די פליג לאזט זיך הרג'ענען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

די פליג לאזט זיך הרג'ענען

שליחה דורך שמואל הלוי »

די פאסירונג וואס איך גיי ענק יעצט דא פארציילן בשער בת רבים, איז אצינד בשעת'ן שרייבן די שורות נאכנישט קיין צוואנציג סעקונדעס אלט, ס'האט ממש יעצט פאסירט, ומעשה שהיה כך היה:

א חוצפא'דיגע פליג האט זיך איינגעבראכן ביי מיר אין אפיס, און ווען איך זאג איינגעבראכן מיין איך עס במלוא מובן המלה, ווייל אנדערש זעה איך נישט קיין מציאות ווי דער זבוב האט זיך געקענט אריינכאפן. די טיר איז הערמעטיש פארשלאסן, ווי אויך פארמאג איך נישט קיין פענסטערס דא, אלזא חוץ די שליסל לאך זע איך נישט נאך עפעס א לעכל פון וואנעט ס'האט זיך אריינגעכאפט. אויך אונטער די טיר איז גוט פארמאכט, און ס'איז א מילתא דלא שכיחא אז פונקט דארט זאל זיך די פליג אדורכשטופן און זיך באקוועם מאכן דאהי.

עכ"פ איך וועל נישט צולאנג מאריך זיין, די אונטערשטע שורה איז אז א פליג האט זיך אריינגעכאפט, און תיכף די ערשטע זאך נאך איידער איך האב געהאט צייט איר צו באגריסן מיט א צאתכם לשלום, האט זי אנגעהויבן מיר צו נערווירן אויף א אופן וואס איז איבריג מסביר צו זיין פארן ציבור, ווייל איך מיין אז יעדער פון דא האט שוין געקאסט אמאל דעם ביטערן טעם פון א 'פליג אטאקע'.

געווענדליך דויערט ביי מיר נישט צו לאנג פון ווען איך דערקלער קריג קעגן די שוואכע פליגן, ביז זיי פאלן אנידער טויטע, ווייל איך בין ב"ה זייער א קריעטיוו אינגערמאן, און איך פארמאג אין מיר תכסיסי מלחמה וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די חברה, כאטשיג איך בין אין קאלידזש דערויף קיינמאל נישט געגאנגען, אבער דאך פארמאג איך אין מיר דעם חוש צו קענען כאפן פליגן מיטן געבן בלויז א פאטש אין די לופט, הגם נישט אייביג גייט עס ביים ערשטן מאל, און אסאך מאל דויערט עס אפילו גאנצע פינף מינוט, אבער סוף כל סוף גיי איך אלס ארויס דער זיגער.

יאפס! איך קען זיך ב"ה בארימען אז קיין שום פליג האט מיר נאך נישט באזיגט, איך האב שוין געמאכט פאטאש פון א שיינע צענדליגע פאר פליגן השם ינקום דמם, און איך האב שוין אפילו אמאל ערנסט געקלערט זיך צו אדווערטייזן אז איך נעם אן צו כאפן פליגן פאר בלויז איין דאלער פער פליג, אבער דערווייל איז עס געבליבן בלויז במחשבה.

אופס... א פרישע פליג האט זיך אריינגעכאפט דא אין אפיס... אנטשולדיגט אייך אז איך מוז אביסל מפסיק זיין כדי זיך צו נעמען צו דעם פרישן חברה מאן, האפענטליך וועל איך קענען מעלדן גוטע נייעס גאר אינגיכן.


אקעי! איך בין צוריק דא, ס'איז מיר געלונגען צו ממית זיין נאך א פליג, נאך א קורצע מלחמה פון בערך א האלבע מינוט.



עכ"פ לאמיר צוריקגיין צו אונזער מעשה, ווי געזאגט בין איך א עקספערט אין כאפן פליגן, אלזא מסתמא וואונדערט איר זיך וואס האט שוין פריער אזוי אויסערליך פאסירט אז איך האב זיך תיכף געזעצט באשרייבן דעם דאזיגן סיפור וואס איך האלט דא אינמיטן פארציילן?

