עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריעד באטשי האט געשריבן:[tag]אדנירם[/tag] ווען קומט נאך א קאפיטל? איך דארשט שוין פון זונטאג.

טייערע חברים, פארוואס האלט די לעצטע צוויי קאפיטלעך (30-29) נאר ביי 9 לייקס?

הוא מותיב לה והוא מפרק לה.
אז דער עולם איז נישט אינטרעסירט אין א רגע'לע צו לייקן, בין איך נישט אינטרעסירט אוועקצוגעבן שעות צו שרייבן קאפיטלען.
[NAMELESS]

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

שליחה דורך [NAMELESS] »

[emoji27] [emoji27] [emoji27]
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

[tag]אדנירם[/tag] די הערסט אויף
איך מיין אין די היסטורי' פון קאווע שטיבל האט נאך קיין ניק נישט צוזאם געקליבן אזויפיל לייקס אין אזא קורצע צייט! די עולם גייט בענענעס פאר דיר
איך לעצמי האב געלייקט יעדע איינציגע ארטיקל אין דער אשכול אבער זאג נישט אז די עולם איז נישט אינטערסירט אין דעם ווייל ווען די עולם איז נישט אינטערסירט אין דיין ווערק באקומסטו נישט היינט די טיטל אמשינובאתא
יעצט שאר ארויף די ארבל אין בלאז אריין א רוח החיים דא אט אין די אשכול
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ש'כח פאר דיינע לויב רייד.

אבער דאס אז איך האב צאמגעקליבן אזויפיל לייקס אין אזא קורצע צייט, וואס קיינער אנדערש האט דערווייל נאכנישט באוויזן, איז צוליב דעם וואס איך האב צאמגעשריבן אזויפיל מעכטיגע קאפיטלען איבער כל מיני מקצועות אין אזא קורצע צייט, וואס קיינער אנדערש האט דערווייל נאכנישט באוויזן.
די עולם גייט בענענעס? נו נו, אז נישט וואלט איך דאך נישט געשריבן.
אבער אויב עפעס, פעלט אויס די מינימאלע הכרת הטוב אין פארם פון אן אפגעריסענע 'לייק'. קיין געלט באקום איך נישט, כבוד אויך נאר ווירטואלע... [ווער ביזטו, 'אדנירם'?], כאטש מאכטס מיר נישט שפירן דאס גענאר.

אגב, כ'האב שוין אפגעשריבן אין דעם אשכול 122 תגובות/מאמרים/וכו'.


מ"מ לכבודך וועל איך זיך משתדל זיין היינט-מארגן ארויפצולייגן א פרישע קאפיטל אי"ה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

סתם להעמיד על האמת, איך פאר דיר עפל און נישט בענענעס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און איך גיי פייגן
ניין. איים סארי, נאר יעצט פאר ראש השנה....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן אדם האט געשריבן:און איך גיי פייגן
ניין. איים סארי, נאר יעצט פאר ראש השנה....

בקיצור, דו ווייזט מיר א 'פייג'. ש'כח...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר' שש, פליז זיך דיך נישט קיין תירוצים זיך ארויסצודרייען, כ'האב ס"ה געמיינט צו זאגן אז דיינע ארטיקלען פארדינען זיך יעדעס מאל א שהחיינו - דאס ז זעלבע וואס מ'מאכט ר"ה אויפן פייג.

און ביטע זיי מיר נישט אזוי נעגאטיוו יעצט פאר די הייליגע טעג, כ'בעטעך...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]איין און דרייסיגסטע קאפיטל:
די באהאלטענע עבודה פון רבי מאיר'ל מ'אמשינוב.[/center]



[center]צדיק נשגב והצנע לכת.[/center]
רבי מאיר'ל איז געווען א גאון אין הצטנעות. ער האט זיך אויסבאהאלטן פון מענטשן אזש ער האט באוויזן צו פארנארן מאנכע מיט זיין מאסקע פון פשטות. אבער אויב מ'האט אים גוט נאכגעקוקט האט מען געקענט זען ווי ער איז א פארמאכטע קאכעדיגע קעסל. ער פלעגט יעדן טאג ארומגיין די מנינים שחרית, און ענפערן אמן'ס אויף מענטשנס ברכות, און קדישים, און דאס האט געקענט אנגיין פאר שעות לאנג. שפעטער נאכמיטאג האט ער זיך אפגעזונדערט אין א ווינקל באין רואים און אזוי האט ער גאדאווענט מיט זיין התלהבות אויסבאהאלטן פון יעדן. דער אלטער טאלנער רבי האט טאקע מפליא געווען זיין באהאלטענער עבודה און זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז 'למעלה מן הזמן'.


