די פרייליכע סליחות באוועגונג
די פרייליכע סליחות באוועגונג
ווי דער עולם זעהט איז לעצטענס ארויסגעוואקסן אסאך אזעלכע וואס האבן געזאגט גענוג צו דער ביטערער וויינעדיגער סליחות, דאס אויפשטיין פינעף אזייגער לויפן אין מקוה דערנאך מיט די נאסע פיאות און האלב פארשלאפענע אויגן מיט די קישן אויפן באק איז נישט א דבר השוה לכל נפש, שוין צייט פאר עפעס אנדערשט, עפעס וואס רעדט צו די אמעריקאנער עולם.
ווי שוועמעל נאך א רעגן האט זיך צושפרייט קאלירפולע מעלדונגן פון פילע סליחות קאנצערטן, זה בכה וזה בכה, רוב פרובירן זיך צו פארופן נאך קאלבאך סטייל און אנדערע נוסח עירמאנט, יעדער מיט זייערע קלאפערס זינגערס און שפילערס פארשטייט זיך מלא אהבה כנהוג.
צו ס׳איז די ריכטיגע זאך לאזט זיך דעבאטירן אבער מ׳צווינגט קיינעם נישט א טייל צונעמען אין די סליחות צערמאניעס, דאס איז זיכער אז צענדליגער אידן זאגן (אדער הערן) סליחות צום ערשטן מאל נאר א דאנק די עקסייטינג סליחות סעלעברעישאן.
ס׳דערמאנט פון אומאן ווי צענדליגער וואס האבן געהאט קנאפ נערווען צו די גאנצע ראש השנה נערוועזיטעיט פון די וויליאמסבורג טיפ אידן פלעגן זיך ארויסלאזן קיין אומאן מיטן בארעכטיגער טענה אז דער צדיק האט געהייסן זיין ראש השנה דארט, ס׳פלעגט זיך הערן אזאנע ווערטער פון זיי כאילו זיי זענען גאר אלטע ברסלב׳ע חסידים נאך פון די צייטן פון רבי מיכל דורפסמאן, זיי זיכן נאר מקיים צו זיין ׳דעם רבינ׳ס זאך׳, אבער דארט און אומאן פלעגט מען נישט אריינטרעטן אין שול, ווייל דער עיקר איז צו זיין ביים רבין, ׳הראש השנה שלי׳, ביז ס׳איז געקומען אזעלכע אידן ווי הרב יואל לעבאוויטש מ׳פעסט, און בערי וועבער זיי האבן געמאכט א מנין פאר זיך, פארשטייט זיך אז דער עולם איז שוין איינמאל געלאפן און שול, נו דאס איז דאך זיכער א געוואלדיגער אויפטו, וכן בדידן.
ס׳לאזט זיך נאר קלערן צו פאר זייערע קינדער וועט אויך געפעלן די סטיל סליחות, גאנץ מעגליך אז פאר זיי וועט די סליחות זיין עפעס נישט ארגינעל, זיי וועלן זיך דערוויסן פון עפעס א אלטער וויליאמסבורער סליחות נוסח, עפעס אזא וויינעדיגער, מיט א על הבוקר׳דיגער ערענסקייט, קען זיין אז דאס וועט זיי מער ציען און וועלן אנאנסירן מעלדונגן אז ביי זיי גייט מען סעלעברעיטן די ׳אלד אריזשענעל סליחות׳, מיט א בעל תפלה ווי דער מטה אפרים ברענגט, אנע מוזיק.
די פארגאנגענהייט האט שוין אזאנס באוויזן ווען דער צווייטער דור נאכן קריג איז צוריקגעקראכן צום מקור, צוריקברענגענדיג די אלטער פרומקייט פון איירופע כאטש פון זייערע עלטערענס געפיראכץ און פון די חינוך וואס זיי האבן באקומען איז דאס געווען גענצליך אום ערווארטעט, גאט זאל אונז אבער באהיטן ווען די אייניקלעך- די קינדער פונעם צווייטן דור זאלן ווערן שטערקערע אכשר דרא׳ניקעס אזוי ווי ביי אונז דער דריטער דור נאכן קריג, זייענדיג פרומער פונעם פויבסט.
ווער ווייסט, אפשר וועלן זייערע אייניקלעך נאך נאכשרייען אונזערע קינדער פארן טראגן מיטן עירוב?
דאס נישט ווייטע פארגאנגענהייט האט שוין באוויזן דאס זעלבע, אפשר חזרט זיך דאס יעצט איבער???

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
- האט שוין געלייקט: 795 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: די פרייליכע סליחות באוועגונג
אינטערעסאנט אז ליפא וואס האט הינדערט טויזענט פאלאערס האט א זעלטן קליינע עולם, איך האב מורא אז דער גר גאלדשטיין איז גערעכט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עזריאל: דיין פתיחת האשכול דערמאנט מיך פון א געוויסע חסידות וואו מ'זאגט אלע ניגונים מיט א טרויעריגן ניגון פון סליחות. אנגעהויבן פון לכה דודי. אדורכגייענדיג כל מקדש שביעי. ביז א-ל מסתתר. לאמיר זיך פארשטעללן אז הרב הצדיק ר' אייזיק ספינקע'ר שליט"א דאוונט פאר'ן עמוד קבלת שבת מיט א קול בוכים. און ער זאגט לכה דודי...לקראאאאת כאאאלאה מיט דעם זעלבן ניגון וואס ער האט געזאגט דעם הספד ביים ציון פון זיין טאטן דער ספינקא רבי זצ"ל...! אדער כל מקדש שביעי אדער מנוחה ושמחה...! די אידן פון דעם געוויסן חסידות (ס'איז א רוסיש חסידות) דארפן טוישן די ווערטער אין זייער סידור. שטאטס זמירות לשבת, דארף דארט שטיין סליחות לשבת...!
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: די פרייליכע סליחות באוועגונג
די דריטע קליפ איז יואלי ליובאוויטש אין ביהמד אור חיים פין שיינער אין פארשעי
דאס מענטשעלע שפילט........
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
די פרייליכע סליחות באוועגונג
מזונגט עפעס הוללות ?! מזינגט ווארעמע ניגונים , אפשר די כלי זמר איז א נייע זאך אבער זינגען פון א חזן מיט משוררים איז א אלטע זאך.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
Kool man האט געשריבן:אין מיין האמבעל אפיניען, סליוחת איז געמאכט צו איבערבעטען דעהם הייליגען באעפער אויף וואס מ'העט אנגעווערטשאפט אגאנץ יאהר, און ס'איז גאהר פשוט אז מ'בעהט זיך כעני בפתח טאטע איך שעהם זיך פון דיר, זיי מיר מוחל, ווען איינער אהל קומען צום קעניג אדער צום טאטען מיט א גאנצע געזאנג און שמחה גדולה, טאטע איך האט געזינדיקט פאר דיר, וועט איהם דער טאטע ארויסשליידערען פון פענסטער.. אזוי האט מען געזעהן ביי אלע צדיקים, און אזוי שטייט אין אלע ספרי מוסר, און דאס איז אין די נוסח פון סליחות זעלבסט, מיט צובראכענקייט [נישט אויסמישען מיט מרה שחורה] ח"ו, מיט הכנעה וענווה, נישט מיט גאווה'דיקע הוליערייען און קאנצערטען אנשטאט א בקשת סליחה..
איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
אפשר איז תשובה א מצות עשה דאוריתא אוון זיי פרייען זיך אז זיי זענען מקיים א מצוה?
ס'איז נישט אזוי אפגעפרעגט ווייל פאר די זעלבע סיבה איז יום כיפור א יום טוב....
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך מיין ס'איז גראדע א גיטע זאך (נישט אז איך דארף דאס האבן)
תשיבה איז ווערן נענטער, זיך צוריק קערן צום טאטען אין הימעל
היינטיגע צייטען איז ביי אסך דער געדאנק פין מרירות אזאך וואס איז מרחק בטבע
איך קען זעהן אז ביי א גרויס טייל נאך אזא סליחות זאל מען דאווענען בעסער אדער רעדען ווייניגער לשה"ר
דאס עם'עראצעס איז דא, וואס וועלן מיר טון דערוועגן? וועלן מיר זיי אויסשליסן פין כלל ישראל אדער וועלן מיר זיי ברענגען נאנטער.
ביז וואו לאנג דאס איז נישט קעגען הלכה - און ס'איז מקרב אידען, איז דאס צו באגריסען

Kool man האט געשריבן:איך וויל נישט מקטרג זיין, זיכער מיינען זיי אלע גוט, אבער דאס איז א חלק פון די מגושם'דיקקייט און עם'עראצעס וואס האט לעצטענס אנגעהויעבן בושעווען אין די גאסען אויף כוח.
דאס עם'עראצעס איז דא, וואס וועלן מיר טון דערוועגן? וועלן מיר זיי אויסשליסן פין כלל ישראל אדער וועלן מיר זיי ברענגען נאנטער.
ביז וואו לאנג דאס איז נישט קעגען הלכה - און ס'איז מקרב אידען, איז דאס צו באגריסען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel