אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?

שליחה דורך יודישע שרייבער »

יעצט ביינאכט, איך זיץ און די נייעס איך ליין,
די טרערן רינען ביי מיר, יא איך וויין,
וויאזוי קענען אונז ווייטער אזוי אנגיין,
אזויפיל מענטשן זענען ליידער אין פיין,

געווען היינט אזא שרעקליכע טאג,
אונז אלע איבערגעלאזט אין א קלאג,
איך ווייס נישט וואס צו טון, איך זאג,
ווען וועט זיך שוין משיח שוין געבן א יאג,

אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?
עס גייט פשוט נישט אין קאפ אריין!


פארט זיך א יודל מיט זיין משפחה,
האפט אויף א לאנג לעבן מיט הצלחה,
ער האט שוין אזויפיל יודן געראטעוועט מצרה לרווחה,
מען פרעגט מיט וואונדער: על מה עשה השם ככה,

ערווארט זיין טאכטער חתונה צו מאכן,
אבער פלוצלינג די קאר טוט קראכן,
די חתן טראגיש אוועק ברגע קלה,
איבערגעבליבן א קיילעכיגע יתומה, זיין געוועזענע כלה,

אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?
עס גייט פשוט נישט אין קאפ אריין!


דריי יודישע הרוגים אויף איין שאס,
ווער קען אויף אונזערע צרות לייגן א שלאס,
דריי פארוואונדעטע לרפואה שלימה געבליבן,
אונז זענען מתפלל פאר זיי, די טרערן רינען,

די משפחה און גאנץ כלל ישראל אינגאנצען צושאסן,
מען איז עס פשוט נישט משיג, מ׳איז אינגאנצען פארשלאסן,
יעדע יודישע הארץ איז דאך אזוי צובראכן,
די געפילן טוען ברויזן און טוען קאכן,

אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?
עס גייט פשוט נישט אין קאפ אריין!


מילא ווען דאס פאסירט נאר ביי איין משפחה,
און גאנץ כלל ישראל לעבט זיך חיי רווחה,
אבער רבונו של עולם, עס איז דאך א צרת רבים,
עס איז דאך צרכי עמך ישראל מרובים,

די צרות צרורות לאזט ליידער נישט אויס קיינעם,
איך זיך איינעם ביי וועם אלעס איז גוט, כאטש איינעם,
באשעפער, ווען וועט מען שוין אפען דיינע חסדים זעען,
און לאכן פון אלע עגמת נפש און צרות וואס איז געווען,

אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?
עס גייט פשוט נישט אין קאפ אריין!


טייערע ברודער אונז ווייסן דאך אז ״עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה״,
אלע אונזערע צרות האבן זייער פארבארגענע מטרה,
לאמיר האפען אז דאס איז שוין אונזער לעצטע כפרה,
און אז משיח צדקינו קומט אונז שוין אויסלייזן ממש במהרה,

(געשריבן געווארן נעכטן ביינאכט/פארטאגס בשעת׳ן נישט קענען איינשלאפן טראכטענדיג פון די ביטערע בשורה...)
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר