געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]שטילע אינגערמאן[/tag],
זייער זייער שיין.
געבט גאר אן אינטרעסאנטע בליק איבערן אידישן לעבן אין אלטער היים.

דער לעצטער ארטיקל האט בארירט די טיפסטע סטרונעס פון מיין הארץ, אזש מיינע אויגן האבן באלד געוואלט לאזן פאלן א טרער.

יישר כוחך ר' שטילע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינט סאלטעס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך רייב מיר די אויגן. כ'לייען ריכטיג?
בערל באלעגאלע מיט א גאלעקסי S6 ??
לא יאומן.

זאגסטו אז קאפויער משה איז אויסגעקומען משה קאפויער. מאדנע.

ס'נישט א איך קענמיך אויס מיט די אלע טשאטשקעס און פיטשעווקעס און עפפס. זאללן זיי מיר זיין געזונט. איך קען קוים אריינלייגן קאנטעקטס און רעדן אויפ'ן פאון. א סאך מאל טראכט איך. וואס האט מיר אויס געפעלט אזא שיינע טוי. נאר, אז מ'געט, נעמט מען... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עזריאל: ייש"כ פאר די עצה טובה. נאר איך האלט נאכנישט דארט. אפשר אין א יאר ארום אי"ה... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:עזריאל: ייש"כ פאר די עצה טובה. נאר איך האלט נאכנישט דארט. אפשר אין א יאר ארום אי"ה... :lol:

נישט גילטיג און א יאר ארום. עסט שוין אידזשויען דיין גאלעקסי S7 י (free) טוי.
א געלעכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:05 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך א געלעכטער »

לבי אומר לי אז די גאנצע מעשה איז א bluf
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

עיני אומרים לי אז ס'איז אמת. כ'האב געזעהן די צעטלעך פון שטילע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

און אונזערע קינדער וועלן בהכרח וויסן אז עס איז אמת, ווייל זיי האבן עס געזען אויף קאווע שטיבל... נאר ווער די לץ איז, דארף מען קלאר מאכן. (שטילע, דער זון, דער טאטע, אדער גאר א פערטער. ימים ידברו...)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מיין הער, פארוואס אין די פריקין וועלט זאל איינער דא וועלן חוזק מאכן פונעם עולם? באמת, איך וויל עס פארשטיין. יעדער מאל איינער עפענט עפעס א מיסטריעזע אשכול דארף מען מאכן די גענאר פון יענעם. לעצטענס האב איך ארויפגעלייגט א פרעזענדליכע מעשה און אפאר לצים קומען מיר אריין אין אישי סעקירן. ווט"פ איז ראנג מיט מענטשן? איך דערצייל א מעשה, ווייל איך וויל מיטטיילן מיט חברים מיין עקספריענס מיט עפעס. פארוואס דארף איך דארף צאלן א פרייז מיט הערעסמענט פאר'ן ארויף לייגן שטאף צו ליינען?

אויב גלייבט מען נישט עפעס וואס איינער שרייבט אנליין, וויש אפ די נאז און גיי ווייטער. וואס עפעס חוזק מאכן. וואס קען שוין זיין די כיטרע אגענדע חוזק צו מאכן פון דיר? #פאראגוטגעבענשטיאר
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

קוק נאך די ערשטע אותיות, וועסטו טרעפן דעם באהאלטענע מעסעדז....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפשר לייגט מען אריין אביסל דערפון אין די סוכות אויסגאבע? אפשר אין פארזעצונגען אין די קומענדיגע אויסגאבעס?
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר

שליחה דורך סביב העולם »

ריכטיג האט געשריבן:אפשר לייגט מען אריין אביסל דערפון אין די סוכות אויסגאבע? אפשר אין פארזעצונגען אין די קומענדיגע אויסגאבעס?

וואס עפעס ווארטן אזוילאנג אינז ווילין שוין נאך...

.
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כהאב געגעבן קאפיס פאר גאנץ אפאר ניקן חשובים, זיי האבן נישט צירוק געשיקט געדריקט,
כהאב געטוען מיינס
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שוין [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] קענסט מיר אריין שיקן איין ארטיקל איך וועל עס בלי"נ אויפקלאפן ASAP און אויב עס וועט נישט זיין צו שווער וועל איך נעמען נאך.
ווי אויך ווילן מיר אפעלירן צו אלע חשובע ניקס וואס האבן באקומען פון שטילע שטאף אויפצוקלאפן זאל עס ביטע טוהן ווי אמשנעלסטן און צוריק שיקן במהרה דידן.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

רבותי, you don't know what your missing
כהאב יעצט פשוט געוויינט נאכן ענדיגן ליינען א ארטיקעל,
דאס ליגט סחורה ארויס צו געבן א גאנצע בוך, אין דערמיט גרויסען אונזער שטיבעל
כהאב אבער נישט קיין צייט דערפאר, כהאלט פאר פסח קען מען ארויס געבן א הערליך קונטרוס, ווער קען זיך אינטער נעמען?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כ'וויל דאנקען מרת שטילע פאר צו העלפן מיט דער ארטיקעל, זי האט מיר אונטערגעזאגט בשעת איך האט געטייפט. כ'וויל בעהטן די נשים צדקניות זאלן זיך באדאנקען פאר מיין בעטער העלף, געפילטע דו קענסט אויך דאנקען

די ספירה טעג פון פסח צו שבועות זענען אין די אידישע שטעטלעך געווען אביסל נישט איינגענעם, מען האט נישט געטארט הערן שפילן, נישט זיך באדן אין טייך און נאך אסאך זאכן, דעריבער ווען עס איז געקומען ל"ג בעומר איז געווארן א שטיקעל יו"ט, די חסידים האבן געטרינקען לחיים, מען האט געמאכט א שטיקעל סעודה, עס איז אויך די יארצייט פון ר' שמעון בר יוחאי זייער תנא פון די גמרא. די פראסטע אידן האבן אויך געפראוועט א שטיקעל יו"ט, מען האט נישט געזאגט תחנון, אבער פאר אונז קליינע קינדערלעך אין חדר איז דאס געווען די גרעסטע יו"ט, דאס גרעסטע פארגעניגן מיר האבן געקענט האבן איז געווען ל"ג בעומר. דער רבי האט אונז אנגעזאגט אז מיר וועלן גיין מארגן אין וואלד אריין, מיר זאלן זיך צוגרייטען מיט עפעס צו עסען ווייל מיר וועלען זיין א גאנצע טאג אין וואלד. נו, דארף מען עפעס בעסער ווי צו זיין א גאנצע טאג אין וואלד? מיר אינגעלעך האבן באקומען פון די מאמע געקאכטע אייער מיט בייגלעך און פוטער מיט א פלעשל מילך, און נאך בעסער איז געווען ווען אין שטוב איז פונקט נישט געווען די זאכן און די מאמעס האבן מיטגעגעבן עטליכע גראשען אז מיר זאלן עפעס איינקויפן, דאס האט מען געקענט אויסגעבן אויף וואס מ'האט געוואלט אן די מאמע זאל וויסן.

צעהן אזייגער אינדערפרי נאכן דאוונען האט די רבי געהייסען אונז אינגלעך נעמען די פעקלעך עסען און מיר זענען געגאנגען מיט די האלצערנע ביקסן אויף די פלייצעס אין וואלד אריין. דורך די שטאט זענען מיר געגאנגען און געזינגען פריילעך מיטן שטאלץ, מיט אונזער רבי אין שפיץ, אבער ווען מיר זענען געקומען אביסעל ווייטער פון די אידישע גאס ווי עס וואוינען די גוים האט דער רבי זייער מורא געהאט, און פון מורא איז ער כמעט נישט געגאנגען נאר געלאפןו און מיר אינגלעך נאך איהם, ווייל מיר האבן מורא געהאט פון די הונט פון די גוי'שע גאס, און אויך פון א שטיין פון וועלכע א שייגץ קען ווארפן, אזוי האט די גאנצע פרייליכקייט זיך אפגעטאן, אויך האט די זינגען זיך אויפגעהערט, און טאקע נישט איין מאל האט זיך געטראפן א אינגעל זאל אהיים קומען מיט א צובליטיגטען פיס אדער צוריסענע הויזן, ווייל די ערשטע ביל פונעם הונט איז די רבי געווען די ערשטע צו לויפן אין אונז נאך איהם.

און דאס פלעגן די שקצים גוט אויסניצן יעדע יאר ווען מיר זענען געגאנגען אין וואלד, אסאך מאל פלעגן מיר נאר ווארפן די פעקעלע עסען צום הונט, אבי ער זאל נישט בילן. אבער בעסער איז געווען ווען מיר זענען אנגעקומען צום וואלד, דארט איז שוין נישט געווען קיין מורא, דער שומר פון וואלד פלעגט באקומען פונעם רבי א פעקעל ציגערעטלעך און ער האט אונז געלאזט ארום לויפן און אויך האט ער צוגעבינדען זיין הונט צום קייט. דאס אהיים גיין צוריק אין שטאט איז געווען די זעלבע צרות ווי אינדערפרי, די שקצים מיטן הונט האבן אונז אפגעווארט אין די גוי'שע גאס, קיין פעקלעך מיט עסן צו ווארפן צום הונט האבן מיר שוין נישט געהאט, און דער רבי האט געהייסן לויפן גיך, און אזוי זענען מיר טאקע געלאפן און געפאלן און זיך צוקלאפט, אבער ווען מיר זענען צוריקגעקומען אין די אידישע גאסן איז צוריק געווארן שמחה.

דער עפיזאד כ'וויל דא דערציילען איז געווען איו 1882 ווען עס האט זיך אנגעהויבען באווייזען אין די קליינע שטעטלעך די בונדיסטישע באוועגונג, און אסאך אינגעלייט האבן אין געהיים גע'דרשנ'ט פון פאצעליסטישע אידעיאן.

צו מיין רבי ווי איך האב געלערנט חומש איז פאר ל"ג בעומר אריין געקומען א בחור, זיין נאמען איז געווען ליבוש. ער איז געווען א ארנטליכע בחור און געקאנט אביסעל לערנען, אין שטעטל איז ער געווען א לעהרער פון די קליינע קינדער צו לערנען שרייבען רוסיש און אויך אביסל רעכענען.

ליבוש האט געזאגט פארן רבי ער וויל גיין מיטן קינדער ל"ג בעומר אין וואלד און פארברענגען מיט אונז דעם טאג, דאס טוט ער ווייל ער האט ליב די קינדער און וויל זיי געבן אביסל פארגעניגן. דער רבי האט זיך צוגעכאפט דערצו, ער וועט נישט דארפן האבן מורא פאר די הונט מיט די שטיינער. ליבוש האט פאר די זאכן נישט מורא, ער קען א שטיין צוריקווארפן טאמער פעהלט אויס, און פאר א הונט איז דא א שטעקן, ער וועט מיט די אינגלעך נישט דארפן לויפן גיכער, וועגען די שקצים אנטלויפן פאר איהם, און דאס האבן אונז אינגעלעך זייער געגליכען, און מיר זענען געווען זייער צופרידען צו גיין מיט ליבוש איידער ווי מיטן רבי.

ל״ג בעומר אינדערפרי, ליבוש האט אונז אויסגעשטעלט צו צוויי אינגלעך אין א שורה, נישט איינער נאכן צווייטע, און אונז געהייסען גיין גלייך, נישט מורא האבן פאר קיין שגץ אדער פאר די הונט, ער וועט זיך שוין א עצה געבן מיט די זאכן. און טאקע אזוי איז געווען, זיין שטעקן אין די האנט מיט די זיכערע טריט האבן געווירקט און די שקצים האבן זיך ווי נישט באוויזען און זיך נישט אפי' געפריווט צו באווייזען.

ביי אונז קינדער איז געווען א זיכערע זאך אז אין וואלד איז דא א וועג א געהיימער צו ארץ ישראל.... מען האט דערציילט אז די קאזעס וואס פאשען מיט די שאף אין וואלד קענען די וועג און גייען טעגליך קיין ארץ ישראל, עסען זיך דארט אן מיט די באקסערן, טייטלען, פייגן, און קומען צוריק מיט פולע פלעשער מילך, אבער ביז משיח'ס טאג וועט קיינער נישט וויסען די וועג קיין ארץ ישראל. אזוי האבן מיר קינדער געגלייבט, און יעדער יאר ל"ג בעומר זענען מיר קינדער ארום געלאפן די וואלד זוכן די וועג קיין ארץ ישראל...

יעצט אז מיר קינדער האבן געהאט ליבוש מיט אונז, א גיבור וואס שרעקט זיך פאר גארנישט און באווייזט גבורות, האבן אונז איהם געפרעגט טאמער קען ער אונז ווייזען די וועג צו ארץ ישראל. ליבוש האט אונז גענטפערט אז ער קען אונז ווייזען די וועג און אונז פיהרן קיין ישראל.... אבער פאר דעם דארף ער עפעס פון אונז. ער וועט געבן פאר אונז קינדער א קליין פעקעלע וואס ער וועט ביי אונז צוריקנעמען ווען מיר קומען אן אין שטאט אריין, אבער מיר טארן קיינעם נישט זאגן וועגען דעם פעקעלע, נישט פאר די עלטערן און אויך נישט פאר די רבי, און טאמער וועלן מיר איינהאלטן וועט ער אונז נעמען יעדע שטיק צייט אין וואלד, און איינמאל אונז ווייזען די וועג קיין ארץ ישראל.

אימיטן זיך שפילן אין וואלד איז ליבוש אוועקגעגאנגען און עפעס גערעדט מיט אנדערע מענטשן וואס אונז אינגלעך האבן נישט געקענט און קיינמאל נישט געזעהן. ער איז צוריקגעקומען מיט אסאך קליינע פעקלעך און דערלאנגט פאר יעדע קינד א פעקל און עס אריין געלייגט ביי אונז אין טאשקע פון די הויזן, און דערביי נאכאמאל אנגעזאגט אז אונז זאל נישט רעדן דערוועגן צו קיינעם, און תיכף ביים אנקומען אין שטאט זאל מען אלץ צוריקגעבן.

מיר קינדער זענען געווען צופרידן פון די זאך, עס איז געווען ביי אונז א פארגעניגן אז מיר זענען אויך עפעס ווערד אין די זאך, כאטש מיר האבן נישט געוויסט וואס איז אין די פעקלעך, אבער מיר האבן פארשטאנען אז אונז העלפן ארויס מיט עפעס וואס ליבוש טאר נישט טראגען ביי זיך ווען ער קומט פון וואלד, אבער מיר קענען דאס יא טראגן. (דאס איז געווען זיין גאנצע ארבייט פון גיין מיט אונז צום וואלד כדי אפצונארן די פאליציי און מיטברענגען פראקלימאציעס פאר די שטאטישע בונדיסטען.)

מיר זענען פארנאכט אין שטאט צוריקגעקומען מיט די פעקעלעך אין די קעשענעס, דער וועג איז געווען פריי פון שקצים און הונט, ווען מיר זענען געקומען אין שטאט האבן מיר צוריקגעגעבן די פעקלעך פאר ליבוש. אבער עס איז געשעהן א טעות, איין אינגעל האט געוואוינט לעבן וועג וואס מיר זענען פארביי געגאנגען און ער האט געוואלט גיכער זיין אין זיין היים, האט ער פארגעסען פונעם פעקעל און איז גלייך אין זיין היים אריין געלאפן. זיין מוטער האט איהם אויסגעטון צו אפוואשען פון שטויב פון וועג און זי האט געטראפן מיט איר קינד א פעקל פון פראקלעמאציעס וואס מען טאר דאס נישט האלטן אין קיין שום אידיש שטוב, זי האט איהם געפרעגט, ווי האסטו דאס גענומען? האט ער געזאגט אז ער האט דאס געפונען אויפן וועג, ווייל ער האט דאך געשוואוירען נישט צו זאגן אז מען האט איהם דאס געגעבן, אבער די עלטערן פונעם אינגעל האבן שוין גוט פארשטאנען אז דאס פעקל איז נישט געטראפן געווארן און נאכן געבן שמןץ פאר די קינד האט ער געזאגט די געשיכטע מיט ליבוש. זיי האבן געקומען די פעקל, גלייך אין פייער געווארפן און פארברענט.

צומארגנס איז די פאטער פונעם אינגעל געקומען צו חדר צום רבי'ן מיטן רב פון שטאט, און זיי האבן זיך באהאלטען אין צווייטן ציממער און זיך דורכגעשמועסט וועגען די זאך, די רבי האט באלט געשיקט נאך ליבוש און מיט איהם זיך געקריגט און געשריגען, אבער ליבוש האט דא גאנץ געלאסן גענטפערט אז מען מוז טוען וואס איז נאר מעגליך צו טוען כדי צו ברענגען א בעסערע צייט פאר אלע מענטשן, און אויב מ'קען די פאלציי אפנארן זעהט ער נישט פארוואס ער זאל דאס נישט טוען, יעדער דארף צו דעם מיט העלפן, ער שטעלט איין זיין לעבן און זיין פרייהייט פאר יעדער איינער, און פארוואס זאלן אנדערע אויך נישט אנשטרענגען מיט עפעס? ער וועט עס ווייטער טוען אויב עס וועט זייך נאך א געלעגענהייט האט ער געזאגט.

דער רבי האט געזאגט אז ער וועט שוין מער נישט געבן די אינגעלעך אין זיין רשות, און נישט לאזן איינשטעלען די קינדער אויף א אומגליק, אבער מיר אינגעלך זענען געווען גרייט נאכאמאל צו גיין מיט ליבוש אפי' אין עק וועלט איהם צו ברענגן אזעלכע פעקלעך וואס וועלן ברענגען עפעס גוטס אויף די וועלט.

עס איז אוועק א האלבע זוממער, עס איז געקומען תשעה באב. דאס טאג תשעה באב פלעגן אלע אידן גיין מיטן רב אין שטעטעל אויפן בית עולם, דאס בית עולם איז געווען נישט ווייט פון די וואלד וואס ליבוש האט אונז גענומען ל"ג בעומר די פעקלעך צו טראגן, מיר אינגעלעך האבן אפעגלאכט פונעם גאנצע מעשה אין געבעטן ליבוש ער אליין זאל נאך תשעה באב אונז נעמען נאכאמאל אין וואלד אין ווייטער געבן די פעקעלעך צו ברענגען אין שטאט אריין, און מיר וועלן דאס מאכן אין בעסטען וועג... אבער ליבוש האט דאס נישט געוואלט טוען און אונז געזאגט
אז מיר וועלן עלטער ווערן וועט ער אונז געבן ביכער און צייטונגען און נאך זאכן וואס מיר קענען טוען צו העלפן די אידישע פאלק צו זיין באפרייאונג.

מיט דער צייט האבן מיר אינגעלך זיך צוטיילט. אסאך זענען געווארן ציונים (ווי מיר די שרייבער פון די שורות) און אוועקגעגאנגען קיין ארץ ישראל, נישט דורך די וועג פון די וואלד נאר די וועג פון דעם חלוץ, און א טייל אינגלעך זענען אוועק קיין סיביר. ליבוש איז אויף די עלטער געווארן א קאמיסאר ביי די באלשעוויקען.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טעות
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: געטראפן א אלטע גאליציאנע אוצר

שליחה דורך א איד »

שטילע קענסט דאך אראפשרייבן אן ארטיקל, און עס אריינלייגן אינעם פה-סח 2
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט