די פליג לאזט זיך הרג'ענען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1563 מאל

די פליג לאזט זיך הרג'ענען

שליחה דורך שמואל הלוי »

די פאסירונג וואס איך גיי ענק יעצט דא פארציילן בשער בת רבים, איז אצינד בשעת'ן שרייבן די שורות נאכנישט קיין צוואנציג סעקונדעס אלט, ס'האט ממש יעצט פאסירט, ומעשה שהיה כך היה:

א חוצפא'דיגע פליג האט זיך איינגעבראכן ביי מיר אין אפיס, און ווען איך זאג איינגעבראכן מיין איך עס במלוא מובן המלה, ווייל אנדערש זעה איך נישט קיין מציאות ווי דער זבוב האט זיך געקענט אריינכאפן. די טיר איז הערמעטיש פארשלאסן, ווי אויך פארמאג איך נישט קיין פענסטערס דא, אלזא חוץ די שליסל לאך זע איך נישט נאך עפעס א לעכל פון וואנעט ס'האט זיך אריינגעכאפט. אויך אונטער די טיר איז גוט פארמאכט, און ס'איז א מילתא דלא שכיחא אז פונקט דארט זאל זיך די פליג אדורכשטופן און זיך באקוועם מאכן דאהי.

עכ"פ איך וועל נישט צולאנג מאריך זיין, די אונטערשטע שורה איז אז א פליג האט זיך אריינגעכאפט, און תיכף די ערשטע זאך נאך איידער איך האב געהאט צייט איר צו באגריסן מיט א צאתכם לשלום, האט זי אנגעהויבן מיר צו נערווירן אויף א אופן וואס איז איבריג מסביר צו זיין פארן ציבור, ווייל איך מיין אז יעדער פון דא האט שוין געקאסט אמאל דעם ביטערן טעם פון א 'פליג אטאקע'.

געווענדליך דויערט ביי מיר נישט צו לאנג פון ווען איך דערקלער קריג קעגן די שוואכע פליגן, ביז זיי פאלן אנידער טויטע, ווייל איך בין ב"ה זייער א קריעטיוו אינגערמאן, און איך פארמאג אין מיר תכסיסי מלחמה וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די חברה, כאטשיג איך בין אין קאלידזש דערויף קיינמאל נישט געגאנגען, אבער דאך פארמאג איך אין מיר דעם חוש צו קענען כאפן פליגן מיטן געבן בלויז א פאטש אין די לופט, הגם נישט אייביג גייט עס ביים ערשטן מאל, און אסאך מאל דויערט עס אפילו גאנצע פינף מינוט, אבער סוף כל סוף גיי איך אלס ארויס דער זיגער.

יאפס! איך קען זיך ב"ה בארימען אז קיין שום פליג האט מיר נאך נישט באזיגט, איך האב שוין געמאכט פאטאש פון א שיינע צענדליגע פאר פליגן השם ינקום דמם, און איך האב שוין אפילו אמאל ערנסט געקלערט זיך צו אדווערטייזן אז איך נעם אן צו כאפן פליגן פאר בלויז איין דאלער פער פליג, אבער דערווייל איז עס געבליבן בלויז במחשבה.

אופס... א פרישע פליג האט זיך אריינגעכאפט דא אין אפיס... אנטשולדיגט אייך אז איך מוז אביסל מפסיק זיין כדי זיך צו נעמען צו דעם פרישן חברה מאן, האפענטליך וועל איך קענען מעלדן גוטע נייעס גאר אינגיכן.


אקעי! איך בין צוריק דא, ס'איז מיר געלונגען צו ממית זיין נאך א פליג, נאך א קורצע מלחמה פון בערך א האלבע מינוט.



עכ"פ לאמיר צוריקגיין צו אונזער מעשה, ווי געזאגט בין איך א עקספערט אין כאפן פליגן, אלזא מסתמא וואונדערט איר זיך וואס האט שוין פריער אזוי אויסערליך פאסירט אז איך האב זיך תיכף געזעצט באשרייבן דעם דאזיגן סיפור וואס איך האלט דא אינמיטן פארציילן?

וועל איך אייך זאגן: ווייל פריער האט פאסירט א זאך וואס האט נאך קיינמאל פריער נישט פאסירט ביי מיר, נעמליך אז א פליג זאל זיך לאזן הרג'נען על קדושת שמו יתברך, און נישט שטעלן קיין שום ווידערשטאנד, אזא אויסערליכע זאך האט נאך ביי מיר קיינמאל פריער פאסירט.

ווי נאר איך האב באמערקט דעם פליג וואס האט אנגעהויבן מיר צו קיזלען פון אלע זייטן, און איך האב זיך אויפגעהויבן פון ארט קאמפס גרייט קעגן איר, האט זי געלאנדעט אויף מיין טיש, איך האב תיכף מרים יד געווען (מיט א טישו) מיטן ציל איר אראפצולאזן צוביסלעך ביזן געבן א האסטיגע זעץ אראפ ווי די פליג וועט טרעפן איר מקום קבורה דארט אויפן פלאץ (און דערנאך איר מפנה זיין צום מיסט קאסטן) בערך אזא בחינה פון "כפה עליהם ההר כגיגית", אבער דא האט פאסירט דאס אומערווארטעטע, א געוויסע חפץ וואס איז געווען אויף מיין טיש האט זיך איבערגעדרייט, און על פי דרך הטבע וואלט די פליג געדארפט מאכן פליטה דורך די פאל פונעם חפץ הארט נעבן איר, אבער גארנישט... זי רירט זיך נישט פון ארט, נאר זי ווארט אזוי שיין אויפן טויטקלאפ... ס'איז איבריג צו זאגן אז א סעקונדע דערויף איז טאקע געווען יציאת נשמה, און אצינדער ליגט זי שוין באגראבן אינעם מיסט קאסטן, באזאם מיטן צווייטן שפעטערדיגן פליג וואס איך האב מסדר געווען בשעת'ן שרייבן דעם ארטיקל.

וואס די פשט דערפון איז ווייס איך נישט, אבער ס'איז גאר אינטערסאנט געווען ווי די פליג האט ממש געווארט אז איך זאל איר דעליווערן צו יענעם עולם, ווייל א אנדערע פירוש האב איך נישט פארוואס די פליג איז נישט אנטלאפן ווען די חפץ איז געפאלן הארט נעבן איר.

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר