נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

מילק שעיק יא אוודאי האבן זיי מצליח געווען פאפא זיי זענען נאר געווארן די joke of the town
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

א בילד
בייגעלייגטע פיילס
orig_BADEF691C92B4F12A8991F402808F201.JPG
orig_BADEF691C92B4F12A8991F402808F201.JPG (500.59 KiB) געזען געווארן 3088 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

רעכטס זעהט מען הרה"ג ר' יצחק זלמן גיפס שליט"א (דערמאנט דא און דא)
בייגעלייגטע פיילס
orig_8610F8C18D2B441388858B0CAF81A8C5.JPG
orig_8610F8C18D2B441388858B0CAF81A8C5.JPG (365.26 KiB) געזען געווארן 2935 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

נאך א נקודה וואס איז גוט צוצולייגן אז וויענער רב איז א גאר פראקטישער מענטש, מאכט זיך נישט משוגע מיט רבי'שע שטיק. איינער האט שוין פריער דערמאנט אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו רעדן ענגליש. א חבר האט מיר דערציילט אז וויענער רב האט אים געהאלפן מיט א שלום בית קעיס, און וויענער רב האט גערעדט סיי מיט דער מאן און סיי מיט די ווייב מיט נארמאלקייט און אויסגעהערט מיט ישוב הדעת.

איך געדענק נאך ווען ער איז געווארן וויענער רב. ס'איז געוועהן הויעך יו"ט אויף לי עוועניו לעבן די ביהמ"ד. (אופס, כ'דארף זאגן ביהכ"נ ווייל דעמאלטס איז עס נאך געוועהן א בית הכנסת מיט אלע פיטשיווקעס אפילו מיט די שיפע פלאר. ) און אויב געדענק איך גוט איז געוועהן אזא עולם אינעווייניג אז מ'האט געהאט ספיקערס אין די גאס מ'זאל קענען מיט האלטן די איינצוגס דרשה פון דעם נייעם רב.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

וויענער רב מיט זיין ברודער הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ ביים ציון פון זייער טאטע זצ"ל
בייגעלייגטע פיילס
האדמורים-מוויען-בעליה-לציון-אביהם-הגהצ-אבד-סאמבטאהלי-5.jpeg
האדמורים-מוויען-בעליה-לציון-אביהם-הגהצ-אבד-סאמבטאהלי-5.jpeg (83.57 KiB) געזען געווארן 2823 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

דרשה פון וויענער רב (מסתמא ז' אדר) ווי אזוי צו היטן די קינדער פון אפפארן ל"ע

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QMVwhZlad30[/youtube]
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך mevakesh »

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז ער איז ממש פארקערט פון זיין ברודער ר חיים לייב ער איז א סאלידער איידעלער מענטש וואס זיכט אוועקצושטיין פון קאנטרעווערסיעס בעת זיין ברודער איז א שארפער עקסטרעמער מענטש וואס גלייכט גאר ארויסצוטרעטען קעגען דעת הקהל
אבער זיין ברודער פארדינט א אשכול פאר זיך וואס איך גלייב האט פאטענציאל צו ווערן גאר א גרויסען אשכול
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:וויענער רב מיט זיין ברודער הרה"ג ר' חיים לייב כ"ץ ביים ציון פון זייער טאטע זצ"ל

וועלכע נאך צוויי ברודערס רבנים גייען צום טאטען'ס קבר צוזאמען?
Under influence
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

Milk shake האט געשריבן:מבקש, דאכט זיך אז פאפא רב זצ"ל והלבחל"ח פאפא רב שליט"א זענען גאנץ גוט געפארן אין וויליאמסבורג, אזוי אויך סקולענער רבי זצ"ל, רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל, און היינט יאוואזשנער רב שליט"א, מעגליך אז אין בארא פארק אדער פלעטבוש וואלטן זיי נאך בעסער געפארן, אבער דער כלל געלט נישט אייביג.

די חילוק פון פאפא און וויען לדעתי איז אז פאר די אריגינעלע פאפא תלמידים האט פיין געשמעקט אז די זאך ווערט נתהפך צו א רביסטעווע, וחילופיהן בוויען
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
לולב
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2015 12:41 am
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך לולב »

איך האב אריינשפאצירט אין וויענע שול און עטליכע אינגעלייט האבן גערעדט איבער דעם אשכול מיט גרויס סאטיספאקציע, איך האב מיט נייגער צוגעהערט וואס זיי רעדן און חוץ פון לויב האבן זיי נישט געהאט עפעס אנדערש צו זאגן.

איין תיקון טעות האט יא איינער אויפגעמערקט דארט, און איז נעמליך די פרט בעל מדות שרייבט אז די ישיבה איז געווען פון זיין פאטער און ער האט עס איבערגענימען, דאס איז אבסעלוטלי ראונג און די פאקט איז אז די ישיבה איז געווען זיין אייגענע מבצע, ער האט עס אליין געעפנט און איר געפירט, ער האט געהאט אן ערך פון זיבעציג בחורים דארט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

כ'גלייב אז מ'מעג צולייגן אנדערע מיינונגן אויך... (אז נישט, זאל דאס פארמעקט ווערן...)

נישטא וואס צו רעדן אז ווען דער וויענער רב איז געקרוינט געווארן, איז ער אזוי אומאפיציעל געווארן די "שטאטס רב", געווארן אנגענומען ביי אלע שיכטן און קרייזן אין יעדן ענין, מ'האט זיך גערעכענט מיט זיין מיינונג, זיין ערשיינונג ביי א מסיבה איז געווען א כבוד, א יעדע גרויסע רבנישע מיטונג איז ער געווען פון די ראש המדברים און פון די פירער'ס.

מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס ער גייט צו יעדע (גרויסע) רבי'ס טיש, פשוט אלס זעלבסט באקרוינטע שטאטס רב...

מיט די צייט האבן א גרויס חלק פון וויליאמסבורגע איינוואוינער געזעהן אז באמת האט ער גארנישט צוגעברענגט פארן שטאט, צוביסלעך האבן זיך אסאך מענטשן אפגעשאקעלט פון אים, זיינע ז' אדר דרשות זענען נישט גרעסער געווארן, כמעט נישט צוקומען קיין פרעמדע.

(בנוסף סאטמאר האט זיך עסטעבלישט אלס צוויי קאמפעני'ס און ביידע זענען מסודר אנעם וויענע רב)

ביים כינוס כלל ישראל האט ער אפיציעל געדארפט זיין דער פארטרעטער פון די חסידישע און זיי געדארפט ברענגן צום טיש, למעשה האט ער ממש גארנישט דעליווערט (אן אריינגיין דערין).

היינט איז ער גארנישט מער ווי צעהלימ'ע רב שליט"א, אדער אנדערע רבנים. זיין נאמען איז נישט מחייב קיינעם אין וויליאמסבורג, און ס'נישט קיין באמבע ווער ס'האט שטיצע פון אים אדער א דורכפאל ווער נישט...

וקצרתי מאוד מאוד
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שעפטל האט געשריבן: אז באמת האט ער גארנישט צוגעברענגט פארן שטאט

וויפיל מענטשן קענסטו וואס זענען גרייט זיך צו מכניע זיין פאר א רב??? איך קען, פון גאנץ וויליאמסבורג, אפשר 300.
250 זענען טאקע אין וויען, די איבעריגע 40 זענען טאקע אין צעהלים, און נאך 10 ביי ר' יצחק מאסקאוויטש נייטרא.
די איבעריגע זענען דארט ווי מ'האט זיי אריינגעשיקט אין חדר אלץ 3 יאר אלט.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין זייערר סורפרייזט! איך וואין שוין אין ווילימסבורג נאך פאר די וויענע רב איז רב אין וויען און א חוץ אז צענדליגע סאטמערע אידען פלעגן גיין צו זיינע הערליכע דרשות (בו בזמן וואס הונדרעט'ע פלעגן גיין צו זיין ברודער ר' שלמה זלמן) און פלעגט עם זעהן ביי די טישען, געדענק איך נישט מיט וואס ער איז געווען מער רעספעקטירט ווי ר' בערל כ"ץ כאטש וואס אין פערזענליכקייט זענען זיי זייער ווייט,
חוץ ביי די סאטמערע פאליטיק ווי צד מהר"א האבן עם פראבירט אריין צו דרייען לטובתם, ולא אסתייע מילתא כנ"ל ווייל ער האט קיינמאל קיין ווארט געהאט אין שטאט.