[center]אין א ריקוד מיטן אלטער ביאלער רבי, דער חלקת יהושע [אגב, מערקט זיין ווייסער קאפל אין שפיץ שטריימל]:
download (1).jpg
download (1).jpg (26.33 KiB) געזען געווארן 8355 מאל
[/center]
זיין ענוה איז אבער נישט געווען מן השפה ולחוץ, נאר אן אינערליכער צניעות. ווי דער באקאנטער ת"ח ומח"ס מפורסמים הנודע בשם הרב אליהו כי טוב האט דערציילט, אז רבי מאיר'ל פלעגט האבן אזא פחד פאר זיין הייליג טאטן רבי שימעלע אמשינאווער, אז ער פלעגט אייביג בעטן איינעם מיטצוקומען מיט אים ווען ער איז אריין רעדן מיט זיין טאטן, און ער האט גערעדט צו דעם מענטש וואס ער האט מיטגענומען מיט זיך, און זיין טאטע האט געהערט און אים געענטפערט... דאס איז געווען כאטש ער איז געווען בנו יחידו ומחמדו פון רבי שימעלע. הרב אליהו כי טוב האט דאס געוואוסט וויבאלד אסאך מאל איז ער געווען דער וואס רבי מאיר'ל האט מיטגענומען מיט זיך צום טאטן...

אבער אפילו אין זיינע אנדערע התנהגות'ן האט מען געזען וואספארא איש קדוש ער איז. און ווי הגאון רבי יהודה טרגר זצ"ל ר"י אנטווערפן האט דערציילט, אז זיין פאטער רבי אברהם איז געווען שטארק בידידות מיט רבי מאיר'ל וואס איז געווען זיין בן גילו, און ער האט מעיד געווען אויף אים אז ער ווייסט אז שוין פערציג יאר האט רבי מאיר'ל נישט טועם געווען קיין תבשיל חם דורכן וואך, נאר ער האט געגעסן א טריקן שטיקל ברויט, און דאס איז שוין געווען נאכן פאסטן רוב טאג ווייל ער האט ערשט געענדיגט דאווענען קרוב אל הלילה. האט ער אויסגעפירט, אז די גרעסטע וואונדער איז געווען, ווי דאס אלעס האט גארנישט משפיע געווען אויפן הייליגן דמות פון רבי מאיר'ל, וואס האט שטענדיג געלאכטן און ער האט זיך אלס געזארגט פאר אנדערע.


[center]זיין הייליגע לייכטענדע צורה:
images1q.jpg
images1q.jpg (25.35 KiB) געזען געווארן 8355 מאל
[/center]
דער היינטיגער ראכמעסטריווקער רבי שליט"א פון אמעריקע האט דערציילט, אז רבי מאיר'ל פלעגט בלייבן אויף א גאנצע נאכט ווייל ער האט זיך נישט געוואלט לייגן שלאפן בעפאר'ן ליינען ק"ש של שחרית. ער האט געליינט ק"ש בעפארן נץ החמה, און דערנאך געבעטן אז מ'זאל אים אויפוועקן בעפאר דעם ערשטן סוף זמן ק"ש, 'איבערצוליינען' ק"ש. און ער האט זיך אויסגענומען מיט א יונגערמאן אז ער זאל אים אויפוועקן, און אפילו כ'וועל וועלן אמאל שלאפן נאך אביסעלע זאלסטו זיך נישט לאזן און דו זאלסט זען איך זאל זיין אויף בעפארן ערשטן סוף זמן ק"ש, און דאס איז געווען הגם ער האט שוין געליינט איינמאל ק"ש בעפארן נץ. דאס איז געווען זיין גאנצע שלאף - פונעם נץ ביז בעפארן ערשטן סוף זמן ק"ש... דער יונגערמאן האט דאס זעלבסט דערציילט פארן ראכמעסטריווקער רבי'ן.

