_20150904_141827.jpeg
מאנסי בולעטין -א אויפוואכונג אין מאנסי
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 7:58 am
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
איך פארשטיי די ווייטאק, אבער די דעמעדש איז דאן! פירען יעצט א בליץ קאמפיין אקעגען סט. לארענץ וועט גארנישט טוישען אין די מצב.
בדרך אגב, דאס איז נישט ריכטיק אז מ'פארקויפט נאהר פאר שטאטישע מענטשען, נאר שטאטישע האנדלען ווייניקער אויף די פרייז, און ווייל זיי זענען מער דעספערעט וועלען זיי ווינציקער בודק זיין די ציצית, אבער פאקטיש אין יעדע דעוועלאופמענט פארקויפט פאר רוב לאקאלע מאנסיער קאסטומערס [מיט אויסנאהם פון בלופיעלד וכדו, וואו די מאנסיער ברידער האבען זיך נאכנישט געהאלטען אזוי ביים אהינרוקען איז יא רוב שטאטישע אימיגראנטען].
בדרך אגב, דאס איז נישט ריכטיק אז מ'פארקויפט נאהר פאר שטאטישע מענטשען, נאר שטאטישע האנדלען ווייניקער אויף די פרייז, און ווייל זיי זענען מער דעספערעט וועלען זיי ווינציקער בודק זיין די ציצית, אבער פאקטיש אין יעדע דעוועלאופמענט פארקויפט פאר רוב לאקאלע מאנסיער קאסטומערס [מיט אויסנאהם פון בלופיעלד וכדו, וואו די מאנסיער ברידער האבען זיך נאכנישט געהאלטען אזוי ביים אהינרוקען איז יא רוב שטאטישע אימיגראנטען].
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2015 7:58 am
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
ריכטיג האט געשריבן:כ'האב נאכנישט מחליט געווען אויף ווי ווייט כ'בין מסכים מיט דיר, אבער דיין אבסעסיע דווקא מיט 306 מאכט עס אויסקוקען ווי א פערזענליכע געפעכט.
ריכטיג, זעהט אויס אז דו וואוינסט נישט אין מאנסי.
שטעל זיך פאר אז אין בארא פארק נעמט מען 13'טע עוועניו און מען מאכט איר פאר א טו וועי סטריט, (און עס ווערט בכלל נישט ברייטער) און צו דעם הויבט מען אן בויען גרויסע זעקס שטאקעדיגע אפארטמענט בילדינגס אויף האלב פון די גאס. אזוי אז אין צוגאב פון די יעצטיגע טרעפיק, קומט נאך צו די אלע קארס פון די מענטשן וואס גייען אריינמופן אין די הייזער און די צענדליגער באסעס וועלכע גייען במשך פון כמעט דעם גאנצן טאג מאכן סטאפס אויפפיקן און אראפלאזן קינדער, מיט די רויטע בליצעדיגע לעמפלעך, וואס דעמאלס מוזן ביידע זייטן טרעפיק זיך אפשטעלן. פרובירט זיך פארצושטעלן וואס עס גייט זיך אפטאן דארט.
אט דאס פאסירט יעצט פאקטיש אויף מעין סטריט\306 אין מאנסי. א סטעיט רוט וועלכע איז גאר א וויכטיגע גאס וואס פארט אדורך צענדליגער שטעטלעך פון טיעף אין ניו דזשוירזי ביז ארויף נאך פאמאנא, און אויב איז די ביז היצטיגע טראפיק א קאשמאר האב איך נישט קיין ווערטער מסביר צו זיין וואס גייט זיין נעקסט.
איך וואוין אין מאנסי, און גראדע אין געגענט פון מעין סטריט, און טאג טעגליך זעה איך דארט אינצידענטן פון ראוד רעידזש וואס מענטשן גייען פלעין ארויס פון די כלים שטייענדיג אויף די קורצע שטרעקע (בערך א האלבע מייל), פאר פופצן, צוואנציג מינוט און צומאל אפילו ביז א האלבע שעה. און די לעצטע פאר חדשים ווען די ערשטע פון די אפארטמענט בילדינגס האבן אנגעהויבן פערטיג ווערן אויף מעין סטריט האט עס פשוט פיל פאכיג פארעערגערט דעם טרעפיק.
עס איז ביי מיר קיין שום ספק נישט אז עס איז נישט קיין פראגע פון אויב, נאר ווען, דאס גייט אנברענגען אומגליקן. איר מיינט אפשר אז דאס איז א ווערטל. נונו, איך קען גארנישט מער טון צו דעם ווי אייך פארציילן דעם מציאות. עס האט גארנישט מיט קיינעםס אבסעסיע, אויסער די אבסעסיע פון די דעוועלאפערס צו מאכן א דאללער אויף סיי ועלכען אופן אן זיך רעכענען מיט קיינעם אין די וועלט.
עס האלט ליידער ביי אזא מצב אז מענטשן זענען אזוי פארלוירן, אז זיי זענען שוין גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן פון אריינברענגען פרעזערוו רעמעפאו ווי איידער ווייטער אנצוגיין מיט דעם יעצטיגן סדר.
ריכטיג האט געשריבן:הדד, כ'האב נישט אוועקגעמאכט דעם פראבלעם פון 306, אבער ווי איך הער איז דאס נישט דער איינציגסטער פראבלעם, וועגן דעם פרעג איך פארוואס ער האט זיך אנגעטשעפעט אין דעם מער ווי א צווייט פלאץ.
זייער פשוט, ווייל דארט איז די פראבלעם שוין ליידער דא! ניצט ער עס אלטס א דוגמה וואס עס גייט געשען איבעראל אין מאנסי אויב מען גייט ווייטער בויען אן קיין שום חשבון.
מה שאין כן, די אנדערע פלעצער איז אזוי, אפילו ווי מען האט שוין געבויט און עס איז שוין דא שווערע טרעפיק איז עס נישט קיין שום פארגלייך בכלל צו 306, ווייל 306 איז די מעין גאס ווי יעדער פארט דורך איז עס אטאמאטיש פילפאכיג ערגער, און די פלעצער ווי מען האלט נאך אינמיטן בויען איז דאך א דבר פשוט אז ער קען עס נאכנישט ניצן אלטס א דוגמה, ווייל עס איז נאכנישט דא די טרעפיק, [tag]ריכטיג[/tag], האסט פארשטאנען?
(גראדע האלט איך נישט אז די העצע קאמפיין גייט בכלל עפעס אויפטון אויף למעשה, אבער געוויסע נקודות וואס ער שרייבט זענען אמת ליידער)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
הרב מאנסי בולעטין איך האלט זייער פון דיינע ווערק און בעיקר פונעם פאקט אז איינער קומט ארויס אנטקעגן די מויל מאכערס אין נגידים.
אבער איך אלס א יליד מאנסי פונעם טאג נאכן ארויסטאנצן פונעם מאמע זאל זיין געזונט, זע איך די זאך אביסעלע אנדערש ווי דיר.
ווען מאנסי איז געגרינדעט געווארן איז געווען דארט בית המדרש עליון, אין נאך עטליכע קליינע בתי מדרשים, הויפטזעכליך אין די מעין סטריט געגענט, דערנאך האט וויזניצע רבי ארויסגעמופט אהער אין געטוישט די גאנצע געגענט פון פיליס, עישעל, לינאר, מיט די ארומיגע סביבות אויף באוואוינט אין נישט דארפיש,
ער האט איבערגענימען די עשלי באנגעלא קאלעני, מיט נאך א קליינע קאלעני אין איבערגעארבעט פאר זיין אימפעריע,
איין מאל סאיז שוין געווען א גרויסע חסידישע צענטער האבן אסאך אנדערע וואוילע יודן זיך אהינגעצויגן,
אבער די געגענט ארום דער צענטער איז אטעמאטיש געווארן א שטארקע דעמענד דערויף, אין סאיז טייער געווארן.
יעצט עטליכע צענדליג יאר שפעטער קוק אויף די פאקטן.
די גרעסטע דעמענד אויף הייזער דא אין מאנסי איז....
אינעם זעלבן געגענט ווי אמאל, אין סך הכל א מייל ווייטער, כווייס נישט פארוואס, אבער טויזענטע יודן זענען גרייט צו זיצען פארשטיפט אין באנגעלאס, אבי צו זיין אין "צענטער" ...
נעוואדע איז עס טייער דארט... אין די קומסט מיט גרויסארטיגע טענות אנטקעגן די דעוועלאפערס??, גיי שריי אויף די טויזענטע וויזניצע און סאטמערע אין ווער נישט וואס האבן זיך אריינגענימען אין קאפ אז די מאנסי ענדיגט זיך ביי פרענסיס אין קאלווערט!
אונז קעמער זיך אויסברייטערן אויף מיילן לאנג, סיי אויף 202 אין ביז אריין אין טשעסנאט, אין אפילו אין וועסלי!, אונז זעמער נישט אין ויליאמסבורג ווי די יודישע וועלט ענדיגט זיך "טאקע" נאך די היימישע געגענט, אין סאיז ממש נישט במציאות זיך צו אויסשפרייטן, אונז געפינען זיך אין ראקלענד קווינטי וואס איז ר-י-ז-י-ג!!
איז פונקט ווי די וועסט פארשטיין די מאנטעל געשעפט פארן בעטן טייערער אין די ווינטער, פארשטיי די דעוועלאפערס וואס בעטן טייערער יעצט.

אויב וואלט מען נישט אפרואווד די אלע נייע זאונינג און דעוועלאופמענטס, וואלטען פרייזען יעצטערט געוועהן ביליגער אדער טייערער? ווען ס'יז דא א מאנגעל אין סופליי וערען פרייזען העכער אדער ינדעריקער? ווען נישט די אלע נייע בנינים און זאונינג טוישען וואלט מענסי געוועהן היינט ערגער ווי וויליאמסבורג מיט לחץ זו הדחק, נאהר וואזשע דען? די קלוגערע ,אלט-מאנסיער יודעלעך פארקויפען זייער אלטען שאח פאר דעוועלאופערס, און זיי ציען זיך ארויס קיין פארשעי, וועסלי הילס, טשעסטנאט ריזש, נוא העמפסטעד, פאמאנע, אא"וו ווי מ'קען נאך זיצען אויף א גרויסען שיינעם שטח אהן די אלע סעווען לעיער הייזער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
אן אריינגיין אין צופיל פרטים, איך בין א תושב מאנסי. נישט א יליד נאר חתונה געהאט דא. איך בין אן איש הציבור מיט אסאך קאנטעקטס אין די ראול פלעיערס אין די ביי-יערליכע סט לורענס סירקוס.
די פראבלעם איז פאלגענד: מאנסי איז איינגעטיילט אין אפאר חלקים, א) די וואס זענען וויזשניץ/סאטמאר דרייווען נישט כמעט און האבען קיין שום פראבלעם אויב מאנסי וועט אויסקוקען ווי וויליאמסבורג. זיי ווילען זייער דירה נעבען דעם רבי׳ן, וואוינען נעבען אנדערע פון די זעלבע רעליגיע און די פרייז זאל זיין וואס עס איז.
ב) די מענטשן וואס בילדען ווי טויבער און לעבאוויטש וכולהו וואס זוכען צו שארען געלט און וועלן טרעטן אויף יעדעם און אלעס.
ג) די מענטשן וואס וואוינען אויף טווין, וועסט מעיפל, אדער אנדערע סעמי שטילע גאסען מיט קליינע קינדער וואס ווילען נישט קויפען גאנצע עיקערס ווייל זיי דארפען נישט די קינדער זאלען זיי קוקען אין די נאז א גאנצען טאג. זיי האבען פיינט די פאקט אז מען בויט און צושטערט די פנים פון שטאט, זענען גרייט פאר א טשעינדזש, אבער ווילען אז ס׳זאל זיין א מידעל גראונד צווישען פרעזערוו ראמאפא׳ס גארנישט ערלויבען און סט לאורענסעס לאזען אלעס. דאס זענען רוב מאנסי איינוואוינער. איך וואלט געזאגט 60%.
ד) זענען עלטערע מענטשן וואס שימפען און שוימען און ווילען זעהן מאנסי צוריק א דערפל. דאס איז א קליינער פראצענט.
די פראבלעם איז אז פרעזערוו ראמאפא וויל פייטען קעגען אלעס. הייזער, בית השחיטה אין סקווירא, קינדער קריכען אויף מעמאריעלס, וכו׳. איך האב נישט ליב צו נוצען די ווארט אבער גיי קוק אויף זייער וועב זייטעל, זיי זענען אנטיסעמיטען. ווען די עסקנים מצד סט לאורענס קומען צו די רבנים און די וויילער אז פרעזערוו ראמאפא וויל אינטערברענגען מאנסי זענען זיי גערעכט!
די איינציגסטע וועג ארויס איז א דריטע קאנדידאט. א קאנדידאט וואס לויפט אויף א מידעל גראונד. נישט זאונינג אן א חשבון וואו סט לאורענס און נישט זאונינג פון 10% פון די פראפערטי, ווי פרעזערוו ראמאפא, נאר זאונינג מיט א חשבון.
די גויים פארשטייען אז זיי האבען נישט קיין טשאנס יעצט ווייל מיר האבען א בלאק און וועלן גערן שטימען פאר א מאדערעט קאנדידאט. און א גרויסע פראצענט פון היימישע וועלן טוען די זעלבע. אזא קאנדידאט איז כמעט גאראנטירט צו געווינען.
פאראיאר בין איך און נאך צוויי מענטשען געזעסען אויף א מיטינג מיט א פאליטישע פערזאן וואס מיר האבען אים פראבירט צו קאנווינסען צו לויפען קעגן סט לאורענס און ראודס, אבער נאך חדשים פון פארהאנדליגען איז עס דורכגעפאלען. האפענטליך פאר די נעקסטע עלעקשאנס אין צוויי יאר, וועלן מיר זיין גרייט מיט א שטארקע דריטע קאנדידאט.

גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט - מארק טוויין
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
פאפיטעס, איך בין טאקע נישט א יליד מאנסי, אבער איך וואוין שוין דא א שיינע פאר צענדליגער יארן און איך געדענק אויך מאנסי פון אמאל.
גיב א קוק וואס טוט זיך אויף קאלווערט און אויף ווינער. קוק וואס טוט זיך אויף דיקעיטער און נארט קאול, אויף העריק און יענער גאנצער געגענט. אויף די אנדערע זייט 59 אין ספרינג וואלי. איבעראל ווי מען קען בויען בויעט מען. אין עירמאנט און אין טשעסטנאט רידש האבן די אידן נאך נישט איבערגענומען די ווילידש ווייל זיי זענען נאך נישט קיין רוב. גיב עס נאך אפאר יאר און דארט וועט מען בויען פונקט ווי אין מאנסי.
עס איז א דבר פשוט אז אין צענטער קאסט מער. דאס איז דער טבע העולם, די לאו אוו סופליי ענד דימענד. אבער צוזאגן אז מען בויעט נאר אין צענטער איז פלעין נישט אמת. מען בויעט פראדשעקטס ווי מען קען נאר. און מען בעט דעם מאקסימום וואס מען קען.
אויף קאלווערט אויבן האט מען יעצט געבויעט א פראדשעקט ווי מען בעט 975 פאר א דירה מיט א אינקאם.

