א לעבן בדיעבד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

א לעבן בדיעבד

שליחה דורך בר-כוכבא »

אויב מען קען זיך פאר א רגע'לע ארויסרייסן פונעם הרגל החיים און אנקוקן די קולטור אין וועלכער מיר לעבן, טרעפט מען זיך מיט א מאדנעם, טראגי-קאמישן מהלך. אלעס וואס מיר טוען און טראכטן איז אוועקגעשטעלט אויף א יסוד איתן פון "בדיעבד". מען ווערט געבוירן בדיעבד, מען לעבט בדיעבד, מ'האט חתונה בדיעבד, מ'ארבעט בדיעבד, מ'דאוונט בדיעבד, מ'עסט בדיעבד, מ'לאכט בדיעבד און מען וויינט שטילערהייט, אויך בדיעבד.

חתונה האט מען צוליב צוויי סיבות. די ערשטע און פארמעלע: אויפצושטעלן אידישע דורות. די צווייטע און מער אמת'ע: ווייל אזוי טוט מען – אזוי טוט יעדער. ווער וויל דען זיין אנדערש ווי יעדן?

שטעלט מען צוזאמען מעכל'ן מיט רעכל'ן און אזוי לאנג ווי די עלטער-באבע איז אהערגעקומען פון אונגארן, פוילן אדער גאליציע און נישט פון רוסלאנד אדער ארגענטינע, איז עס א גוטער שידוך און מ'קען גיין ברעכן טעלער. אויב איז פאראן א "פראבלעם" מיטן בחור, מיידל אדער ערגעץ וואו פארווארפן אין דער משפחה, פארקירצט מען דעם יאר און מ'שטעלט צוזאמען תזריע און מצורע, און ווייטער א פאסיגער שידוך. אז דער בחור איז אין ישיבה און דאס מיידל קען הלכות מליחה און פארשטייט דעם חומר הענין פון פארבן דאס פנים, איז די זאך ווי געגאסן.

דער פאקט וואס סיי דער בחור און סיי דאס מיידל זענען (אויסער מעבל אינעם שוי-פענסטער פון א געזעלשאפט וואו א יחיד פארנעמט אזויפיל מקום ווי ערגעץ אנדערש א מילב) אויך מענטשן מיט רצונות, געפילן, מידות און נטיות איז בכלל נישט נוגע לעצם הענין. מען וועט דאס פארל אריינווארפן אין א לעכל ערגעץ וואו אין די שמאלע, איבערוואגיגע גאסן פון ירושלים דאמעריקע, און זיי וועלן זיך שוין אויסקומען. כ'מיין, זיי גייען דאך צו די חתן און כלה שיעורים פאר א סיבה, נישט אזוי?

דער עיקר איז, אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין א סך נחת, ס'זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד! אוודאי א קשר; ווען מען צווינגט צוזאמען צוויי היפוכים בלי שום טעם וחשבון נויטיגט זיך דער "קיימא" טאקע אין א פעסטן קשר וואס זאל צוזאמהאלטן די צוויי באונס וכפייה. אז נישט, וואס וועט די גאס זאגן? און די גאס, ווייסן מיר א כלל, פארנעמט דאס ערשטע פלאץ אין יעדער החלטה. דאס מציאות למעשה איז שוין א צווייטע זאך. מ'קען דאך נישט נעמען אין חשבון יעדן נארישן פרט!

אזוי האט מען חתונה – די וויכטיגסטע געשעעניש אין א מענטשנס לעבן – לכתחילה אויף אן אופן פון בדיעבד גמור.

פון חתונה האבן בדיעבד פאלט מען תיכף לברכה שחיטה אריין אינעם נעקסטן, לעבנס-לאנגען בדיעבד. דאס פארל ווערט אריינגעקוועטשט אין א כמו אכסדרה, וואס ווערט ווייטער צעטיילט אין א קאך, שלאף-צימער, און בעסקיסע – יעדע פון די אפטיילונגען גענוג גרויס צו דינען אלס שפייז שפייכלערס פאר מייז און מוראשקעס. פארן זכות פון וואוינען אין ווענט און נישט אויף דער גאס צאלט מען איין א חודש'ליכן פרייז וואס קיינער אין דער וועלט, אפילו מיט די עלעמענטארע קענטעניסן וואס פארלאנגען זיך אין דער ביזנעס וועלט, פארדינט נישט. אונזער יונגערמאן קען אפילו דאס אויך נישט און דאס ווייבל מוטשעט זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען א מאגערן טשעקל, וואס וועט אין בעסטן פאל מיט די לעצטע כוחות קלעקן אויפן רענט און בילס. (אויף מאנסי זאלסטו נישט חלומ'ען צו מופן, ווייל די עלטערן, וועמען דער "מידלייף קריזיס" האלט אינמיטן אויפוועקן פונעם בדיעבד-שלאף, האבן מורא זיך אויפאמאל צו טרעפן מיט זיך אליין).

אזוי פאלן מיר לכתחילה אריין אינעם ערשטן מקום מנוחה פון לעבן אויף א יסוד פון בדיעבד שבדיעבד.

פון דארט פאלט מען אריין אינעם אחריות וואס פארלאנגט זיך פון א טאטע-מאמע, וואס גייט ווייטער באופן בדיעבד למהדרין מן המהדרין. מילא דאס ווייבל, זי האט דאך שוין געארבעט אלס מיידל און האט מסתמא שוין באוויזן אויפצוכאפן דעם אלף בית פון פאראנטווארטליכקייט. דער יונגערמאן קומט דאך אבער פון 19-20 יאר פארן על מי מנוחות, אן קיין שום דאגה פון גארנישט אויסער נישט מאכן צופיל גערודער און זיך נישט באווייזן אויף דער גאס בשעה שבני אדם נמצאים שם. ער האט קיינמאל גארנישט געדארפט דורכפירן, משיג'ט נישט וואס טראגן אחריות מיינט, און פון אייגענער ערפארונג ווייסט ער אז מ'דארף דורכשטופן די צייט ביזן אויסגעלייזט ווערן.

ער ווייסט גארנישט, אבער דערווייל שטעלט ער יערליך צו נחת'לעך פאר זיידע-באבע. די הוצאות וואקסן דערווייל מיטן זעלבן אימפעט ווי פריער די לאנגווייליגקייט אין ישיבה, און דער יונגערמאן לערנט זיך שנעל אויס אז דאס פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן איז אויך נישט מער ווי א בדיעבד און מען דארף פשוט טרעפן א וועג בדיעבד דאס געשעפט דורכצושטופן.

די קינדער וואקסן אונטער און גייען אין בית חינוך, דעם זעלבן וואס האט די עלטערן פריער גארנישט צוגעשטעלט און נאך ווייניגער אויסגעלערנט, בדיעבד. די עלטערן לערנען זיך אויס מיטשפילן דאס עסק בדיעבד און לעבן און טאן וואס מ'האט צו טאן בדיעבד, אונטער דעם אויבערשטן לכתחילה'דיגן שיכט תקנות וואס קלעבן סיי צו מסורה און השקפה, סיי צום מציאות החיים אזוי לכתחילה'דיג גוט ווי ערנסט עמיצער נעמט זיי אויף.

די היימישע ישיבה וועלט, באקאנט מיט איר הויכן ניווא פון לימוד און חינוך, איז זייער איבערקלייבעריש מיטן אננעמען תלמידים – און מיטן פולסטן רעכט! ווייל קוק אהער: ווען די ישיבות וואלטן געווען סתם בנינים אנגעפולט מיט בחורים וואס ווארטן זיך ארויסצוזען פון דארט, החרשתי. למעשה לערנען אונזערע קינדער זיך דארט אויס חוץ א פאך אויך תורה, יראת שמים און מידות טובות, יא? נו, קען מען דאך נישט סתם אננעמען כאפ לאפ אין דער וועלט אריין.

ווארפט מען די קינדער אריין אין דער ערשטער ישיבה וואס איז וויליג זיי אנצונעמען, ווידעראמאל נאר בדיעבד, נאכן זיך איינבעטן ביי די מומחים אין חכמת מה יאמרו הבריות, און מ'האפט אויפן בעסטן אז דער בחור זאל דורכמאכן די בדיעבד'דיגע בחורישע יארן און ארויסקומען פון דארט בדיעבד בשלום, גענוג אז ער זאל נישט אונטערהייבן די לכתחילה'דיגע ברעמען ביי דער מלא בדיעבד גאס.

ביז די קינדער קומען בשטומ"צ אן צו יענעם יארגאנג ווען מען טרעט ארויס פון די בדיעבד'דיגע ישיבה-יארן און אריין אינעם בדיעבד'דיגן שידוכים פעלד.

אזוי ווערן מיר געבוירן בדיעבד, לעבן בדיעבד, כאפן א דאווענען און א פרישטאג בדיעבד און געבן זיך אן עצה מיט אלערליי שוועריגקייט בדיעבד.

עס פילט זיך עפעס אז איידער מען שיקט פון הימל אראפ א נשמה צו דער חרדישער געזעלשאפט גיט מען איר אויך אזא בדיעבד'דיגן שטופ מיטן אקסל, אזוי צו זאגן: נו גיי שוין בדיעבד לעולם שכולו בדיעבד.

א גוט, געבענטשט יאר - לכתחילה!
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

נו די געבוירן ווערן איז שוין בדיעבד! טוב לו שלא נברא
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בדיעבד אתה חי ובדיעבד אתה מת.........
[NAMELESS]

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א לענגערע בדיעבדיגע חי איז שוין אסאך מאל די מת א לכתחילה,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בדיעבד שטעלט זיך ארויס, אז דער ארטיקל - ווי אלע ארטיקלען פון [tag]בר-כוכבא[/tag] - איז א לכתחילה שבלכתחילה...

יעצט פארשטיי איך גוט פארוואס אין חב"ד האט מען געהאמערט מיטן 'לכתחילה אריבער'... ניט אזעי, [tag]ונבנתה העיר[/tag]?!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך ירא שמים »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:נאך א לענגערע בדיעבדיגע חי איז שוין אסאך מאל די מת א לכתחילה,
כבעט דיך מאך עס נישט מיר דארפן דיר נאך האבן.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

צוליב סיבת שלא נודע לי כעת, האב איך געוויינט בשעת'ן ליינען דעם ארטיקעל.
עס דערמאנט מיר אויך פון א שטיקעל גמרא "אין אדם מוריש שקר לבניו", למעשה דער גאנצע מהלך ווי בר-כוכבא האט דאס הערליך ארויף געברענגט אויף דער אויבער-פלאך ווייזט להיפך, אז אדרבה מיר לעבן אין איין שטיק שקר, אין דער שקר גיבן אונז דוקא יא איבער צו דער קומענדיגע דורות, רח"ל.

בר-כוכבא ווארפט אריין א וועלט אין דעם באשרייבונג, וויל למשל, הייזער- קריזעס, ישיבה סיסטעם, שידוכים, פרנסנה פראבלעמען, ועוד ועוד. אבער דאס אלעס אינאיינעם אריין געפלאכטען אין די צודרייטע מהלך החיים וואס די בעבי-באומערס האבן אוועק געשטעלט פאר אונז, נאך דעם וואס זיי האבען געמעגט טוהן כל מה שלבם חפצו אין די זעכציגער יארן וכו', און אונז טיפשים בעל כרחנו גיבן דאס איבער ווייטער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

למעשה: וויאזוי וואלט דאס אויסגעקוקט ווען מיר ווילן עס מאכן לכתחילה?
אפשר זעמער שוין אזוי טא"ט אז אונז ווייסן שוין נישט וויאזוי א לכתחילה'דיגע לעבן וואלט געדארפט אויסקוקן
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך ירא שמים »

ווער זאגט סדא אזא זאך ווי א לכתחילה , בעל כרחך אתה חי , וואו זוי דו זאלסט עס נאר מאכן …
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך אהרן »

ירא שמים האט געשריבן:ווער זאגט סדא אזא זאך ווי א לכתחילה , בעל כרחך אתה חי , וואו זוי דו זאלסט עס נאר מאכן …

בעל כרחך אתה חי מיינט נישט אז עס דארף זיין א בעל כרחך, מיר ווייסן אז דרכיה דרכי נועם.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

א לעבן בדיעבד

שליחה דורך ירא שמים »

דרכי׳ דרכי נעם גייט ארויף אויפן תורה כשלעצמה , אבער די לעבן פון א מענטש און די פריוואטע און די געזעלשאפטליכע געבונדונגען איז נישט גלאט , איך , עכ״פ פאר מיר , קוק אהן אונזער געזעלשאפליכע לעבן מיט אירע פראבלעמען און חסרונות ווי די בעסטע אויסוואל כלפי די אנדערע אפציעס וואס זענען פארהאנען.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

it is all about choices
א יעדע זאך האט א פרייז
לעבען "לכתחילה" האט אויך א פרייז
רוב מענטשן זענען נישט גרייט צו צאלען דעם פרייז.
לעבט מען "לכתחילה", "בדיעבד"




לכתחילה האב איך געוואלט עפעס אנדערש זאגן, נו זאל שוין זיין אזוי.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

עס געפעלט מיר זייער דיין לעצטע שורה [tag]הקטן[/tag], יעצט האב איך שוין א גוטע חתימה פאר מיר.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך אהרן »

ירא שמים האט געשריבן:דרכי׳ דרכי נעם גייט ארויף אויפן תורה כשלעצמה , אבער די לעבן פון א מענטש און די פריוואטע און די געזעלשאפטליכע געבונדונגען איז נישט גלאט , איך , עכ״פ פאר מיר , קוק אהן אונזער געזעלשאפליכע לעבן מיט אירע פראבלעמען און חסרונות ווי די בעסטע אויסוואל כלפי די אנדערע אפציעס וואס זענען פארהאנען.

ריכטיג, ׳דרכיה׳ אירע וועגן זענען זיס, אלע עדישענס האבן שוין נישט די גארענטי, דאס האט שוין מיט די געזעלשאפט, אבער נישט מיט על כרחך אתה חי..
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך ירא שמים »

וואס האט יא מיט בעל כרחך אתה חי ?
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: א לעבן בדיעבד

שליחה דורך אהרן »

ירא שמים האט געשריבן:וואס האט יא מיט בעל כרחך אתה חי ?

פירוש רבי עובדיה מברטנורא:
ועל כרחך אתה חי - יש אדם מדוכא ביסורים ורוצה למות ואינו יכול:
דאס מיינט אבער נישט אז מען דארף זיך מדכא זיין ביסורים.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

לכתחילה האב איך געלייענט דעם ארטיקל היפש בדיעבד דעם פארגאנגענעם פרייטאג אויף דער נאכט, מיינע אויגן האבן שוין געהאנגען פון לייענען אזויפיל. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז געווען א לכתחילה איינס אין דער וועלט.

שכח
פארשפארט