נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך בעל מדות »

איינע פון די גאר אנגעזעענע רבנים וואס קריגן הערצה און שעצונג ביי רוב שיכטן און שאטירונגען פון די יהדות החרדות איז די גאר חשובע און רעספעקטירטע וויענע רבי שליט"א.

הרב הגאון בנש"ק רבי אשר אנשיל כ"ץ שליט"א איז א זוהן פון די פריערדיגע סאמבאטהעלי רב הגה"צ רבי יהושע כץ זצ"ל זיינע ברודער זענען אנשים חשובים און גרויסע פוסקים צווישן זיי הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ אב"ד סערעדהעלי פון בארא פארק און הרה"ג רבי שלמה זלמן כ"ץ לרפו"ש אב"ד תולדות אהרן וויליאמסבורג.

ער איז היינט איינע פון די גאר פראמינענטע פיגורן און אנשים חשובים וואס די דור פארמאגט, און איז גאר אקטיוו און אריינגעטון אין יעדע גרויסע געשעעניש וועלכע גייען פאר אין כלל ישראל, ער פארמאגט א חשובע טייל אינעם פאקטישן מח ההוראה ביי כלל ישראל, ווען על שלחנו קומען אהן פון די שווערסטע און קאמפליצירסטע שאלות בהלכה און אזוי ווייטער.

גאר אינטערסאנט איז זיין פערזענליכקייט ווען ער פירט גאר א ליבעראלע קהילה און דינט צו זיינע חסידים ווי א ריכטיגער אמעריקאניזירטע רב רעדנדיג די היינטיגע שפראך ווען ער איז איינע פון די גרעסטע גדולים אין דור פארמאגנדיג אויפן גאס שווערע צענדליגע ספרים.

אביסל זיין היסטאריע.

די וויענע רבי שליט"א איז אלץ געווען באקאנט אלץ א גרויסע מתמיד, ער פלעגט שוין פון אלץ יונג קינד זיצן און הארעווען על התורה אויף א זעלטענע פארנעם, אלץ בחור האט ער זיך זייער פארליבט אין די הייליגע ספרים פונעם חתם סופר זאגנדיג אמאל ביי א טיש פורים כטוב לב המלך ביין אז ער שפורט אז ער האט די נשמה פונעם חתם סופר, (ווי באקאנט זענען זיינע ספרים איבערגעפולט מיט שטיקער חתם סופר).

נאך זיין חתונה איז ער געווארן ראש מתיבתא אין די ישיבה פון זיין פאטער ז"ל אין ישיבת סאמבאטהעלי ווי ער האט געגעבן שיעורים פאר די בחורים זיך מאכנדיג א גאר נאענטע קשר מיט זיינע תלמידים.

ער איז שוין דאן געווען בארימט מיט זיינע שיעורים, און דרשות צוציענדיג הינדערטער מענטשן פון שטאט וויליאמסבורג, און עס האט יעדער געוואוסט אז דא שיינט אונטער א שיינע שטראל וואס וועט געוויס איין טאג באדינען כלל ישראל מיטן כתב הרבנות.

געווען איז עס אין די קהילת האשכנזים, די קהילה עדת יראים וויען וועלכע האבן אנגעהאלטן מיט די נוסח און מנהגי אשכנז און אויך אנגעהאלטן די מנהג פון אויפנעמען א רב דורך וואלן, ווען זייער מנהיג הרה"ג רבי עזריאל יודא לעבאוויטש זצ"ל איז נפטר געווארן, ווען די ראשי הקהילה האבן זיך צוזאמען גענימען און אויסגעקליבן עטליכע קאנדידאטן חשובע מרביצי תורה וועלכע זאלן זיין געאייגנט ווייטער צו פירן די קהילה און מוסדות, ווען צווישן זיי איז אויך געווען די וויענע רבי שליט"א דאן נאך א אינגערמאן אבער מיט א בארימטע נאמען אין גאס ווען שמו הטוב הולך לפניו, זייענדיג איינער וואס מענטשן זענען נאכגעלאפן פון אלע זייטן צו דורכשמועסן ענינים, קריגנדיג א שטארקע הערצה אפילו אין די אלגעמיינע גאס.

די וואלן זענען ווי פארשטענדליך געווען גאר היסטאריש און די וויענע קהילה לייט האבן געזען דעם רב פאר די פאסיגע קאנדידאט און אים אויסגעוועלט מיט רוב שטימען.

ער איז געווארן געקרוינט אלץ די נייע וויענע רב ביי א ריזיגע הכתרה פייערונ, זייענדיג איינע פון די גרעסטע געשעענישן וואס עיר וויליאמסבורג האט נאר אמאל געזען, פון אלע זייטן האבן מענטשן געשטראמט אפצוגעבן מזל טוב פאר נייעם רב.

ער האט דאן איבערגענימען די כס הרבנות, ווערנדיג נאענט צו זיינע מענטשן ווי א טאטע פון קינדער זיך אראפלאזנדיג צו זיינע חסידים אויף א אומדערהערטער פארנעם אויף צענדליגע אופנים, געווען איז עס איין יאר שמחת תורה ווען אינמיטן די הקפות האט ער גענימען א וויעלטשעיר פון א מיטגעמאכטע אינגל און איר אנגעהויבן שטופן טאנצנדיג מיט אים פאר א לאנגע צייט אים ווען א גייסט פון ליבשאפט האט געשוועבט אין חלל פון שול לאזנדיג א רושם אויף אלע אנוועזנדע און אזוי איז דא ביכער פון געשיכטעס וויאזוי ער האט אלעמאל געוויזן ספעציעלע נאנטשאפט צו בני קהלתו.

מיט די צייט ווען עס האט זיך פארמירט די פראבלעם אז די יונגערע דור האט פארלאזט די איינארטיגע נוסח אשכנז און געגאנגען זיכן אנדערע קהלות, און אסאך עלטערע בני קהילה זענען נפטר געווארן האט די רב בפקודת פון גאב"ד ירושלים שליט"א און די בעל שבט הלוי ז"ל און נאך לענגערע זיצונגען און פארהאנדלונגען מיט ראשי ובני הקהילה האט מען געטוישט די נוסח צו ספרד און איינגעשטעלט פולע טוישונגען אין די טעגליכע ווירטשאפטן.

די ווינע קהילה האט זיך געספראוועט מיט אסאך פראבלעמען ווי צום ביישפיל די פרשה פון י.ר. אין די ישיבה און נאך וועלכע האבן אפגעשטעלט די וואוקס פון חסידים און רעדוצירט די קהילה סטאביליטעט פאר א צייט אפשניט פון עטליכע יאר.


נאך בלוטיגע כוחות און אסאך ארבעט וואס די ווינע רבי שליט"א האט אריינגעלייגט צוריקצושטעלן די קהילה אויף די ריכטיגע רעלסן האט זיך דערקענט א שינוי לטובה און זאכן האבן זיך אנגעהויבן ענדערן לטובה ווען היינט צוטאגס שיינט דארט א געוואלדיגע הצלחה אויף אלע פראנטן ב"ה.

ער פארמאגט אונטער זיין דעספאזיציע מוסדות אין אלע היימישע געגנטער מיט עטליכע טויזנט קינדער בלי עין הרע, ער פארטרעט א קהילה מיט טויזענטער חסידים אויסגעשפרייט אין אלע עקן וועלט, אריינגערעכנט פייערדיגע אנהענגער וואס רירן זיך נישט אהן זיין הדרכה וכדו', ער געבט א טעגליכע שיעור אין זיין ישיבה קטנה וואס וואקסט און איז אויסטערליש מצליח און גרייט זיך צו עפענען א ישיבה גדולה צום קומענדיגן זמן הבעעל"ט, די לעצטע עטליכע יאר האט מען אריינגעגאסן מיליאנען דאלארן אין די צענטראלע וויענע שול אין וויליאמסבורג און האלטנדיג נאך אינמיטן די רענאוואציעס ברענגט מען אריין א פנים חדשות אין דעם היסטארישן קאמפלעקס.

