אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:פון וואו נעמט זיך דאס ווארט 'רעסטאראן' אנשטאט רעסטאראנט? ס'דא וואס שרייבן עס אזוי דא, אויך מאמענט מאכט דעם טעות

Kool man האט געשריבן:ביי די יודישע שרייבעריסטען איז דא א פענאמענע פון רידיזיינען לע"ז ווערטער, און אזוי ארום עס יודישיזירען, כגון פון ענגלישען ווארט רעסטאראנט נעמט מען אראפ דעם ענדגילטיגען ט, און והנה און נון ס'יז א יודישע ווארט רעסטאראן, מ'האט עס קונה געוועהן בשעת מעשה בשינוי מעשה.


עס איז נישט קיין טעות, עס נעמט זיך נישט פון ענגליש און איז נישט קיין אידישיזם.

במקורה שטאמט די ווארט פון פראנצויזיש restaurant, פון restaurer, אן עסן טיילער. ווי דער שטייגער אין פראנצויזיש ליינט מען עס נישט פאנעטיש, נאר מיט א שטילן t (און n).
אלע מערב אייראפעאישע שפראכן האבן גע'ירשנ'ט ס'ווארט מיטן פראנצויזישן אויסלייג, טייל (ווי ענגליש שפאניש) זאגן ארויס די ט, אנדערע (דייטש) האבן א שטימען 'ט'.

אבער ס'איז יתכן אז אידיש האט עס גענומען פון די מזרח אייראפעאישע/סלאווישע שפראכן, און אזויווי זיי נוצן אנדערע בוכשטאבן, איז עס שוין ביי זיי אויסגעלייגט אן דעם T, און בערך אזויווי מען זאגט עס ארויס אין פראנצויזיש (פון מזרח אייראפע איז עס אריין אין רוב אזיאטישע שפראכן, טערקיש, אזערי, פארסי, ארמעניש, טורקמען, אוזבעק, אורדו, טאדזשיק, יאפאנעזיש און נאך.

דעריבער, סיי פון פראנצויזיש און סיי פון דייטש אדער סלאוויש איז ריכטיג עס צו שרייבן און ליינען אין אידיש 'רעסטאראן'.

דא איז טאקע דאס ארט צו רעדן פון א צווייטן פענאמענאן, (כאטש דיין פראבלעם איז אויך ריכטיג, טיילמאל), ווי היימישע אידיש רעדנדע מיינען אז ענגליש איז די אור-קוואל פון שפראך. לויט דעם אומריכטיגן בליק איז באנק, אטאמאביל, טעלעפאן, טעלעגראם, אלקאהאל, גאז, לעקטער, באלאן, באנקראט, אינפארמאציע, דעלעגאציע, סטאנציע פאציענט...... פלעי"ן ענגלישע ווערטער וואס מ'האט געקאפיע"ט פון ענגליש.

רוב פון אזעלכע ווערטער זענען אינטערנאצינאלע ווערטער, וואס ווערן גענוצט אין כמעט יעדע אינדא-אייראפעאישע שפראך אויפן וועלט, און זענען כשר'ע אידישע ווערטער דאס זעלבע ווי א kosher restaurant selling pizza salami sushi pickles knishes and sauerkraut איז ענגליש. אדער ווי א baby in kindergarten learns the English words bungalow, caboose, limousine and continent.

גאר אסאך פון די סארט ווערטער זענען לעגיטים א טייל פון אידיש נאך אסאך פאר דער הויפט קאנצענטראציע פון אידיש רעדנדע האבן געוואוינט אין ענגליש רעדנדע לענדער, און פאר ענגליש איז געווארן די אינטערנאצינאלע שפראך.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מאטי האט געשריבן:הגה אדער הגע בעצמך?

הגע - מוטשע.

ס'איז געווען א פליטת כו'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך האב היינט באמערקט צוויי מאל דא אין שטיבל געשריבן אויף שלש סעודות של"ש עס קומט צו שרייבן של"ס
קען זיין עס איז ביידע מאל גיוועהן א טייפא ואתכם הסליחה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'נישט קיין טייפא. די וועלט פירט זיך צו שרייבן אזוי. כ'האב געהערט אמאל א הסבר פון מיין רבי אין חדר, אבער רעד דיך נישט איין אז איך געדענק...
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אדרבה לאז מיר הערן איך האב עס נאך קיינמאל נישט גיזעהן אזוי גיספעל"ט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'אדעך געזאגט אז איך געדענק נישט (אחוץ די מכות וואס ס'איז זיך מער געקומען), וואס ווילסטע???
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

Kool man האט געשריבן:ביי די יודישע שרייבעריסטען איז דא א פענאמענע פון רידיזיינען לע"ז ווערטער, און אזוי ארום עס יודישיזירען, כגון פון ענגלישען ווארט רעסטאראנט נעמט מען אראפ דעם ענדגילטיגען ט, און והנה און נון ס'יז א יודישע ווארט רעסטאראן, מ'האט עס קונה געוועהן בשעת מעשה בשינוי מעשה.

קאאל מען: נאר די אידישיסטישע שרייבער האבן עס גענומען פון פראנצויזיש... די אריגינאלע שפראך פון וואו דער ווארט קומט...! ווייל אויף פראנצוזיש איז דער לעצטער "ט" סיילענט. מ'זאגט עס ארויס מיט א לאנגע נון. מיט א מרכא כפולה...נאר איינער וועלכער קען פראנצויזיש פארשטייט וואס דער פסוק מיינט...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ערעב בערל, אין אורוגוואי רעדט מען פראנצויזיש?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג האט געשריבן:ערעב בערל, אין אורוגוואי רעדט מען פראנצויזיש?

ניין: אבער איך האב אויך געוואוינט אין א מדינה וואו מ'רעדט פראנצויזיש...!... :lol: :roll: :o
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

אין דעם אשכול האב איך געזען 2 מאל דערמאנט ענגוואליסטן, עס קומט עוואנגליסטן Evangelism מלשון עוואנגליאן דאס איז דער און גיליון וואס ווערט דערמאנט אין מסכת שבת אין השמטות הש''ס דער ברית החדשה
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ווי אזוי ספעלט מען room שטוב אדער שטיב? און אויך rooms שטובער אדער שטיבער?
איך דארף עס אין די נעקסט פיו מינוטס פליז
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטוב/ שטובער
I'm almost sure
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

שטוב, שטיבער.
אזויווי בוך שוך ברודער, ביכער שיך ברידער.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

יישר כח ישראל איך האב אויך געטראכט אזוי
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

תיכף, נישט תיקף.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה, כ'האב דאס אויך באמערקט, און כ'האב געטון קלוגער.
כ'האב געשיקט דעם באטרעפנדן אין 'אישי'.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:ונבנתה, כ'האב דאס אויך באמערקט, און כ'האב געטון קלוגער.
כ'האב געשיקט דעם באטרעפנדן אין 'אישי'.

אדנירם: א שאלת (אויבער) חכם. פארוואס ביי ..."שוך, שטוב, און ברודער, קומט דער פלוראל מיט א יוד. און דא נישט...?!
נ.ב.: איך ווייס דעם ענטפער. ס'גלוסט זיך מיר נאר א ביסל צו פארהערן... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט. דו רעדסט פונעם ווארט 'קלוגער'?!
אויב יא, דאן איז די תשובה: עי' ערך רוסלאנד וליטע, וד"ל [אויב דו ווייסט טאקע די תשובה... ;) ].
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקטליך וואס דו מיינסט. דו רעדסט פונעם ווארט 'קלוגער'?!
אויב יא, דאן איז די תשובה: עי' ערך רוסלאנד וליטע, וד"ל [אויב דו ווייסט טאקע די תשובה... ;) ].

אדנירם: די ענטפער איז פשוט. ..."קלוגער" איז נישט קיין פלוראל פון ..."קלוג"...ס'איז נאר א העכערע מדרגה... :o
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

תכלית, תכלס.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א מינוט נאר - - -

יא! ס'איז טאקע [tag]מאטי[/tag]!
רבותי, אונזער באליבטער מרדכי גדול היהודים איז דא!

איז קודם כל, ברוכים השבים, און בלייב טאקע דא, און שרייב אפשר אביסל א לענגערע תגובה...


לגוף דבריך: אין ארץ ישראל וואו מ'רעדט דעם באליבטן טריפה'נעם עברית, איז פארהאן ביידע אויסדרוקן.
'תכלית' נוצט מען למשל ווען מ'זאגט 'ער האט נישט געזען קיין תכלית אין קאווע שטיבל אן מאטי'ס אנוועזנהייט'.
און 'תכלס' [בעצם שרייבן מען דארט תכל'ס] נוצט מען למשל ווען מ'זאגט 'תכל'ס גערעדט, ווען וועט מאטי זיך נעמען שרייבן ווי עס דארף צו זיין...
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

רובה דרובה אדער רובא דרובא?

איך מיין די צווייטע איז גירעכט אבער איך האב גיזעהן איינער האט געשריבן היינט צוויי מאל אזוי ווי די ערשטע וועג
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

לית דין בר נש האט געשריבן:רובא דרובא
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט