שידוכים ביים היימישן עולם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

shas האט געשריבן:In my opinion the problem is not the age and neither the system. when a child reaches 18,19 he should know what life is all about, and know what he wants.
im not disagreeing that our system can use some changes. but i can say from my experience in my family that we were all ripe by 17. and the credit goes to our parents.
we knew what life is all about and knew what to look for. from a very young age we were taught to think and think whats the purpose of life and why were here..my parents would hint us stuff here and there that made our brain think! i can say that slowly we were able to figure out almost everything on our own,by time i reached chusen classes there was nothing new revealed.and im talking about a very frume satmare family.
and i can say that the ones in our family that got married to older spouses (23+)were nothing more happy or knew what they want,maybe more confused.
זאגסטו אז די טשענדז זאל זיין.אז מען זאל אויפקלערן די קינדער פארן בישוי. ריכטיג?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

פארשטאנד האט געשריבן:לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
דיין ניק פאסט אריין!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארשטאנד האט געשריבן:די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע אין זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו', זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן. אזא איינעם איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

פארשטאנד האט געשריבן:פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם. ודי למבין.

ביי מיר זענען די 2 ממש די זעלבע. יעדער "פרומער" בחור וועט נאך אמאל קומען צום טעם, און קען חרטה האבן אז ער האט נישט געמאכט זיין אייגענע באשלוס, נאר זיך פארלאזט בלינדערהייט אויף יענעמ'ס טעיסט.
דאס מיינט אז חוטא נשכר (אדער פארקערט), וויבאלד ער איז א ערליכער בחור, קען מען אים אריינשמירן וואס מען וויל. אודאי אסאך מאל לאזט זיך עס אויס בעסער ווי אנדערע נישט ערליכע, אבער נישט אלעמאל, און למיחש מיהא בעי.
דער חלק וואס דו שרייבסט אז "דער מאן זאל נישט קומען ח"ו לידי חטא", איז די גרעסטע ראי' אנטקעגן דיינע ווערטער. טאקע ווייל ער איז זיך מתנזר פון די וועלט און לעבט נאר מיט זיין ווייב, דעריבער דעזערווט ער עפעס וואס זאל טאקע ארבעטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

zurich האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:לענ"ד קען מען נישט זאגן קיין כלל דערין, איך מיין אז מ'קען עס צוטיילן אין דריי קאטעגאריעס פון בחורים.

די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

לאידך גיסא איז דא די מדריגה אונגאנצן פארקערט, אזעלכע וואס ווייסן 'אלעס' און יעדער ווייסט אז זיי ווייסן, עכ"פ די עלטערן ווייסן אז זיי ווייסן, אזא בחור איז לכאורה אויך געסעטלט ווייל זיינע עלטערן וועלן -עכ"פ אין רוב פעלער - זוכן וואס זיי דארפן און נישט פארדרייען א קאפ, און דער בחור אליין לאזט זיך אויך נישט פארדרייען, אזא בחור קען זאגן 'ניין'.

די פראבלעם ווערט ביי די 'צווישן' בחורים, ד.ה. אזעלכע וואס זענען נישט צו פרום זיי ווייסן למחצה לשליש דא ווערט די פראבלעם, ווייל פארהאן אזעלכע וואס טראגן די נאמען בינוני אבער באמת ווייסט ער אלעס, האט געהאט אינטערנעט אלס בחור, הכלל ריכטיג אויפגעקלערט, ער איז דער בחור וואס פאלט אריין ווייל זיין מאמע זוכט אים א פיין מיידל א פיין שטוב, אבער באמת דארף ער מער 'אהערגעשטעלט' און ער 'קען נישט' זאגן ניין, ער קען נישט זאגן אז ער דארף א שיין מיידל ווייל ער זיצט דאך אין ישיבה ער פארשטייט דאך בכלל נישט צו די אנדערע מין, איז ווי ווייסט ער פלוצלינג וואס מיינט שיין? וואס מיינט אהערגעשטעלט?

פון די זעלבע זייט איז דא איינער וואס ווייסט טאקע נישט 'יעצט' פונקטליך וואס חתונה האבן מיינט, אבער ער איז פון די וואס גייען וויסן און פארשטיין וואס אהערגעשטעלט מיינט, אבער אים יעצט אויפקלערן וועט גארנישט העלפן, דאס איז נישט קיין עיצה, ווייל מ'קען אין א שמועס פון א האלבע שעה נישט 'מסביר' זיין שיינקייט, מ'דארף אריינלעבן אין דעם ודי למבין

איז וואס איז די עיצה? דעיטן איז לכאורה עפעס א עיצה אבער אויך נישט ווער ווייסט וואס, חוץ אויב ס'איז מערערע דעיטס ווי מ'גיט די ברירה מער אריינצוקומען אין די ענינים, אבער צו ווייט וועט מען נישט אנקומען.
דיין ניק פאסט אריין!!

גוט!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

זר זהב האט געשריבן:

גאר גוט!
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

עס איז גוט
Shmilly
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:45 am
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך Shmilly »

פארשטאנד האט געשריבן:די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז דו ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין.

just my 2 cents
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

Shmilly האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז די ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין

just my 2 cents

יש"כ פאר די מגיבים עס גיט חיזוק.

לענין, איך האב ספעציעל געשריבן אז יעדער קען אזעלכע אין זיין עיזש ווייל אויב די וועסט זיך ארומקוקן וועסטו טרעפן אזעלכע וואס פארשטייען באמת נישט אפי' צוואנציג יאר נאך די חתונה, ווילסט איך זאל גיין מיט נעמען...? זשאסט קידדינג...
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

Shmilly האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:די ערשטע קאטעגאריע איז גאר פרומע בחורים וואס זיי ווייסן גארנישט, און זיי וועלן נישט וויסן מער ווי וואס די חתן רבי וועט זאגן, יעדער פון אונז קען אפאר אזעלכע און זיין יארגאנג/עיזש, זיי זענען באמת פרום קוקן נישט אויף קיין פרויען וכו' זיי פארשטייען באמת נישט וואס מיינט 'שיין' וכדומה, ביי זיי איז א אשת חיל א פרוי וואס קאכט און באקט און וואשט וועש און שטעלט זיך צו אז ער - די מאן - זאל ח"ו נישט קומען לידי חטא והבן, אזא איינער איז ממש א עבירה אים אויפצוקלערן, ער גייט מן הסתם בכלל נישט כאפן די נושא און סתם אים אריינפירן דערין האט נישט קיין פשט.

איך האלט נישט אז די ביזט גערעכט מיט דעם ערשטן קאטעגאריע - איך מיין אז יעדער האט א יצר הרע און יעדער ווייסט וואס מיינט שיין.

just my 2 cents

און אז נישט דארף ער גיין צו א דאקטער!! :o
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

יא ער ווייסט אבער ער זוכט נישט דוקא דאס. עס איז דא דער משל אין חסידישע ספרים, הכפרי לא יתאווה לבת המלך, ווייל ער האט נישט קיין שום אויסזוכט זי צו באקומען.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

יאנקל.דו באמערקסט וויפל מאל טיפש ווערט דא דערמאנט??
וואס איז ביסט א רעיסיס? וואס האסטו אזוי אנטקעגן טיפשים? וואס איז, זיי זענען שולדיג אז ווען מען האט געטיילט שכל האבן זיי גענומען מיט א גאפעל??
מויל מאכער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 11:57 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך מויל מאכער »

איין זאך איז איז זעכער ... אז ס׳מיז זיין א טשעינזש אין די סיסטעם...

די יעצטיגע סיסטעם איז דעפענעטלי נישט גיט!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב לעצטנס געהערט א גוט ווארט אויף אונזער שידוכים סיסטעם:

מיר וואקסן אויף אין א שטרענגע אטמאספערע. טאטע/מאמע מוסר'ן און קוקן שטרענג, דער מלמד שמייסט און שרייעט, דער ראש ישיבה און מגי"ש טיילן פסקים און קנסות...
פלוצים זעצט מען אריין דעם בחור מיט א מיידל, און ראה זה חדש: איינער שמייכלט צו אים!
גלייך איז דער בחור מסכים, יא! אזוינס דארף איך!!! ענדליך איינער שמייכלט שוין צו מיר...!!!!

דארפן מיר דען מער ווי 10 מינוט ביי א באשוי? עס פעלט שוין נישט אויס מער.

ואידך פירושא היא, זיל גמור......
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פון א תורה פונעם בעש"ט הק' דרינג איך ארויס אז אונזער שידוכים סיסטעם איז ראנג. איך וועל באלד גיין אין שיל און נאכשרייבן פון יענעם נייעם דרוק לשון קדשו.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

די טעמע איז א וויכטיגע טעמע וואס דארף א תיקון גדול תיכף ומיד ממש
אבער איך זעה נישט דעם פראבלעם אזוי ווי ראשעקאל לייגט עס אראפ, נאר אינגאנצן אנדערש. די אוטקאום איז נאר דער זעלבער.

לאמיר מקדים זיין א נקודה :
די מיידלעך זענען גאר אנדערש ווי בחורים אין רוחניות, פינטל.
זיי זענען זייער תמימות'דיג, און ווי נאר עס זאל נישט זיין ווערן זיי מער און מער תמימות'דיג, מיט די גאנצע היינטיגע אפענע וועלט. און ביי די בחורים איז די מעשה ממש להיפך בחורים זענען היינט צוטאגס מער אפענער צו די וועלט, און ווערן מער אויפגעקלערט מיט יעדע מינוט וואס גייט דורך, און אין די דרגה פון לערנען וואקסן זיי אבער גרויסע עמי הארצים און גארנישט עדיוקעיטיעט, קאפ-מח-שטרוי-זעק. און די מיידלעך ווערן מער און מער עדיוקעיטיט.
פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז א סוד, און דער בחור טרייט צו פאפן בכל כוחו וכוונתו, ביז אדער ער קומט צום שכל שיין מאנעווירן זיין ווייב צו וואס ער וויל, אדער רוב מאל קראכט עס, ואידך פירושא זיל גמור.
במילא וואס געשעט נאך די חתונה איז, אז די מיידל דארף אראפקומען פון אירע הויכע מדריגות, און דער בחור דארף ארויפקומען היבש אביסל -ווי מען רופט עס- ער דארף זיך צושטעלן.