היי יאר האט וויען געעפנט אירע טויערן צו א זומער מחנה, קעמפ עדת, בנות וויען, פאר די מיידלעך פון די וויענע מוסדות אנהויבנדיג אויפן ערשטן זומער מיט ארום פינעף הינדערט מיידלעך!

אין די ישיבה קעמפ האט מען געבויעט א הערליכע נייע בית המדרש פארן פרייז פון אהאלב מיליאן דאלער.

די ווינע רבי שליט"א איז באקאנט אלץ גאר א אנגענימענע פוסק און ער האט שוין געדינט ביי גאר אסאך מחלוקת אלץ די פארמיטלער צו וועם ביידע צדדים האבן פארגעלייגט די טענות (אריינגערעכנט ביי די מחלוקת אין סאטמאר)

ער איז באקאנט אלץ גאר א געלונגענע פה מפיק מרגליות, און טויזענטער הערן זיך צו זיינע פילצאליגע שיעורים ובפרט ביי פרקי אבות, אדער אום ז' אדר ווען ער רעדט א דרשה אלץ טייל פון עטליכע פארבליבענע מנהגים וואס עס איז געבליבן איינגעפירט.


זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.


ער פירט הערליכע טישן און מאורעות, אנפילנדיג עס מיט רוחניות'דיגע שמועסן, ער איז כסדר פארנימען מיט טעכנאלאגיע וועלכע עסט אים שרעקליך אויף, ער רעדט אלעמאל מיט א ווייעכע שטימע, עס קען זיך מאכן ער זאל זיך צעוויינען ווען מען רעדט פון אידישע קינדער אין גלות אדער צרות וואס מענטשן גייען דורך, פון די שענסטע מעמדים אין וויען זענען די הויעכפונקטן פורים ביים טיש ווען ער איז אנגעטרונקען און ער טוט פארשידענע אינטערסאנטע זאכן ווי געזען ביי אים אין די לעצטערע יארן צווישן אנדערע אז ער זאל זיך אויסטוהן זיין בעקיטשע און טאנצן אויפן טיש מיט קליינע קינדער אייניקלעך צו סתם תלמידים, ער האט דעם פארגאנגענעם פורים צוגעזאגט ערליכע דורות פאר ווער עס עסט פון די פיש וואס איז געווען על שלחנו, ווען די פורים רב האט אינמיטן די סעודה וויצלדיג געזאגט פארן רבי'ן אז עס איז דא עמיצער וואס איז אנגעווייטאגט אויפן רבי'ן האט ער איבערגעהאקט דעם פורים רב, זיך אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן "...נעווער אין מיי לייף אז איך זאל וויי טוהן א צווייטן איד"...!!!, אויך שמחת תורה איז גאר דערהויבן ווי ער פראוועט זייער שיינע הקפות.

ער איז א מוסטער פון צוגעלאזנקייט, א ביישפיל פון איינער וואס האט ריכטיגע אהבת ישראל, זארגט פאר א צווייטן און שפורט מיט א צווייטנ'ס צרה אויף א פארנעם ווי ער זאל זיין פארמישט דערין, מען הערט קיינמאל נישט די שפראך פון איך, איך, און וועט מיט אהן א מאס געדולד אויסהערן די בלעבלערייען פונעם גרעסטן נער, און אים גלעטן מיט א שמייכל ווילאנג יענער שפורט בעסער, ער איז ביי געוויסע חסידים נאנט ווי א טאטע ווי באקאנט.




ער האט געגרינדעט א חבורה מיטן נאמען ובהם נהגה ווי מען לערנט אינאיינעם מסכת גמרא און ביי א סיום גאר לעצטענס האט ער זיך בתוך דבריו אויסגעדרוקט, "עס איז די שענסטע טאג אין די קהילה זינט איך בין רב דא".


ער איז שטארק געווען פארמישט אין די כינוס כלל ישראל.

ער איז נשיא אין כולל שומרי החומות, פון די רבנים אינערהאלב דרשו, און ער איז איינע פון די פעלער ווי א רבי זאל קריגן הערצה סיי ביי די חסידישע אידן און סיי ביי די ליטווישע אידן.

ער פלעגט אסאך ארימלויפן צו רבנים ווי ביים אלטן סאטמאר רבין ז"ל, סקולענער רבי'ן און ביים ליבאוויטשע רבי ז"ל, ער רעדט אסאך צו זיינע חסידים אז מען זאל גיין צו צדיקים, ער קען געזען ווערן ביים טיש פון סקולענער רבי שליט"א ווי ער פאלט אסאך אריין טראץ די פאקט אז ער איז אליין א מנהיג פון א גרויסע קהילה.

ער איז פון שענסטע וואס די דור פארמאגט, ער איז א ערנסטע איד א חכם און א געוואלדיגע נאבעלע פערזענליכקייט, זאל אים השי"ת שענקען אסאך סיעתא דשמיא און אריכות ימים געזינטערהייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
[NAMELESS]

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער זייער שיין באשריבען.
ווינע רב איז אייביג גרייט צו העלפען סיי וועם. מ'קען רעדן צו אים אויפ'ן טעלעפאון און ער געט זיך אוועק פאר אנדערע.

פאר מ'גייט דא אנקימען מיט יענע מעשה און דעי מעשה דארף מען געדענקען אז ווינע רב איז א משונה'דיגע ערענסטע מענטש, און מיינט אלעס זייער ערענסט. אוודאי מאכט ער מיסטעיק'ס, אבער זיינע מיסטעיק'ס זענען אנעסט מיסטעיק'ס וואס קימען נאר פון זיין גוט הארץ
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נעווערדעלעס ער האט א שטיקל רבנישער בעגידזש וואס ווען מען באטראכט דאס קען מען באקומען א עכטער רחמנות געפיל. א שטייגער ווי מונקאטשער רבי שליט"א, וואס איז א בריליאנטענער מענטש. מיט אסאך יארן צוריק האט מען געמיינט אז אט אט גייט אויפשיינען א פרושער סטאר. דער מונקאטשער רבי קען פארציילן דרשות כמים המתגבר, עס גיסט זיך פון אים פערל רייד משוגע צו ווערן. און וואס איז געשען מיט אים היינט?..

כמעשהו כך ב'ווינער רב (נישט ענטעני ווינער). ער איז באמת א אדם המושלם. ער פלעגט אמאל זיין ברום המעלה, געווען אלס א ראש המדברים ביי אלע אסיפות, דרשות וכו'. עס האט זיך געקענט דאכטען אז אט אט, אבער וואס איז געשען מיט אים היינט?.. א רב וואס שיינט ארויס מיט זיין ז' אדר דרשה ותו לא מידי. פון צייט צו צייט ווערט פארשפרייט עפעס א קונטרס פון א פרושע דרשה איבער די שעדליכקייט פון געפאסטע קליידער אא"וו. אבער עס איז נישטא פון וועמען צו רעדן.

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

און פארוואס זאג איך עס אייך? ווייסעך אויך נישט.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פרייוויליג האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.
Under influence
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?
לולב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:41 am
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך לולב »

הערליכע ארטיקל, טראץ וואס איך בין נישט קיין וויענער, פאל איך אריין דא דארט, עס איז מיר א חידוש וויאזוי ער באצויבערט מיר עקסטער יעדע מאל מיט זיין רוהיגע שפראך און בליציגע רעיונות, ער איז באמת א זעלטענער מאן.

ער וועט רעדן אין ענגליש צו זיינע חסידים אויב קענען זיי נישט קיין אידיש.

ער איז א שטארקע מבקש, האלט און איין פאדערן, איך האב שוין פון אים געהערט בעטן פאר גרעסערע קאפלעך...

ער זינגט גאנץ שיין און ער גייט משוגע פאר אלטע ליבאוויטשע ניגונים, שמחת תורה צווישן יעדע הקפה זינגט מען א אלטע ניגון על פי רוב ליבאוויטשע.

זיין אינגל קעמפ איז וועלטבארימט, מענטשן רייסן זיך אריינצולייגן קינדער דארט, א וואך נאך פסח איז נישט דא קיין פלאץ, איך מיין אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזאנע פעטע יארן מיט די קעמפ ווי די לעצטע דריי יאר זיי האבן געהאט א מספר פון פינעף זעקס הינדערט קינדער היי יאר.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פרייוויליג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?

משוגע האט אויך א גבול.
Under influence
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קרעקער האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

:lol: :lol:
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.

גר צדק אברהם גאלדשטיין איז דאס מסביר זייער שיין אין א voice note.
מענטשן לויפן נאך stupidity. נארמאלקייט, איידלקייט איז נישט fun.

סא פארוואס האט נישט זיידל קרעטשניפער קיין מענטשן? אויך מהאי טעמא?

משוגע האט אויך א גבול.

דאס איז דיין אפשאצונג. די זעלבע אפשאצונג האבן אנדערע מענטשן אויף רבנים. סא עס האט גארנישט מיט נישט פאון.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאבעלע ארטיקל.... א דאנק בעל מדות, עס איז א געשמאק צו ליינען.

אלס איינער וואס פאלט אריין צומאל אין זיין ביהמ"ד, און הערט זיינע דרשות, און שוין אסאך געלייענט זיינע הערליכע ספרים שמן ראש, קען איך נאר מיטשטימען מיט יעדע שורה וואס דו שרייבסט.

באמת א זעלטנהייט פון א רב היינטיגע צייטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך mevakesh »

קרעקער האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

איך געדענק אויך בערך יענע יאר אלס דער אנהויב פין זיין ירידה הגם איך געדענק אז די פרשה מיט די אגודה עצרת קעגן די ישראלישע בג"ץ ווי ער האט געחתמעט קודם מען זאל גיין און נאכדעם צוריקגעצויגען אונטער גרויס דרוק האט איהם שטארק קאליע געמאכט סיי ביי די קנאישע לאגער און סיי ביי די אגודיסטושע לאגער
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

קרעקער האט געשריבן:פארוואס איז דאס? ווייסעך נישט.


זיין רעדעל האטצעך א דריי געגעבען ווען רז"ל איז געווארען סאטמאר רב אין וויליאמפעסט
ביז דעמאלטס פלעגען אלע סאטמארע שיינע יודען נגידים לויפען צו ווינער רב, און ער פלעגט זיין אריינגעמישט אין יעדע קעיס אין וויליאמסבורג, שלום בית מחלוקת וכו'
בד"וו איך קען נישט דערליידען זיין שטימע, סהערט זיך ווי א פרוי

טוה אהן הערנער מיין פריינט, קרעקער עז איט'ס בעסט, האסט געפונען עפעס?
לייג ארויף א בילד פון דיר, לאמיר עס גרינטלעך אנאליזירן.

הערליכע אשכול, די עולם האט הנאה, שרייבט שיינע תגובות, מוזן אלץ קומען די חכמים און איבערצייגן וואספארא טרויל'ס זיי זענען.

לאז כאטש איין אשכול אומ'אנגעגרעבצט.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]אדונינו[/tag] כזעה האסט געלייקט יעדער תגובה אין די אשכול. כוויל דיר מסביר זיין אויפן שפיץ גאפעל וואס מיינט א לייק
סמיינט אז האסט הנאה געהאט אין זאגסט שקויח, אז טיילסט יעדער רגע לייקס גייסטו מאכן פארלירען די גלאנץ פון א לייק, הער אויף
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

בעל מדות האט געשריבן:איינע פון די גאר אנגעזעענע רבנים וואס קריגן הערצה און שעצונג ביי רוב שיכטן און שאטירונגען.

שאטירונגען? ליין איך גוט? וויליאמסבורג איז א שאטירונג?
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך קען אים נישט פערזענטליך אבער איך קען יונגעלייט וואס זענען דבוק אין אים און זאגן מיר כסדר זאכן וואס ער האט געזאגט און געהייסן. איך בין ממש מקנא זיינע חסידים וועלכע האבן א מורה דרך מיט א שכל הישר און א יראת שמים.

ער איז אויף א יוניק פאזיציע זייענדיג א מנהיג פון א קהילה וואס האט נישט קיין פאליטישע חשבונות מיט קיינעם. אמת, אז ער איז שוין נישט אזוי פאפיולער מיט זיינע דרשות ווי אמאל, אבער ווען מ'דארף אן ערענסטע רב זאל אויפטרעטן ערגעץ איז ער די בעסטע קאנדידאט.

אפאר אינטערעסאנטע פונקטן.

זיינע מיידלעך פלעגן ארויסגיין פון קלאס ווען מ'האט געלערענט חומש (אין וויען לערנט מען חומש)

ראש השנה נעמט אים עטליכע שעה צו דאווענען שטילע שמונה עשרה (בכלל דאווענט ער לעצטענס זייער לאנג)

מ'קען אים זעהן וואקן אליינס אין גאס

ביז לעצטענס פלעגט ער גיין צום טיש פון יעדע רבי וואס איז געקומען קיין וויליאמסבורג
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך mevakesh »

באמת איז מסתבר אז זיין נישט מצליח זיין האט נישט מיט איהם נאר מיט זיין שלעכט מזל אז ער וואינט אין די עיר הנדחת וויליאמסבורג וואס דאכטס זיך חוץ סאטמער רב האט נאך קיין איין רב נישט מצליח געווען כידוע
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ער לאזט נישט טראגן פאר זיך מיטן עירוב.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך mevakesh »

ליפא האט געשריבן:ער לאזט נישט טראגן פאר זיך מיטן עירוב.

דאכט זיך אז דאס איז פשוט פאליטיש זיך צו האלטען אינדערויסען פונים מחלוקת נישט הלכהדיג
אנהייב פרשת העירוב איז געווען אן ערענסטע קלער אז ער זאל גאר זיין בעל מכשיר
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער גייט תכלת, אבער ווען זיין זין האט אים געוואלט נאכטון האט ער נישט געלאזט,
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

הערליך באשריבן [tag]בעל מידות[/tag]. איך פאל גאנץ אסאך מאל אריין ביים וויענער רב שליט"א, ס'איז ממש א געשמאק צו הערן א שלוש סעודות תורה אדער פרקי אבות. זיין דרוש איז הערליך און וועג פון אראפלייגן א זאך איז זיס און געשמאק.

פערזענליך איז ער גאר א וואוילער מענטש, ער געט פאר יעדעם רעספעקט און געט אוועק פון זיין צייט פאר אלעמען. ווען ער פאר פון וויליאמסבורג צו בארא פארק אדער פארקערט הייסט ער זיין דרייווער זיך אפשטעלן אויפצונעמען היטשעס. איך אליין האב אמאל געכאפט א היטש מיט אים.

איך זעה נישט אז זאל זיין אזא "דורכפאל". ס'איז נאך אלץ די גרעסטע כבוד פאר א דינער אז וויענער רב איז נואם הכבוד. ער האט געהאט צרות אין זיין ישיבה און אנדערע דורכפעלער, אבער ער פאר זיך איז נאך פונקט אזוי חשוב אין יעדעמ'ס אויגן, און ס'איז א זכי' אז מיר האבן אין וויליאמסבורג אזא רב מיט ענדליכע שטריכן פון די אמאליגע אונגארישע גדולי ישראל.
פארשפארט