הרה"ח רבי עזריאל זעליג וויינבערג ז"ל האט מעיד געווען מדידיה, אז איינמאל איז רבי מאיר'ל געווען ביי א שמחה, און ווען ער איז ארויס האט רע"ז גערופן א 'מונית' פאר אים [ווייל בית וגן איז דאך היבש ארויס פון צענטער ירושלים]. ווען רבי מאיר'ל האט געזען דעם מונית ווארטן אויף אים, האט ער געזאגט פאר רע"ז הנ"ל אז ער גייט נישט מיטן מונית נאר מיטן באס. האט ער אים געזאגט אז דער מונית גייט ממילא בעטן געלט, און זאל ער כאטש פארן מיטן מונית, אויף וואס רבי מאיר'ל האט אים געענטפערט אז ער איז מסכים צו פארן מיטן מונית ביזן באס סטאפ, כדי ס'זאל נישט זיין סתם א הפסד ממון, אבער פון דארט און ווייטער גייט ער מיטן באס. און אומר ועושה. ווען מ'איז אנגעקומען דארט, האט רבי מאיר'ל אים נישט געלאזט ער זאל אים באגלייטן קיין בית וגן. דאס איז געווען דער טיפישער התנהגות פונעם צדיק צנוע רבי מאיר'ל.


[center]זיצנדיג ביי א שמחה, צווישן רבנים:
20081124_12351412777_e6.jpg
20081124_12351412777_e6.jpg (36.41 KiB) געזען געווארן 8355 מאל
[/center]
פארט אבער האבן די צדיקי הדור געוואוסט וואספארא געהויבענע איד רבי מאיר'ל איז, און דער אלטער סטריקובער רבי האט זיך אויסגעדריקט אויף אים אז ער ווייסט נישט צו אינעם דור איז נאך פארהאן אזא הייליגע איד וואס איז א לעצטע צווייגעלע פון א ריכטיגע פארצייטישע רבי פון דערהיים. הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל איז אויך געווען שטארק בקשרי ידידות מיט רבי מאיר'ל, מיט וועם ער האט זיך באקענט וויבאלד זיין ישיבה 'קול תורה' געפונט זיך אין געגענט 'בית וגן'. אזוי אויך איז באקאנט, אז דער היינטיגער רבי האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט אויפן זיידן, אז ער האט קיינמאל זיך נישט געגעבן קיין ריר אן א ספעציעלע כוונה, און מיט אלע זיינע מעשים האט ער אינזין געהאט העכערע זאכן.


[center]ביים חנוכת הבית פון זיין ישיבה 'שם עולם', זיצט באהאלטן צווישן הגאון רבי יחזקאל אברמסקי והרב דוד הלחמי וואס שטייען:
20081124_12154828976_e4.jpg
20081124_12154828976_e4.jpg (34.25 KiB) געזען געווארן 8355 מאל
[/center]
אזוי אויך איז באקאנט, אז מיטן גאנצן פשטות פלעגט ער כחצות הלילה - ווען די לעצטע באס פארט ארויס פון בית וגן - גיין צום באס סטאפ, און זיך איינבעטן ביים נהג צו ווארטן אפאר מינוט פאר אידן וואס האבן פארשפעטיגט, ווייל נאכדעם וועלן זיי שוין נישט האבן קיין ביליגע וועג צוריק מיטן באס... ער האט עס געמיינט אמת'דיג און אזוי האט ער גע'פועל'ט אז זיי זאלן צואווארטן צוויי דריי מינוט פאר פארשפעטיגטע. ער האט ניטאמאל מעלה געווען על דעתו אז ס'פאסט נישט פאר אים, ווייל זיין פשטות איז געווען נאטירליך ביי אים. אבער דא קומען מיר אן צום אמשינאווער שטריך פון 'אהבת ישראל', וואס האט ביי אים ספעציעל ארויסגעשיינט, מער איבער דעם - אין קומענדיגן קאפיטל.


אין נעקסטן קאפיטל: זיין אהבת ישראל, ועוד.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]צוויי און דרייסיגסטע קאפיטל:
אהבת ישראל ומידותיו התרומיות של רבי מאיר'ל מ'אמשינוב.[/center]



[center]אוהב את הבריות.[/center]
ווי דערמאנט אין פריערדיגן קאפיטל, האט רבי מאיר'ל אויסגערעכנט וואו ער קען ארויסהעלפן אנדערע נאך און נאך, אז ער פלעגט אפילו בעטן ביים נהג ביינאכט צו ווארטן אביסל פאר די פארשפעטיגערס... למעשה איז דאס געווען זיין עצם מהות: גוטסקייט פאר אנדערע, הקרבה פאר אנדערע, און אהבה פאר אנדערע. ער האט געהאט אן אפן טיר פאר נצרכים, ביתו היתה פתוחה לרווחה, און ער פלעגט אויפנעמען מענטשן וואס פלעגן זיך אויסגיסן זייער ביטער פעקל פאר אים, און רבי מאיר'ל מיט זיין שמייכל פלעגט זיי מעודד זיין און מחזק זיין, כמיטב יכולתו. און א יכולת האט ער געהאט, זייענדיג א שטיק הארץ און איבערגעגעבנקייט פאר א צווייטן.


דאס שטראלנדע הייליגע צורה פון רבי מאירל, ביי א ריקוד של שמחה:
נ7.jpg
נ7.jpg (41.08 KiB) געזען געווארן 8288 מאל

מיט זיין ספעציעלן כח להלך נגד רוחו של כל אחד ואחד, האט ער באוויזן צו פאראייניגן ביי זיך אלע פראקציעס און שיכטן אין כלל ישראל [וואס האט זיך נאכמער אויסגעברייטערט אונטערן הנהגה פונעם היינטיגן רבי'ן שליט"א אין ארץ ישראל]. כידוע אין די ערשטע צענדליגע יארן פון מדינת ישראל, איז געווען צוויי געגנערישע פראקציעס אינערהאלב אגודת ישראל, 'צעירי אגודת ישראל' [צא"י], און 'פועלי אגודת ישראל' [פא"י]. אסאך ביטערע מלחמות זענען פארגעקומען צווישן זיי, און גדולי ישראל האבן זיך אסאך מאל אריינגעמישט, זה בכה וזה בכה. רבי מאיר'ל האט לכבוד דעם קיינמאל נישט גע'פסק'נט פאר וועם צו גיין מצביע זיין ביי די בחירות, נאר ער פלעגט שטענדיג זאגן אז ווער ס'טוט די מערסטע אויף לש"ש זאלן מען וועהלן פאר זיי [כהיום נוצן עס די אמשינאווע אסאך מאל מצביע צו זיין פארן ספרד'ישן פארטיי - ש"ס, אויב לפי דעתם טוען זיי מער אויף אין די קאדענציע פאר כבוד שמים]. אדאנק דעם האט ער געקענט האבן חסידים ומעריצים פון ביידע זייטן, א שטייגער ווי הרב דוד הלחמי [ווייסבראד. א הייסער פא"י'ניק, חשובער רב און היסטאריקער] לעומת הרב אליהו כי טוב [מאקאטאווסקי. פון צא"י, אויך א חשובער רב ומח"ס ידועים].


[center]ביי אן אסיפה לכבודו של הגאון רבי יעקב קאמינעצקי - וואס שטייט. בין הנאספים גם הגר"י אברמסקי:
imagesd.jpg
imagesd.jpg (34.95 KiB) געזען געווארן 8288 מאל
[/center]
ער האט מקרב געווען יעדן, אפגעזען ווי קאנטערווערסיעל דער מענטש איז געווען. למשל רבי שלמה קארליבאך, וואס לעצטענס איז ער שוין מער-ווייניגער גע'כשר'ט געווארן למחצה לשליש ולרביע, אבער אין יענע צייטן איז ער געווען מנודה פון יעדע היימישע מקום, אזש דער העלד פון אהבת ישראל - דער ליובאוויטשער רבי - האט אפגעהאקט מיט אים, אבער רבי מאיר'ל האט נישט געקענט אפזאגן א איד, און פארקערט גאר, ער האט געזען אין אים א נשמה וואס טוט אויף פאר כבוד שמים, און ער האט אים ספעציעל מקרב געווען. רבי שלמה'לע האט געעפנט א מושבה אין ארץ ישראל פאר זיינע אנהענגער'ס בשם 'מבוא מודיעים', אבער נאכן זיך באקענען מיט רבי מאיר'ל האט ער לכבודו געטוישט דעם נאמען צו 'מאור מודיעים' [ליין דא איבער דעם אינטרעסאנטן מקום]. רבי שלמה איז שוין געבליבן א נכס צאן ברזל אין אמשינוב, און זיינע ניגונים ווערן דארט געזינגען בכל עת מצוא, ווען דער היינטיגער רבי זיצט מיט א צופלאמטן צורה...

אזוי איז געווען בכל מעשיו ותהלוכותיו בקודש. ער פלעגט אלעמאל האבן א שמייכל אויפן פנים, געמישט מיט א יראת שמים טהורה וואס האט פשוט אראפגעשיינט פון זיין הייליגן געזיכט. כאטש ער איז אלס געווען א שוואכע מענטש וידוע חולי, האט זיך דאס קיינמאל נישט אנגעזען אויף אים, נאר אלס איז געווען צהלתו בפניו, כדי אנדערע זאלן נישט שפירן שלעכט און מצטער זיין בצערו. ער האט טאקע צוגעצויגן צו זיך מענטשן ווי א מאגנעט, זעענדיג אין אים א מקור פון 'פרישקייט' און יראה טהורה, ובפרט דעם יונגערן דור האט ער געהאט א באזונדערע שפראך מיט זיי, און געוואוסט וויאזוי זיי מקרב צו זיין לאביהם שבשמים.

איינמאל האט מען אריינגעברענגט קליינע גלעזלעך צו טרינקן 'משקה'. ווען רבי מאיר'ל האט דאס דערזען, האט ער זיך אנגערופן בדרך צחות: ווער האט דא געברענגט די 'מי אלה' גלעזלעך. מיינענדיג מרמז צו זיין אויפן פסוק 'מי אלה לפניך', וואס יעקב האט געזאגט פאר יוסף ווען ער האט נישט געוואלט בענטשן זיינע קינדער [עי' רש"י ריש פרשת ויחי], טענה'נדיג אז זיי זענען נישט ראוי לברכה. אזוי אויך דא האט ער געמיינט צו זאגן אז אויף אזעלכע קליינע גלעזלעך איז נישט ראוי צו מאכן א ברכה...


[center]מידותיו התרומיות.[/center]
בעצם האבן מיר שוין גענוג אויסגעשמועסט זיין גאונות אין מידות שבין אדם לחבירו, אבער פארט איז אינטרעסאנט אנצומערקן נאך אנקעדאטן. ווי שוין געברענגט כ"פ אין פריערדיגע קאפיטלען, איז הגאון רבי אליהו יהושע געלדצעהלער זצ"ל - נשיא ישיבת אור ישראל, געווען א הייסע חסיד פון רבי מאיר'לס פאטער - רבי שימעלע אמשינאווער. רא"י איז שוין געבליבן מקושר צו זיין זון רבי מאיר'ל [עווענטועל איז זיין זון, הגאון רבי אליעזר געלדצעהלער זצ"ל, געווארן א חסיד פונעם נעקסטן רבי'ן אינעם קייט פון אמשינוב - דער היינטיגער רבי שליט"א]. שרייבט רא"י סוף ספרו 'אמונת יהושע' ח"ו, אז פיר יאר נאכדעם וואס רבי מאיר'ל האט איבערגענומען די הנהגה, האט ער אנגעטראפן רבי מאיר'ל, און ער האט אים געזאגט: שיע, כ'האב געהערט אז דו ביזט געווארן מנהל פון ישיבת תורה ודעת אין קווינס, כ'וויל דיר בעטן איין זאך, 'האב רחמנות אויף די קינדער און נישט אויף די מלמדים'! דאס איז געווען קרוב צו זעכציג יאר צוריק, און אזא סטיל רעדן יענע צייט איז געווען א דבר פלא ממש. אבער נישט פאר רבי מאיר'ל מיט זיין צארטע נשמה וואס האט גוט פארשטאנען דעם דור חדש וואס וואקסט אונטער.

