[justify]אין ליכט פון דעם ביטערן טראגעדיע, ווען א הצלה מאן וואס פלעגט ראטעווען אנדערע, איז נעכטן ליידער אומגעקומען מיט זיין ווייב און צוקונפטיגער איידעם, האב איך מיך אראפגעזעצט וויינען. וויינען אויפן קיבאורד, וויינען מיט שווארצער טינט אויף ווייסער פאפיר, וויינען אויפן שווארצן טויט אינעם ווייסן טאג. [/justify]
[ע"ד צעקת לבי - 'א פינסטערע נאכט...'].
א.
איך זיץ און איך חלום און בין פארט וואך
שטילערהייט איך שעפשע און זאג
'ברוך דיין האמת' - קומט ארויס גלייך
אין דעם ווייס-שווארצן טאג.
'טאטע, גענוג שוין' - הער איך מיך שרייען
וויפיל, וויפיל איז די שיעור פון קלאג
וויפיל מאל גיי איך מיך פאר צער איבערדרייען
הערנדיג בשורות איוב אין א העלן טאג.
טאטע, דאס הארץ ברענט און פלאקערט
איך שפיר ווי דאס הארץ אין מיר נאגט
מיינע הרגשים ווערן איבערגעאקערט
פארוואס איז ליכטיג, פארוואס עס טאגט.
טאטע, דאס זענען דאך דיינע קינדער
און צום קבר טוסטו זיי טראגן
דו ביזט דער לעשער, אויך דער צינדער
וויאזוי האט געקענט אנהייבן טאגן.
פארוואס, פארוואס. איך פרעג: פארוואס
איך הער נאר א ווידערקול מיר נאך יאגן
דער האט געראטעוועט אנדערע אן קיין מאס
וויאזוי האט נעכטן געקענט אנהייבן טאגן.
אוי טאטע, וואו איז די מידה כנגד מידה
ער האט דאך געראטעוועט לעבנס מיט אזויפיל פלאג
און דא האט דער מלאך המות געכאפט א רקידה
גע'שחט'ן דריי לעבנס אין דעם ביטערן טאג.
א חתן, אוועקגענומען פון כלה'ס לעבן
אוי, ווערטער - איך נישט פארמאג
וואו איז דער טרייסט צו קענען געבן
זון, פארוואס האסטו געשיינט דעם טאג.
אוי גאט, דו האסט אויסגעפירט
האסט אונז אנגעכאפט ביים קראגן
די פרשת התוכחה האבן מיר געשפירט
ווען עס האט נעכטן געטון טאגן.
אבער מיר שפירן נאר דערדריקט
עס שטעכט אין מאגן
אונזער נשמה צוריסן און צופליקט
פארן נעכטיגן טאג'ן.
ב.
און טאטע, איך קען נישט פארגעסן
פון יענעם שרעקעדיגן ביטערן פרייטאג צו נאכט
ווען די פייער צונגען האבן נפשות געגעסן
משפחת ששון נהפכה לאבל, אן אבידה פון אכט.
איך וויל זיין שטיל, אבער נשמתי צועקת
וויפיל טאטע, וויפיל גייסטו אונז שלאגן?
נשמתי דועכת, אף נחנקת
גייט שוין אמאל אמת'דיג טאגן?
פרימארגן שיין, פארשאלטן דו ביזט
צבוע, פארוואס באהאלסטו זיך אין א ליכט-מאסע
אונטער דיין שיינענדע מאסקע הרג'ענען דו טוסט
דערמאנסט מיר פונעם ריינעם אריער ראסע.
קום ארויס מיט דיין טונקל, מיט דיין פינסטערניש
וועלן מיר זיך גוט אפרעכענען מיר דיר
איך וועל דיר געבן אן אפשיי קוש
און דיר ווייזן דעם אנדערן זייט טיר.
פאלשער ליכט, הער אויף שיינען
ווייז ארויס דיינע שווארצע פארבן
לאז מיר זיך גוט אויסוויינען
ביז די טרערן קוואלן וועלן אפשטארבן.
ג.
און דו, מיין טייערע גאט
איך וויל נישט זיין מטיח כלפי מעלה
אבער אונזער וועגווייזער משה האט
געפרעגט דעם 'למה הריעות' שאלה.
איך, קליינער מענטש, פרעג נישט שאלות
איך קען נאר ווייטאג אויסדריקן
איך קום כעני בפתח, בדלי הדלות
וויינען און שרייען: גענוג שוין צו פליקן.
תחל שנה וברכותיה, א טיפע באדייט
אבער יעדעס יאר דאס חזר'ט זיך איבער
דער מעסעדזש וואס ווערט פארשפרייט
מ'דרייט אונז ווי מצות ביים שיבער.
גענוג הסתר פנים, באמת, שוין גענוג!
מיר וויינען און דאווענען שוין גענוג יאר יערליך
הגיע עת דודים, ס'איז העכסטס צייט ללא פלוג
וידע כל פעול כי אתה ה' אלקי ישראל מלך.
----------------------------
נ.ב. צעקת הלב היא זו, ואינני צועק על ה' כי אם אל ה', וד"ל.
א פינסטערע טאג...
תיתי לי, אז א נייע כוכב עולה - הרב [tag]יודישע שרייבער[/tag], האט אויך אפגעשריבן א קינה איבער דעם פאסירונג, בשם אוי באשעפער וואס וועט דא זיין?