איך עגרי מיט כמעט אלעס וואס [tag]מנחם אבראמאוויטש[/tag] זאגט, חוץ די ווערטער:
און לאמיר זיך מסביר זיין פארוואס איך האלט אזוי, סעינט לורענס איז א אמת׳ע אוהב ישראל און יושר׳דיגע מענטש צו אלע גלייך (יודן און להבדיל גוים) וואס האט זיך מקריב געווען זיין נאמען און קריערע פאר אונז דורך׳ן זיך נישט צושטעלן צו די גוים/פרעזערוו רעמעפא און זיי באשמיצן אים איבעראל דערפאר ווי זיי קענען נאר, און זיין הקרבה פאר אונז, איז ווערד (און מוז באקומען) אונזער אנערקענונג, דאך דארף מען פארעכטן געוויסע פראבלעמען וואס עס איז דא, און איך גלייב אז מען קען עס אלעדיגען ביי סעינט לורענס בכבודו ובעצמו ״איז פארוואס זאל מען אריינוועלן א צווייטער וואס וועט ׳אפשר׳ זיך צושטעלן צו אונז, ווען אונז האבן איינער וואס טוט עס שוין, נאר די פראבלעם איז אז ער איז אביסל מיס-אינפארמד?״ און חוץ מזה אויב די יודישע בלאק וואוט גייט ווערן צוטיילט צווישן צוויי קאנדידאטן (סעינט לורענס מיט נאך איינער - דער קאנדידאט וואס דו ווילסט אריינשטעלן) איז כמעט גאראנטירט אז דער פערזערוו רעמעפא קאנדידאט וועט אריינקומען די געווינער און דאן וועט אונז נישט גוט זיין בכל אופן!! (עי׳ ערך יוסף הערש ג. vs. דניאל פריעדמאן ביים לויפן פאר די מעיער פון ספרינג וואלי ביי די לעצטע וואוטס)
איך האלט אז סעינט לורענס ווייסט פשוט נישט אז א גרויסע פערצענט אפילו פון די יודן זענען נישט צופרידן פון די יעצטיגע מצב, און ווילן א טויש אין די ענינים:
1) פארקינג ביי בתי מדרשים
פאנג אן ארומצופארן מאנסי, די בתי מדרשים וואס מען האט געבויט במשך די לעצטע 15 יאר האבן בכלל נישט צוגעשטעלט [אפילו נאנט צו] די פארקינג וואס וואלט געדארפט זיין כדי מען זאל נישט דארפען פארקן אויף די גאסן ארום און ארום אנגעפאנגען ביי נייטרא און געענדיגט ביי ווענגרוב, שאץ, פאפא, תולדות אהרן, באבוב (48-Jill וואס מען האלט נאך אינמיטן בויען, ווארט נאר ווען עס וועט זיין שיין געענדיגט און מער מענטשן גייען דאווענען דארט...) טאשנאד, שינאווא און נאך אסאך בתי מדרשים וואס די טרעפיק איז געווענטליך אויסגעשפרייט אויף אפאר גאסן ארום!
(און אפילו סאטמאר 1 וואס האט יא גאנץ אסאך פארקינג איז עס ווייט פון וויפיל עס פעלט זיך באמת אויס).
2) פארקינג ביי הייזער
צענדליגע קאנדא הייזער וואס ענטהאלט 18-12 משפחות האט נאר 6/8 [אדער אפילו נאר 4!!] פארקינג פלעצער, איז אטאמאטיש קומט אויס אז צענדליגע קארס זענען געפארקט אויף די גאס, און דאס ברענגט אן א געפערליכע טרעפיק.
3) מוסדות התורה
כאטש עס זענען דא געוויסע וואס טענה׳ן אז די פראבלעם האט גארנישט צוטון מיט די בולדערס, איז ביי מיר א דבר פשוט אז מען קען זיי יא באשולדיגען דערויף ווייל זיי פארקויפן די הייזער פאר שטאטישע וואס קומען ארויס דא און דאס ברענגט צו אז די וואוקס פונעם ציבור וואקסט אויף אסאך א שטערקערע פארנעם און מיט אסאך גרעסערע נאמבערס ווי די מוסדות קענען ערהייבן, נישט יעדע מוסדות האט גענוג גרויסע בנינים (אדער שטחים און געלט צו קענען בויען נייע בנינים) פאר אזא גרויסע וואוקס בלע״ה, אבער אויב וואלטן זיי פארקויפט בעיקר נאר פאר ארגינעלע מאנסי איינוואוינער וואלט מען זיי נישט געקענט בלעימען דערפאר, עס וואלט פשוט געווען נאר צו בלעימען אויף די מצב און קיינעם אנדערש.
איז אנשטאטס צו גיין קעגן סעינט לורענס דארף מען אים פשוט אויפקלערן וואס די רוב עולם וויל, און לכאורה גייט ער זיך צושטעלן.
די איינציגסטע וועג ארויס איז א דריטע קאנדידאט. א קאנדידאט וואס לויפט אויף א מידעל גראונד. נישט זאונינג אן א חשבון וואו סט לאורענס און נישט זאונינג פון 10% פון די פראפערטי, ווי פרעזערוו ראמאפא, נאר זאונינג מיט א חשבון.
די גויים פארשטייען אז זיי האבען נישט קיין טשאנס יעצט ווייל מיר האבען א בלאק און וועלן גערן שטימען פאר א מאדערעט קאנדידאט. און א גרויסע פראצענט פון היימישע וועלן טוען די זעלבע. אזא קאנדידאט איז כמעט גאראנטירט צו געווינען.
פאראיאר בין איך און נאך צוויי מענטשען געזעסען אויף א מיטינג מיט א פאליטישע פערזאן וואס מיר האבען אים פראבירט צו קאנווינסען צו לויפען קעגן סט לאורענס און ראודס, אבער נאך חדשים פון פארהאנדליגען איז עס דורכגעפאלען. האפענטליך פאר די נעקסטע עלעקשאנס אין צוויי יאר, וועלן מיר זיין גרייט מיט א שטארקע דריטע קאנדידאט.
און לאמיר זיך מסביר זיין פארוואס איך האלט אזוי, סעינט לורענס איז א אמת׳ע אוהב ישראל און יושר׳דיגע מענטש צו אלע גלייך (יודן און להבדיל גוים) וואס האט זיך מקריב געווען זיין נאמען און קריערע פאר אונז דורך׳ן זיך נישט צושטעלן צו די גוים/פרעזערוו רעמעפא און זיי באשמיצן אים איבעראל דערפאר ווי זיי קענען נאר, און זיין הקרבה פאר אונז, איז ווערד (און מוז באקומען) אונזער אנערקענונג, דאך דארף מען פארעכטן געוויסע פראבלעמען וואס עס איז דא, און איך גלייב אז מען קען עס אלעדיגען ביי סעינט לורענס בכבודו ובעצמו ״איז פארוואס זאל מען אריינוועלן א צווייטער וואס וועט ׳אפשר׳ זיך צושטעלן צו אונז, ווען אונז האבן איינער וואס טוט עס שוין, נאר די פראבלעם איז אז ער איז אביסל מיס-אינפארמד?״ און חוץ מזה אויב די יודישע בלאק וואוט גייט ווערן צוטיילט צווישן צוויי קאנדידאטן (סעינט לורענס מיט נאך איינער - דער קאנדידאט וואס דו ווילסט אריינשטעלן) איז כמעט גאראנטירט אז דער פערזערוו רעמעפא קאנדידאט וועט אריינקומען די געווינער און דאן וועט אונז נישט גוט זיין בכל אופן!! (עי׳ ערך יוסף הערש ג. vs. דניאל פריעדמאן ביים לויפן פאר די מעיער פון ספרינג וואלי ביי די לעצטע וואוטס)
איך האלט אז סעינט לורענס ווייסט פשוט נישט אז א גרויסע פערצענט אפילו פון די יודן זענען נישט צופרידן פון די יעצטיגע מצב, און ווילן א טויש אין די ענינים:
1) פארקינג ביי בתי מדרשים
פאנג אן ארומצופארן מאנסי, די בתי מדרשים וואס מען האט געבויט במשך די לעצטע 15 יאר האבן בכלל נישט צוגעשטעלט [אפילו נאנט צו] די פארקינג וואס וואלט געדארפט זיין כדי מען זאל נישט דארפען פארקן אויף די גאסן ארום און ארום אנגעפאנגען ביי נייטרא און געענדיגט ביי ווענגרוב, שאץ, פאפא, תולדות אהרן, באבוב (48-Jill וואס מען האלט נאך אינמיטן בויען, ווארט נאר ווען עס וועט זיין שיין געענדיגט און מער מענטשן גייען דאווענען דארט...) טאשנאד, שינאווא און נאך אסאך בתי מדרשים וואס די טרעפיק איז געווענטליך אויסגעשפרייט אויף אפאר גאסן ארום!
(און אפילו סאטמאר 1 וואס האט יא גאנץ אסאך פארקינג איז עס ווייט פון וויפיל עס פעלט זיך באמת אויס).
2) פארקינג ביי הייזער
צענדליגע קאנדא הייזער וואס ענטהאלט 18-12 משפחות האט נאר 6/8 [אדער אפילו נאר 4!!] פארקינג פלעצער, איז אטאמאטיש קומט אויס אז צענדליגע קארס זענען געפארקט אויף די גאס, און דאס ברענגט אן א געפערליכע טרעפיק.
3) מוסדות התורה
כאטש עס זענען דא געוויסע וואס טענה׳ן אז די פראבלעם האט גארנישט צוטון מיט די בולדערס, איז ביי מיר א דבר פשוט אז מען קען זיי יא באשולדיגען דערויף ווייל זיי פארקויפן די הייזער פאר שטאטישע וואס קומען ארויס דא און דאס ברענגט צו אז די וואוקס פונעם ציבור וואקסט אויף אסאך א שטערקערע פארנעם און מיט אסאך גרעסערע נאמבערס ווי די מוסדות קענען ערהייבן, נישט יעדע מוסדות האט גענוג גרויסע בנינים (אדער שטחים און געלט צו קענען בויען נייע בנינים) פאר אזא גרויסע וואוקס בלע״ה, אבער אויב וואלטן זיי פארקויפט בעיקר נאר פאר ארגינעלע מאנסי איינוואוינער וואלט מען זיי נישט געקענט בלעימען דערפאר, עס וואלט פשוט געווען נאר צו בלעימען אויף די מצב און קיינעם אנדערש.
איז אנשטאטס צו גיין קעגן סעינט לורענס דארף מען אים פשוט אויפקלערן וואס די רוב עולם וויל, און לכאורה גייט ער זיך צושטעלן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שמעו נא רבותי בבבי תרי ותלת
די פראבלעים אין מאנסי אין קורצן איז אז ס'איז נישטא קיין עסקנים זירא זילטש אדרבה ווייזט מיר אן ווער זענען די עסקנים -אויסער די חברים ארגענעזאציע- ווען עס קומט צו סאשעל סערוויס וכדו' גיי רעד צו האראוויצעס אפיס ס'לוינט זיך ענדערש אליין אראפצושלעפן צו רעגירונג אפיסעס ווי צו ערווארטן הילף פון זיי
די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט דא קיין עסקנים זעהט מען ווי ווייניג צייט אין יר זיי רעדן אויף קול מבשר........ ווייל סיי ווען ס'איז שוין יא דא עפעס א קליינע עסקנות ווי צוזאם שטעלן געלד פאר א גוי'ס קבורה וכדו' הערט מען אויף קול מבשר בשעת מעשה און אחר המעשה און אינמיטן די מעשה און תיכונה שבתיכונה
גראדע דער הרב אהרן בנציון ווידער ווען ער האט אנגעהויבן אין די סקול דיסטריקט האט ער עס געמיינט זייער ערנסט אבער נאכדעם וואס די וויזניץע רב האט אים כמה פעמים געוויזן ווער ס'איז בעה"ב אין מאנסי האט ער זיך אויך צוגעלערנט וואס ער האט צו טון
די איינציגסטע צייט ווען עס איז דא עסקנים איז ביי די וואלן און ווער זענען די עסקנים לעבאוויטש און אשרי וואס פערצופאל זענען זיי אויך בילדערס און האבן באקומען און ווארטן צו באקומען דראסטישע טובות פונעם סופערווייזער און דעמאלס ווערן זיי אקטיווע עסקנים צו היטן די שטאט פון אנטי סעמיטיזעם ליין אריין צו וועלן זייערע קאנדידאטן ווער געדענקט די שמוציגע טאקטיקן וואס זיי האבן זיך אויפגעפירט אין ספרינג וואלי אקעגן ר' יוסף הערש גראס אויך מיט כל מיני תירוצים
עכ"פ די איינציגסטע מאל ווען די עסקנות לעבט איז ביי די וואלן איז שוין נישט קיין קשיא פארוואס ס'איז נישטא גארנישט אין די שטאט און מ'טוט וואס מ'וויל
נעם א ביישפיל נוי סקווער ווער רעדט נאך ק"י ס'איז טאקע דא דארט אויך אומצופרידענע אבער די וויליזש שטעלט כאטש צו ברייטע סיידוואלקס סעיפטי גאסן און א אפיס פון סאשעל סערוויס וואס יעדער איז זיך מחי'
סאו די ווארט איז פשוט ס'איז נישטא קיין עסקנים