איך ווייס נישט צו מען קען עכט עפעס טון אויף דעם פעלד ביי די מיידלעך ווייל זיי זענען זייער תמימות'דיג און האקעל, איך מיין עס איז בעסער צו גיין מיט דעם כלל פון מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן. (אדער טוישן די גאנצע סיסטעם פון די בית רחל...)
אבער ביי די בחורים, דארף ווען זיין אז, נישט אז מען זאל לאזן דעם בחור זיין אפען וכו' ווייל רוב מיידלעך אין זייער דעמאלטסדיגן מצב זענען בכלל נישט קיין סעט פאר אונזערע בחורים, איימסארי.

נאר וואס יא. דער בחור מוז מאכן זיכער אז ער פארשטייט זיך מיט די מיידל, און דאס קען טאקע נאר קומען אזוי ווי דער ראש הקהל זאל זיין געזונט שלאגט פאר, דהיינו אפאר בעשויס, אונטער נארמאלע אומשטענדן, נישט אין דיינונג רום וכו' וכו'
אבער דער עיקר, מען מעג זאגן ניין נאך די בעשוי, אן קיין פארוואס, פלעין ווייל איך פיל עס איז נישט פאר מיר.
און עס דארף בכלל נישט זיין קיין בושה אויב די שידוך ווערט נישט נאך א בעשוי, די פרעשור פון וואס וועט מען זאגן איז א געפערליכער חורבן, מען מעג האבן וויפיל בעשויס מען וויל מיט וויפיל מיידלעך מען וויל, ביז ווילאנג איך פיל מיר באקוועם, לאו דוקא "love", מיט די מיידל וואס איך גיי לעבן און דורכטון אלעס און אויך אביסל איר אראפברענגען צו די וועלט, פאר די איבריגע יארן פון מיין לעבן.
לגבי אויפקלערן דעם בחור פארדעם, קען מען זיך דינגען אהער און אהין, ווייל באמת טאר מען זיך אויך נישט לאזן פון שיינקייט, עס קען פארדרייען די געפילן כנודע.

ס'איז נאך א לאנגע אריכות, ועוד חזון למועד.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
shas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך shas »

[left]No! make ur kids mature,they will have a whole new look on life, they will throw away their toys earlier than other kids, and know how to deal with serious issues in life later on. Not like most boys/girls today.
U think I needed someone to tell me what love is ? Don't tell them anything about sex, but they will chap on their own. It's hard to explain.

אויס מענטש
has some good points. A erliche boy that is mature, even if he knows everything won't get washed away by the looks if she is not good enough inside. The main thing u need when u meet a girl is to look if u can have a good relationship with her and see a chein in her and not be disgusted. It's a very babyish world in my eyes...[/left]
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

פון די 20 און העכער ווערט א בחור אסאך מער געבויט ווי ווען ער האט חתונה ביי די 18-19
shas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך shas »

just one mans opinion...most ppl dont get married by 18. why still so much problems?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

איך מיין צו זאגן אז מען ווערט א חתן ביי די 18-19
shas
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 09, 2012 10:48 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך shas »

[left]so make sure ur kids wait till 20 and let me know the results... I said in previous post, that I cant see any issue, if u make ur kids mature to know what they want
and if u have open and good relationship with ur child he will speak openly on deciding about a shidich. I have a sister at 18 that said no on a shidich 'cuz she didnt like his looks.. (and I can't say he was so bad) and as much we tried to tell her how good he is, she kept saying that she feels she can't face him, he's just not for her[/left]
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

יא, עס איז בעסער צו חתונה האבן נאך די 20 ווי איידער צו חתונה האבן אלץ א בעבי
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

אויס מענטש אייזן גוט! דאס האב איך געוואלט שרייבן אלס די צווייטע חלק פון די פראבלעם, ד.ה. די ערשטע חלק איז נאכאלס א פראבלעם (די מאכסט עס אזוי אביסל אוועק...), אבער די תמימות פון די מיידלעך איז נאך א גרויסע פראבלעם (נאכדערצי נאך 'צוועלעפטע קלאס' ה"י), רוב היינטיגע יונגעלייט באהאלטן געוויסע רצונות פון די ווייב ווייל מ'ווייסט אז זי וועט זיך קעגנשטעלן אפי' נאר צו אזא געדאנק.