אפגעזעהן צו די סיבה איז ווי קאווע טרינקער איז די מציאות וואס בעל מידות שרייבט די ערשטע האלב תגובה סתם שקר.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

עמעזאן האט געשריבן:איך בין זייערר סורפרייזט! איך וואין שוין אין ווילימסבורג נאך פאר די וויענע רב איז רב אין וויען און א חוץ אז צענדליגע סאטמערע אידען פלעגן גיין צו זיינע הערליכע דרשות (בו בזמן וואס הונדרעט'ע פלעגן גיין צו זיין ברודער ר' שלמה זלמן) און פלעגט עם זעהן ביי די טישען, געדענק איך נישט מיט וואס ער איז געווען מער רעספעקטירט ווי ר' בערל כ"ץ כאטש וואס אין פערזענליכקייט זענען זיי זייער ווייט,
חוץ ביי די סאטמערע פאליטיק ווי צד מהר"א האבן עם פראבירט אריין צו דרייען לטובתם, ולא אסתייע מילתא כנ"ל ווייל ער האט קיינמאל קיין ווארט געהאט אין שטאט.

אפגעזעהן צו די סיבה איז ווי קאווע טרינקער איז די מציאות וואס בעל מידות שרייבט די ערשטע האלב תגובה סתם שקר.


פארוואס ביזטו סורפרייזד? ביזט א סאטמארער? פאפא'נער? נעמסט זאצן און די צעווארפסט זיי אויפן פאפיר אויף א פארנעם וואס מאכט שווער צו פארשטיין וואס וואס די ווילסט ארויסברענגען.

און בעפאר איך שרייב ווייטער, איך האב נישט קיין טראפ געדולד צו עני צימעס געמויזעכץ איך טרעט קיינמאל נישט אריין אין צימעס אין אויב וועט דער אשכול ווערן ח"ו א שמועס ווי מען צימעסט וועל איך מוזן אפיאגן.

יעצט שרייבן אז "בעל מדות" שרייבט שקר" איז כעפרא דארעא, ווייל אויב האלטסטו אז איך האב מגזם געווען ערגעץ דאן שרייב וואס, ברענג ארויס וואס דו זעסט אז עס איז ליגנט, וכדו' נישט געב א שיס ארויס א סטעיטמענט אהן א גוטן גריפ ווי מען זאל זיך קענען דערויף אנכאפן.

ביידעוועי האב איך נישט מיט וויען גארנישט און איך כאפ נישט פארוואס זאל איך וועלן שרייבן ליגנט? עס איז ניטאמאל דא א פאליטיק דארט וכדו' וואס זאל דיר מאכן טראכטן אז עמיצער זיכט צו איבערטרייבן.

 בעפאר איך וועל אויס א נושא צו באשרייבן טראכט איך אסאך (און איך האב א גוטע שמעק דערצו) וואס מענטשן וועלן גלייכן און רעספעקטירן, און געווענליך גייט עס גענוי ווי געפלאנט, ב"ה אז די אשכול האט מיר געברענגט אסאך גוטע הארות, מענטשן האבן זיך באדאנקט פון אלע זייטן, איך האב נאכגעפארשט די ווינע רב און קהלה און דאס איז וואס איך האב געהערט.

מענטשן שרייבן אז ער איז האט נישט קיין מענטשן/הצלחה וכדו' וואס מאכן מיר טראכטן צו איך זאל באשרייבן נאר מענטשן מיט איינפלוס, געלט, און אנהענגער?...
ער איז א איש מכובד, א רעספעקטירטע מאן, און ווי גענוצט דעם אויסדרוק א נאבעלע פערזענליכקייט, איך כאפ נישט פארוואס מענטשן שרייבן אז ער איז נישט מצליח, ער האט טאקע געהאט אסאך שטיינער און דורכפעלער אבער ער שטייט זייער גוט היינט צוטאגס.

זיין פערזענליכקייט איז דאס איז וואס ער איז, און עס ווענדט נישט צו סאטמאר קימט צו אים און צו מען רופט אים צו מסיבות, זאל ער זיין א פלאמבער בלייבט ער דאס זעלבע געשעצט.


אין גראדע אין וויענע קהלה הערשט לעצטענס א פרישקייט ברוחניות, שפאציר נאר אריין אין זיין שול, עס ווירבלט מיט לומדים און מתפללים, פרישע אינגעלייט קומען כסדר צו דארט, זיינע מוסדות האבן א גוטע נאמען, און בגשמיות מען האקט שטיקער, זיין שול איז אונטער רענאוואציע ער האט אריינגעגאסן געלטער אין א הערליכע מקוה ועוד ועוד, ימים ידברו איך מיין ער כאפט זיך שטארק צוריק.


עמעזאן שפאציר אריין דארט ביי זיין נעילת החג טיש אדער ביי די הקפות, וועסט "עמעזד" ווערן קוק די יונגע דור וואס קלעבט אין אים.

און אז איך האב שוין די שופר אין האנט, אדאנק לולב פארן אנמערקן אזא וויכטיגע שטיקל אינפארמאציע.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך לבלר »

איך בין נישט קיין ווינער בכלל איך האב נאר איין סימפעל קשיא איוב איז ער אזא בל מדות ווי מלייקט עס אראפ דא פארוואס איז דא 3 ווינער שילען אין בארא פארק אין יעדער איז ציקריקט מיט די צוויטע?
בית הכנסת,
ברכת אברהם,
זכריון יהודה,
קען נישט די בעל המדות ממש וואס דאס דור האט זוכה געווען סדר מאכן?
נאר וואס דען ער איז א פלענא כ"ק אדמו"ר שליט"א ווי די אלע סא קאללאד סעלף איופיונטיד רבנים וואס לייגען נישט אריין די פינקי אין קאלט וואסער נאר פאר זייער אייגער רבנית!
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

משם ראיה!
דריי שטיבלעך קריגען זיך, און דער רב איז גוט מיט אלע דריי.
אבער קושיא מעיקרא ליתא, יעדע שטיבל איז אן אנדערע גיל, נוסח, ופשוט.
Under influence
באניצער אוואטאר
לבלר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 8:46 pm
געפינט זיך: ירושלים והסביבה
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: נאבעלע פערזענליכקייט, כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א

שליחה דורך לבלר »

קאווע טרינקער האט געשריבן:משם ראיה!
דריי שטיבלעך קריגען זיך, און דער רב איז גוט מיט אלע דריי.
אבער קושיא מעיקרא ליתא, יעדע שטיבל איז אן אנדערע גיל, נוסח, ופשוט.

קודם כל ער איז ווייט פין גיט מיט אלע שטיבלעך. שנית אויב איין שיל האט נישט קיין מנין קען נישט די בעל המדות שלום מאכן.?
ואין כאן מקום להאריך.
לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב שעסק לפרנסתו
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

בעל מדות האט געשריבן:זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.

און "שמן" מיטן כולל איז גימטריא שמו "אנשיל".
באניצער אוואטאר
הייסע חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:04 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך הייסע חסיד »

איך בין א ווינע חסיד, ס'איז אמת ויציב א יעדעס ווארט וואס בעל מידות האט געשריבן, פארשטייט זיך אז האב גאנץ הנאה געהאט פון דעם, און איך האב נאר א הערה, איך געדענק נישט אזא זאך אז דער רב שליט"א זאל זיך זיך אויסטוען די בעקיטשע פורים ביים טיש.
וואס יא, ווי ביי אינז איז באקאנט האט דער רב שליט"א א מורא'דיגע אהבה און תשוקה צו ירושלים עיה"ק, איז דארט ביים טיש א איד מיט א ירושלימע קאפטן לכבוד פורים, און אינמיטן טיש כטוב לב המלך ביין האט דער רב געוויזן פאר דעם חסיד אז ער וויל מאכן א טויש מיט אים, אנהויב האט ער נישט פארשטאנען וואס דער רב וויל פון אים, אבער דער רב האט אים ארויף גערופן אויבן אן, און דער רב האב זיך אויסגעטוען זיין געבלומטע בעקיטשע און געמאכט א טויש מיט דעם איד.
מ'האט געקענט זעהן דעמאלט ווי דער רב שטראלט פאר שמחה, דערנאך האט ער געזאגט א האלבע שעה תורה און גערעדט פון קדושת ארץ ישראל, ווי ער איז געווען ממש אויסער זיך. דאס איז געווען תשע"ג, און אויף תשע"ד האט מען שוין געקויפט א אייגענע קאפטן, מיט וואס ער גייט טאקע יעדעס יאר פורים ביים משתה היין.
בייגעלייגט איז א ווידיאו פון יענעם יאר פורים ווי מ'קען טאקע זעהן אנהויב טיש מיט א געבלומטע בעקיטשע און שפעטער מיטן ירושלימער קאפטן
www.youtube.com/watch?v=Q-vptRhs-bY

צווייטנס וועגן די בתי מדרשים אין ב"פ, "בית הכנסת" זענען די עלטערע דור (וואס מ'רופט יעקע'ס), "זכרון יהודא" זענען שוין די יונגערע דור חסידים, וואס דאס איז זייער א ווארעמע ביהמ"ד, און אין "ברכת אברהם" זענען דא געוויסע וואס גלייכן נישט אזוי דעם רב. ""דעטז אל!"" (כ'ווייס נישט אויב זיי גלייכן נישט דעם רב וויבאלד זיי האבן געוואלט אז א צוויטער זאל זיין, אדער ווייל דער רב איז צו פרום און חסידי'ש פאר זיי. און דאס אויך נאר חלק פון זיי, און בין אמאל געווען דארט און ביהמ"ד און איך האב געטראפן גענוג מענטשן וואס איך קען און זיי גייען נישט אריין אין דעם כלל).
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וואס איז מיט מאנסי? דארט איז אויך עפעס דא צוויי ביהמ"ד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
הייסע חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:04 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך הייסע חסיד »

דארט איז די זעלבע, "בית הכנסת" זענען יעקעס, און "אברכים" זענען די יונגערע חסידים, און סאיז זייער א ווארעמע ביהמ"ד.

אזוי ווי די אברכים ביהמ"ד איז לעטצטענס געווארן ענג, האלט מען יעצט אינמיטן בויען א נייע גרויסע שוהל מיטן נאמען "בית יהושע", לשמו ולזכרו פונעם רב'ס טאטע סאמבאטעהלי רב זצ"ל.

ס'איז וויכטיג אנצוצייכענען אז די ביהכ"נ זענען מענטשן וואס זענען ווינע מעמבער און זיי זענען זיך מכניע פאר ווער ס'איז רב פון דער קהילה, משא"כ די אנדערע זענען חסידים פונעם רב דיירעקט, ס'טייטשט אז אויב מארגן וועט דער רב ווערן קאוואטשהאזע רב, וועלן זיי ווערן קאוואטשהאזע חסידים.
און דאס זעלבע איז אין ב"פ אויך, און אין וומס"ב מעון קודשו איז אפי' נישטא עפעס אנדערש אין די קהילה.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

lazar האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:זיין מערסט באקאנטע ספרים זענען די סעריע פון "שמן ראש" וועלכע האלט שוין ביי אן ערך פון פיפצן בענדער, ראש איז על שמו אשר, און ווי באקאנט זענען זיי זייער אויפגעכאפטע ספרים, עס קומען ארויס בלעטלעך און קונטרסים יעדע שבת מיט די תורה דורך מכון מעדני מלך וויען.

און "שמן" מיטן כולל איז גימטריא שמו "אנשיל".


אויך מאשר שמנה לחמו
פארדריי די דיר דיין קאפ
lazar
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:57 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך lazar »

און די איבריגע ה' פון שמנה צוזאמען מיט די ווארט לחמו עה"כ איז בגימטריא כ"ץ
פארשפארט