דער פילקע שפיל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

דער פילקע שפיל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]זינט דעם שפיל וואס איך האב געהאט אלס קינד הערט מיך נישט אויף מיין מחשבה צו פייניגן מיט דעם געפיל. איך שפיר כסדר זיך פארראטן, די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום דעם שפיל. איך וויל מיטיילן מיט די עולם מיין רעיון, און איך גלייב אז א ריזן חלק וועט דאס טרעפן אינטערסאנט. מעגליך אז טייל וועלן דאס איגנארירן, און טייל וועלן מיך אפווענדען. און טאקע דערפאר שמעו נא רבותי, זאגט מיר אויב דאס איז סובסטענשעל און אויב עס ליגט סובסטענס אין מיינע רייד:

אט הערט דעם שפיל:

עס איז געווען צוויי טיעמס, איין טיעם האט געהייסן ראובן און דער צווייטער טיעם האט געהייסן שמעון. מען האט גענומען 10 מעמבערס פון יעדן טיעם, און דער שפיל איז געגאנגען ווי פאלגענד: מען גייט צובינדן די אויגן פון יעדן מעמבער, און בעפאר מען בינדט זיי צו די אויגן ווייזט מען זיי א פארשפיל: מען לייגט אראפ 20 פילקעס (באללס) אינמיטן די זאל, און דער שפיל גייט גיין, אז מען גייט האלטן אינאיין צולייגן פילקעס, און לויט וויפיל פילקעס יעדער מעמבער גייט טרעפן אזויפיל פוינטס גייט זיין טיעם באקומען. די מעמבערס דארפן קריכן אויף אלע פיר צו זיכן נייע פילקעס. און דער שפיל האט זיך אנגעהויבן. די מעמבערס זוכן און נישטערן, אבער טרעפן גארנישט. דער קאנצלער האלט אינאיין אפדעיטען די מעמבערס אז דער טיעם האט שוין געטראפן ככה וככה. אבער וואס אן אמת איז, אז מען האט צוגענומען אלע פילקעס ווען מען האט זיי פארבינדן די אויגן, און מען האט בכלל נישט געלייגט קיין פילקעס אויפן פלאר!! די מעמבערס האבן נישט געוואוסט פון איינער דעם צווייטן. און האבן געוויס געמיינט אז דער אנדערער טרעפט, יענער טיעם וואקסט, און נאר ער האט גארנישט געטראפן.. ביז דערווייל האבן זיי אלע געזוכט פאר גארנישט, און קיינער האט גארנישט געטראפן. און בערמה האט מען זיי אלע פארנארט..

דער שפיל חזר'ט זיך איבער נאכאנאנד. עס שפילט זיך איבער אין יעדן מקצוע אין דער וועלט. אנגעהויבן פון די נאציאנאלע ביאגראפיע, היסטאריע, מעשות, פארש ארבעט, אנאליזן, פאולס, אנקעטעס, ביז צו אונזער פריוואטער אידישער לעבן. יעדער שפילט דעם זעלבן שפיל. טייל שפילן דאס אומוויסענד, און טיילן שפילן דאס במזדון. א חלק בערמה, און א חלק באונס. אבער אז מען צונעמט אויף שטיקלעך - מיר וועלן עס רופען אין אונזערע ארטיקל - 'דער פילקע שפיל', וועט זיין צו שטוינען עד היכן הדברים מגיעים. לאמיר נעמען א פשוט'ער ביישפיל פון אונזערע אייגענעם לעבן, לאמיר עס באטראכטן, ארומדרייען און נאכדעם וועלן מיר פראבירן צו גיין העכער.

א אינגערמאן קומט אין ביהמ"ד און זעט א צעטל אויפן לוח המודעות: 3,400 אינגערלייט האבן זיך שוין פארהערט מסכת סוכה, אייכה? אייסערט זיך די פלאקאט. א צווייטער צעטל מיט מער א בייסיגער טאן לויטעט אזוי: 90 פראצענט פון אידישע פרויען האבן שוין נישט קיין סמארטפאון, ווען וועט איר דאס טון? א דריטער אדווערטייזמענט שרייבט קאטעגאריש: די סטאטיסטיק ווייזט אז 65 פראצענט מענטשן וואס האבן גענוצען די שעמפא איז זייער האר צוריק געוואקסן. האט איר אמאל אריינגעטראכט וואס דא געשעט? 'א פילקע שפיל'. די איבריגע 2,500 אינגערלייט וואס האבן זיך נאכנישט פארהערט מסכת סוכה זיכן מיט וואונדער ווער די אינגערלייט זענען. און די 3,400 אינגערלייט וואס האבן זיך געדארפט פארהערן ווייסן נישט אז זיי זענען די אינגערלייט. קיינער ווייסט נישט פונעם צווייטן!! יעדער מיינט אז דער צווייטער הייבט אויף די פילקעס. און ביזדערווייל, גארנישט. קיינער קען נישט וויסן וויפיל פרויען באמת האבן נישט קיין סמארטפאון. און קיינער איז נאכקיינמאל נישט נאכגעגאנגען די סטאטיסטיק פונעם שעמפא. דער מענטש ווייסט נישט אז מען האט אים אליין גענוצט פאר די סטאטיסטיק. אזוי קען מען האבן טויזענטער ביישפילן פון אונזער טאג טעגליכן לעבן.

פאליטישע פאולס, פאליטישע אנקעטעס, וועלטליכע עפיזאדן אלעס טראגט די זעלבע פנים. עס מיינט נישט אז קיינער הייבט קיינמאל נישט אויף קיין פילקעס. די ספעציפישע טעאריע איז מעגליך גערעכט אבער די ציפער, די אנקעטע איז פאלש. און דער מענטש וואס ליינט דאס 'ער אליין' איז א חלק פון דעם שפיל וואס יענער מיינט אז ער איז דאס. מענטשן זענען אזוי געוואונט צו דעם אז דאס איז ממש די חיונה פאר די בריאה. וואס? דו גלייבסט מיר נישט? איך האב א בילד! איך האב א טעיפ! אופפס!.., דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט ער האט א בילד און א טעיפ. האט שוין איינער אמאל געטראפן דעם טעיפ? אדער געבעטן דעם בילד פונעם מענטש? די באהאלטענע פאקטן שפילן אזוי גוט, אז געוויסע מענטשן וועלן מיר אפענטפערן, אז דו זעסט דאך אז די אנקעטעס זענען גערעכט געווען ווען מען האט געזאגט אז דאנעלד טראמפ איז הויעך, ווייל למעשה האט ער געווינען.

מענטשן גייען קיינמאל נישט נאך די פאקטן, קיינמאל נישט נאך קיין געשיכטעס, און קיינמאל נישט נאך די ווירקליכע נומער. דער פילקע שפיל ארבעט ווי א מאכטפולע פעריסוויל. קיינער ווייסט נישט פון דער צווייטער. נישט ווער די 'שרייבער זענען', נישט ווער 'די מענטשן אין די אנקעטעס זענען'. יא! מען קען אמאל וויסן ווער שרייבער זענען, און מען קען צומאל נאכגיין פאקטן און עס קען שטימען. איך רעד פון די ברייטער בילד, פון די 'מעדזשיק נומערס און פאקטן' געוואנדן לויט דעם פארפאסערס אמביציע.

די איינציגסטער מאל ווען דער פילקע שפיל ארבעט נישט, איז דאס ווען 'מען זעט דאס מיט די אייגענע אויגן'. בא וראה וויפיל זאכן איר זענט אליין איבערצייגט. די פאררעטערישע פילקע מיינט נישט, אז מען קען גארנישט גלייבן. ווייל אויב נישט איז דאך אויס וועלט. אנקעטעס צייגן אז די מעדעצין איז דוקא יא גוט, און מענטשן היילן זיך. די סטאטיסטיק ווייזט אז רוב ערעפלאנען קומען צוריק נאך א נסיעה בשלום. די סטאטיסטיק צייגט אז עס זענען דא מיליאנען קאר עקסידענטען יערליך. און טאקע פון די אומבויגזאמע פאקטן שפראצן ארויס די אומשולידיגע פילקע שפילס. מענטשן גלייבן אלעס! ווייל מען ווייסט נישט איינער פונעם צווייטן. און מען ווייסט נישט וואס נישט צו גלייבן.

מען קריכט אויף אלע פיר מיט א שמאטע אויף די אויגן, מען זיכט און מען זיכט און מען האט גארנישט געפונען. ביז מען זעט א פלאקאט אז דער מענטש גייט געוואונען. אזוי און אזוי איז געשען, דאס איז שיין ווייל 'יעדער' האלט אזוי, און דאס איז שלעכט ווייל 'יעדער' ווייסט דאס. אבער וואו זענען די מענטשן? וואו זענען די געשיכטעס?[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס זענען דא זאכן וואס מען קען נאכגיין. אבער אנדערע זאכן ווערן באשאפן מיט הוילע רוח הקודש. ווי למשל אז 90% אינגעלייט מיט א סמארטפאון זענען באהאלטענערהייט מחלל שבת. דאס איז דאך פון די הנסתרות לה' אלקינו, אבער די בעלי רוח הקודש ווייסן דאס יא.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס זענען דא זאכן וואס מען קען נאכגיין. אבער אנדערע זאכן ווערן באשאפן מיט הוילע רוח הקודש. ווי למשל אז 90% אינגעלייט מיט א סמארטפאון זענען באהאלטענערהייט מחלל שבת.

ט"ס.
צ"ל: הוילע רוח.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

PDF Format
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איז דאס געווען א קול קורא במדבר? אדער פשוט די עולם דיסעגרירט? געווענדליך באשאפן די רעאקציעס פון ניקים די גייסט פאר א פרושען ארטיקל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז נישט שייך זיך צו דינגען וכדומה, דו האסט ארויסגעברענגט דעם נקודה גוט - קליפ און קלאר. וועט דען איינער יעצט פרובירן צו זאגן אז וואס מ'פארקויפט אונז איז יא אמת?

אפשר ווען דו שרייבסט אויף אייוועלט וואלט געווארן פון דעם צען בלעטער אהין און צוריק, צווישן גלויביגע נאראנים און געריבענע דערוואגערס צו זאגן אנדערש ווי אייוועלט מעינסטרים, אבער דא אין קאווע שטיבל איז יעדער מודה כדבר פשוט צו דיינע ווערטער.

על כן יהיו נא בעיניך כאילו היה כל הקהל אומר בפניך: מודים אנחנו לך [תרתי משמע].
פארשפארט