וועל איך אייך זאגן: ווייל פריער האט פאסירט א זאך וואס האט נאך קיינמאל פריער נישט פאסירט ביי מיר, נעמליך אז א פליג זאל זיך לאזן הרג'נען על קדושת שמו יתברך, און נישט שטעלן קיין שום ווידערשטאנד, אזא אויסערליכע זאך האט נאך ביי מיר קיינמאל פריער פאסירט.

ווי נאר איך האב באמערקט דעם פליג וואס האט אנגעהויבן מיר צו קיזלען פון אלע זייטן, און איך האב זיך אויפגעהויבן פון ארט קאמפס גרייט קעגן איר, האט זי געלאנדעט אויף מיין טיש, איך האב תיכף מרים יד געווען (מיט א טישו) מיטן ציל איר אראפצולאזן צוביסלעך ביזן געבן א האסטיגע זעץ אראפ ווי די פליג וועט טרעפן איר מקום קבורה דארט אויפן פלאץ (און דערנאך איר מפנה זיין צום מיסט קאסטן) בערך אזא בחינה פון "כפה עליהם ההר כגיגית", אבער דא האט פאסירט דאס אומערווארטעטע, א געוויסע חפץ וואס איז געווען אויף מיין טיש האט זיך איבערגעדרייט, און על פי דרך הטבע וואלט די פליג געדארפט מאכן פליטה דורך די פאל פונעם חפץ הארט נעבן איר, אבער גארנישט... זי רירט זיך נישט פון ארט, נאר זי ווארט אזוי שיין אויפן טויטקלאפ... ס'איז איבריג צו זאגן אז א סעקונדע דערויף איז טאקע געווען יציאת נשמה, און אצינדער ליגט זי שוין באגראבן אינעם מיסט קאסטן, באזאם מיטן צווייטן שפעטערדיגן פליג וואס איך האב מסדר געווען בשעת'ן שרייבן דעם ארטיקל.

וואס די פשט דערפון איז ווייס איך נישט, אבער ס'איז גאר אינטערסאנט געווען ווי די פליג האט ממש געווארט אז איך זאל איר דעליווערן צו יענעם עולם, ווייל א אנדערע פירוש האב איך נישט פארוואס די פליג איז נישט אנטלאפן ווען די חפץ איז געפאלן הארט נעבן איר.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך גלייב שווער אז האסט אפגעשריבן אזאנס אין 20 סעקונדען... שוין איך וועל דער פארגעבן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

זר; די בערך צוואנציג סעקונדן איז געווען בשעת'ן אנהייבן צו שרייבן.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אה איך בין דום! סארי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שמואל, אזא וואוילער פליג וואלט איך נישט גע'הרג'ט. האסט מיר געקאסט א טרער :cry:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמואל, ערשטקלאסיג!

גלייב מיר! איך וואלט דיר גערן געדינגען פאר א דאלער פער פליג!

אדרבה, יכירו וידעו כל יושבי תבל, ווי הויך א היימישע געלונגענער יונגערמאן קען אנקומען אנע גיין אינעם טמא'נעם קאלידזש! אבי געהאקט אין קאפ אריין מיט א פראבלעם אינעם סיסטעם...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'דא פליגן וואס איך לאז לעבן. איך וועל טרייען צו עפענען א טיר אדער א פענסטער אז זיי זאלן זיך ארויסזעהן. א גראבער ווילדער נאצישער עקעלדיגער פליג וועל איך נישט פארגעבן, אבער די קיוט איידעלע וואנס דארף מען רחמנות האבן, פארוואס אוועקנעמען א נפש פאר די צייט?

מ'מיינט א פליג איז עפעס לופט, ניין. איך האב אמאל באוואסערט א פליג אינעם שאוער, ער איז ארפגעפאלן א נאסער אינגאנצן דורכגעווייקט אבער געלעבט, א "נארמאלער" מענטש וואלט אים דערהארגעט! מיין ציהל איז אבער געווען אז ער זאל נישט נערווירן, נו יעצט קען ער דאך נישט פליען. איך האב מחליט געווען איך וועל זיך זעצן נעבן דעם קליינעם פליג זעהן וואס ער גייט טוהן דא אזוי, קיין האנטוך האט ער דאך נישט געהאט.

צי ווייסט איר וואס פארא כוחות דאס קליינער פארמאגט? נפלאות הבורא קיקט אין! -- הי טוק היז טיים, ער האט זיך אנגעהויבן אפווישן זיינע פליגלען מיט זיינע קליינע פודעם דינע פיס, ער ווישט און ווישט און פלאטערט מיט די פליגלען צו זעהן צי ס'ארבעט שוין.
נאך נישט, ער האט נישט אויפגעגעבן נאר געווישט און געווישט און זיך אפגעריהט. נאך א 15 מינוט (ביי זיי איז דאס א לייפטיים) האט ער זיך געהויבן אין די לופטן צו זיין וועל דעזערווד פרייען לעבן און צו מיין אומענדע פרייד.

-- און ניין איך ארבעט נישט פאר פיטא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

I'm sure It's a גלגול from a very holy נשמה just call קול מבשר and have them broadcast the story.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן: נאך א 15 מינוט (ביי זיי איז דאס א לייפטיים) האט ער זיך געהויבן אין די לופטן צו זיין וועל דעזערווד פרייען לעבן און צו מיין אומענדע פרייד.

ז"ז, שטעל זיך פאר וואס ס'מיינט זיך זיך ווישן פאר 12 טעג ביז מען ווערט קלין!

און שמואל, מיין ווייב וויל וויסן די נומער פון די פליגן-כאפער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פארוואס 12 טעג?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

גראדע אונזער פרעזידענט אבאמא יר"ה איז אויך א געלונגענער פליגן כאפער ווי ס'איז דא א באקאנטע קליפ דערפון.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

זר זהב האט געשריבן:פארוואס 12 טעג?

רעכן אויס. די עוורעדזש לעבן פון א פליג איז 25 טאג און די עוורעדזש לעבן פון א מענטש איז 80 יאר.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

שמואל הלוי האט געשריבן:גראדע אונזער פרעזידענט אבאמא יר"ה איז אויך א געלונגענער פליגן כאפער ווי ס'איז דא א באקאנטע קליפ דערפון.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=RwT6XNUz8Uw[/youtube]


נאך א קליפ, דא זעט מען אויך צום סוף ווי די פרעזידענט הייבט עס אויף מיט א טישו

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gzgOS8dbF64[/youtube]
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פארוואס 12 טעג?

רעכן אויס. די עוורעדזש לעבן פון א פליג איז 25 טאג און די עוורעדזש לעבן פון א מענטש איז 80 יאר.

נישט געוואוסט דאס. הייסט עס אז די גאר ריזיגע זיידע פליגן זענען נישט מער פון 25 טאג אלט? אדער אפשר זענען זיי גאר אן אנדער סארט פליג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

זר זהב האט געשריבן:פארוואס 12 טעג?


the average life span for a fly is 22 days that give you 31,680 minutes the average life span for a man is 85 - 90 that give you about 31,000 days
real jew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 23, 2012 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך real jew »

זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פארוואס 12 טעג?

רעכן אויס. די עוורעדזש לעבן פון א פליג איז 25 טאג און די עוורעדזש לעבן פון א מענטש איז 80 יאר.

נישט געוואוסט דאס. הייסט עס אז די גאר ריזיגע זיידע פליגן זענען נישט מער פון 25 טאג אלט? אדער אפשר זענען זיי גאר אן אנדער סארט פליג.


The common house fly

Depending on outside temperatures they can sometimes live for up to 92 days max
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

יצה"ר דומה לזבוב,

פארוואס?

געווענליך ווען א מענטש פרובירט איינעם צו איבערעדן צו טאן א געוויסער זאך, און יענער זאגט זיך אפ עס צו טאן, נאך אפאר מאל מוטשען פארשטייט דער מענטש אז ער האט נישט וואס צו מוטשען מער, אנדערש איז אבער דער פליג, וויפיל מ'זאל איר נאר נישט פארטרייבן וועט זו אלס צוריק קומען צום זעלבן מענטש נאכאמאל און נאכמאל ביתר שאת, אן קיין שום בושה, מ'טרייבט איהם פון איין אויער קומט ער גראד צוריק צום אנדערן אויער, נאכדעם ביי די נאז, נאכדעם צוריק צו די אויער, טרייב אהער טרייב אהין ס'העלפט קיין פודינו,

דאס איז דער יצה"ר וויפיל מ'זאל אים נאר נישט פארטרייבן וועט ער אלס צוריקומען מיט א בלעכן פנים כאילו לא הי'

שמעתי ממגיד אחד בשם ספר אחד
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

real jew האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:פארוואס 12 טעג?

רעכן אויס. די עוורעדזש לעבן פון א פליג איז 25 טאג און די עוורעדזש לעבן פון א מענטש איז 80 יאר.

נישט געוואוסט דאס. הייסט עס אז די גאר ריזיגע זיידע פליגן זענען נישט מער פון 25 טאג אלט? אדער אפשר זענען זיי גאר אן אנדער סארט פליג.


The common house fly

Depending on outside temperatures they can sometimes live for up to 92 days max

אזוי ווי א מענטש קען לעבן 120 יאר מאקסימום.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמואל דיין זאפטיגע פעדער דערמאנט מיר עפעס פון איינער פון די שרייבערס אויף איי וועלט,איך קען מיר נישט דערמאנען פון וועמען?!

עניוועי ס'אינטערסאנט און עטס האטס ענק זעכער געווינדערט,עטס טרייטס צו הארגענען א פליג,און... מהאלט די קאפל און האנט און מ'געט א שמייס,און לויט אלע דיעות גייט די פליג דערהארגערט ווערן. און באם!! די רגע וואס די קאפל קומט אן געט די פליג א פלי אוועק??

האב איך געזעהן א אינטערסאנטע זאך,אז צייט איז ביי א מענטש אנדערש ווי א פליג,דאס הייסט ביי א מענטש איז "א מיניט" א מיניט,ביי א פליג איז א מיניט א שעה, ממילה דער פליג זיצט זיך אזוי רוהג פלוצלינג זעהט ער עפעס א "ריזיגע זאך" קימט צו גיין צו זיין ריכטונג! און פארגעסט נישט א מיניט ביי עים איז אסאך צייט.. טראכט ער,איך האב אסאך צייט און די גרויסע זאך קימט נענטער, אונזער זבוב רירט זיך נישט ער האט אסאך צייט,ממש די לעצטע סקונדע וואס ביי אונז זעהט עס טאקע אויס ווי א רגע, אבער פארן פליג איז עס 5 מיניט פליט אוועק..

דער וואס פארשטייט פארשטייט...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

zurich האט געשריבן:שמואל דיין זאפטיגע פעדער דערמאנט מיר עפעס פון איינער פון די שרייבערס אויף איי וועלט,איך קען מיר נישט דערמאנען פון וועמען?!

ביסט זיך סותר מיניה וביה, שרייבסט אז ס'דערמאנט דיר פון איינעם פון די שרייבער'ס, און דערנאך שרייבסטו אז דו קענסט זיך נישט דערמאנען פון וועם, אתמהה. :ווינק:
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמואל הלוי האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:שמואל דיין זאפטיגע פעדער דערמאנט מיר עפעס פון איינער פון די שרייבערס אויף איי וועלט,איך קען מיר נישט דערמאנען פון וועמען?!

ביסט זיך סותר מיניה וביה, שרייבסט אז ס'דערמאנט דיר פון איינעם פון די שרייבער'ס, און דערנאך שרייבסטו אז דו קענסט זיך נישט דערמאנען פון וועם, אתמהה. :ווינק:

איך מיין אז יעצט פאנג איךמיך שוין אן צו דערמאנען.. ;)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

הערשט יעצט פאנגסטו אן זיך צו דערמאנען? האסט דאך שוין געשריבן פריער אז ס'דערמאנט דיר???
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

שמואל הלוי האט געשריבן:הערשט יעצט פאנגסטו אן זיך צו דערמאנען? האסט דאך שוין געשריבן פריער אז ס'דערמאנט דיר???

איך מיין צו זאגן אז די וועי דו פרעיגסט מיר ציריק,סותר מיניה וביה,ברעינגסטע ארויס דיין קערעקטער בעסער. ווייסעכמיין?
וואטעווער

נעקסט קעיס!
פארשפארט