ווען ער האט געזען ווי בחורים שמועסן ביים לערנען, האט ער מיט זיין ליבליכקייט געטראפן דעם אומדירעקטן וועג וויאזוי צו רעדן צו זיי. אזויווי ער האט איינמאל געבעטן בחורים וואס האבן געשמועסט ביים אפענעם גמרא, אז זיי זאלן צומאכן די גמרות. זאגנדיג בלשון מליצי אז אויף דעם איז שייך 'שלא יראה הפת בושתו' [וואס צוליב דעם מאכן מיר קידוש ווען די חלות זענען פארדעקט]... צולייגנדיג א פרפרת נאה, אז דאס ווארט 'פת' איז בגימטריא 'תלמוד', דהיינו אז ביים תלמוד איז אויך שייך דער ענין 'שלא יראה בושתו' ווען מ'שמועסט איבערן אפענעם גמרא... אזוי ארום האט ער גע'מוסר'ט זיינע תלמידים אומדירעקט, און ווי פארשטענדליך זענען זיי געווען שטארק אדוק ומקושר מיט רבי מאיר'ל כל ימי חייו.


אין נעקסטן קאפיטל: אחרית ימיו, זרעו אחריו.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

כה לחי קיפ איט קאמינג :like
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לית דין בר נש האט געשריבן:כה לחי קיפ איט קאמינג :like

הערליך!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כוכב האט געשריבן:איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.

על אלה אני בוכיה... :cry:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדנירם האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:איך קען נישט גענוג באוואונדערן די רייכע מאמרים פון שש'ל, (כמעג דיר רופן בלשון חיבה?).
זע צו ענדיגן די סעריע פאר ראש השנה, איך וויל עס דרוקן לכבוד יום טוב.

על אלה אני בוכיה... :cry:

גם אני בוכה, אבער וואס זאגט מען אין אזא פאל? זאלסט נישט זאגן אז איך האב דיר נישט געווארענט, כ׳האב זיך דאך געבעטן ביי דיר...

אבער [tag]אדנירם[/tag], ביטע פארגעס נישט דער עיקר: נאר נישט אויפגעבן, עס קען נאך זיין אויף חנוכה, ט״ו בשבט... (פסח? נעה, איך האף אז פריער).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]אדנירם[/tag], שוין א וואך פארביי, ווען קומט נאך? זארג דיר נישט, די עולם וועט דיר לייקן...

חברים, ביטע פארשעמט מיר נישט און גייטס דריקן די לייק קנעפל ביי די 32'סטע קאפיטל [און אויך ביי די פריערדיגע...]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]דריי און דרייסיגסטע קאפיטל:
אחרית ימיו של רבי מאיר'ל מ'אמשינוב.[/center]



[center]יציאת צדיק מן העולם עושה רושם.[/center]
רבי מאיר'ל אמשינאווער איז געווען א שוואכער מענטש, וידוע חולי רבות בשנים. דאס איז געווען זיין קונץ אז טראץ אלע מכאובים האט ער באוויזן אנצוהאלטן זיין אבנארמאלער סדר היום, און זיין שטענדיגער שמייכל. אין די לעצטע יארן זיינע איז ער געווארן זייער אפגעשוואכט, און נאך א שווערע מחלה - וואס צוליב דעם האט ער געקענט זיין רתוק למיטתו חדשים נאכאנאנד - איז ער נסתלק געווארן ביום כ"ז אייר שנת תשל"ו, אין עלטער פון פינף און זיבעציג יאר.


[center]א באריכט לאחר פטירתו באוויינט דעם אדם הגדול בענקים:
ר' מאיר'ל אמשינאווער.pdf
(68.85 KiB) אראפגעלאדנט 116 מאל
[/center]
ער איז נטמן געווארן אין הר המנוחות, לעבן זיין מאמען [זיין טאטע האט מען דאך געלייגט אין אלטן בית החיים אין טבריה. אפשר האט מען אים נישט באגראבן אין טבריה ווייל ער וואלט ממילא נישט געקענט ליגן לעבן זיין טאטן. השערה בעלמא]. און ביים מסע הלויה האבן זיך באטייליגט טויזענטער מענטשן, אזש די גאנצע וועג פון בית וגן בית הר המנוחות איז געווען פיל מיט מענטשן וואס זענען געקומען באגלייטן דעם גרויסן נפטר.


