קוק נאך די תשובה, ער האט נישט באמת קיין ראיה צו זיין חומרא, עיי"ש.
לערן דורך די סוגיא פון מקור וועסטו זעהן אז "הושטה" בדבר ארוך איז מעיקרא דדינא אויך אן איבערגעטריבנע חומרא, והבו דלא לוסיף עלה.
פרייוויליג האט געשריבן:לויט די משמעות ההיתר אויפצוהייבן צוזאמען א זאך, איז לכאורה ווייל עס איז 'בשעת הדחק' און עס איז נישט דא קיין אנדערע ברירה. אזוי ווי דער היתר פון רמ"פ צו זיצן נעבן א פרוי אויפן פליגער. אלעס ווענד זיך אינעם מוח. די גאנצע הלכות הרחקה איז צו דערווייטערן דעם מוח פון א מענטש שלא יבא לידי הרהור. דערפאר ווען עס איז בשעת הדחק און מען איז פארנומען אויפצוהייבן א קערידזש א.א.וו. קען עס נישט הייסן חיבה.
איז די שאלה אויב ווען עמיצער טרעפט זיך אין א פאל "ווי ער האט נישט קיין ברירה" אדער אראפווארפן דעם קינד אויפן פלאר, אדער די תפילין, ווען מען געפינט זיך אין א פאל אז מען איז מורא'דיג אנגעוויזן אויפן ווייב, עס איז נישט דא קיין ברירה, צו דאס הייסט "בשעת הדחק", אדער מען טאר נישט בכל אופן?
אויב טאר מען נישט מוז עס האבן שכל'דיגער באדייט, ווייל דער תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר בהמות. גאנץ דיני הרחקה איז פארשטענדליך, אלזא דאס דארף אויך א פשר.
גנדי האט געשריבן:הרחקות איז נישט וועגן הירהור.
שלא יבוא לידי איסור כרת.
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איז דא א חיוב צו זאגן סליחות?
זאגען? ניין... בעטען? יא. דאס איז א חלק פון תשובה טוהן. אבער מען דארף באמת בעטען פאר א סליחה. אויב זאגט סתם... בעסער זאג נישט
ריכטיג האט געשריבן:איך מיין טאקע עברי טייטש, איז וואזשע טוט מען ווען דאס איז שקר?
(כוונתי בזה לקעניג פון אמעריקע וואס טענה'ט אז מ'זאל סתם זאגן)