שוין די ווערט פון די חתימה די מעשה עבירה קען יענער ממילא טוהן סך הכל דארף ער אביסל בענעפיטס מאכט ער עס ליגאל viewtopic.php?p=285302#p285302