[center]תמונת קברו בהר המנוחות:
AdmorYerachmielYehudaMeirKalishMiAmshinov.JPG
[/center]
עס האט זיך באזונדער אנגעזען א חלל בפטירתו, וויבאלד ער האט נישט איבערגעלאזט קיין ממשיך דרך, און דער איינציגסטער וואס איז געווען ראוי צו זיין דער ממשיך דרך - זיין אייניקל, דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א - האט בשום פנים ואופן נישט געוואלט אננעמען די רבי'סטעווע, הגם די חסידים האבן זיך געבעטן ביי אים, און דער בית ישראל פון גור איז אסאך מאל אריבער צו אים בעטן ער זאל ווייטער פירן דעם אמשינאווער קייט [מער איבער דעם, נאך די קאפיטלעך איבער הגאון רבי חיים מיליקאווסקי, דער היינטיגער רבי'ס טאטע]. אזוי איז אמשינאוו געבליבן פאר'יתומ'ט גאר א לאנגע צייט ביז דער היינטיגער רבי האט דאס אומאפיציעל אנגענומען, וכפי שיסופר במקומו הראוי.


[center]ביתו אחריו.[/center]
רבי מאיר'ל האט געהאט צוויי קינדער, איין זון און איין טאכטער. זיין זון, הרב משה צבי קאליש ז"ל, איז געווען אן עילוי'אישער טיפ מענטש, אבער גענוג עילוי'איש אז ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. ער האט אבער געקענט א געוואלד לערנען, געהאט א זכרון נפלא, קענענדיג חסידות און מעשיות כדבעי. ער האט ארויסגעגעבן דעם אלטן דריק פון 'אמת ואמונה' - א ספר צאמגעקליבן די ברענעדיגע ווערטער [ווערטלעך] פון רבי מענדעלע קאצקער, מיט מעשיות וכו'.

זיין טאכטער, הרבנית חיה נחמה, האט חתונה געהאט מיטן ליטווישן עילוי הגאון רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל, א ריזן ת"ח און נאך גרעסערער אינטרעסאנטער מענטש. און זיי האבן צוזאמען געהאט דריי קינדער: דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א, זיין ברודער הרב משה שליט"א [וואס פירט די אמשינאווע מוסדות אין ארץ ישראל], און א שוועסטער שתחי'. רבי חיים מיליקאווסקי איז געווען א ריכטיגער ליטוואק, און ריכטיגער עילוי, וואס האט געמאכט אוממעגליך ער זאל ווערן רבי. אבער זיין זון האט שוין דעמאלס גע'שמ'ט מיט זיין פייערדיגע עבודה, און אסאך האבן געלייגט אן אויג אויף אים, און עווענטועל איז ער טאקע געווארן רבי.


[center]רבי מאיר'ל אמשינאווער אין א פייערדיגן ריקוד ביים היינטיגער רבי שליט"א'ס חתונה:
images (12).jpg
[/center][center]פון רעכטס צו לינקס:
דער חתן - אדמו"ר מ'אמשינוב שליט"א, אחוז בידי זקינו - אדמו"ר רבי מאיר'ל מ'אמשינוב זצ"ל, לידו אדמו"ר מ'ראדזין זצ"ל, ולידו אדמו"ר מ'סטריקוב זצ"ל, ולידו אבי החתן - הגאון רבי חיים מיליקאווסקי [חתן רבי מאיר'ל מאמשינוב] זצ"ל.[/center]


אבער דער היינטיגער אמשינאווער רבי האט געצויגן זיין יניקה פון דריי פלעצער, וואס זיי האבן אויסגעשטעלט זיין גרויסן דמות: זיין אהבת ישראל, שמחה, פארשלעפטקייט, און יראת שמים, האט ער גע'ירש'נט פון אמשינאוו. זיין עילוי'שער מח, זיין אפיציעלע גאונות, און זיין 'אינטרעסאנטקייט', האט ער גע'ירש'נט פון זיין טאטן. און זיינע דקדוקי הלכות, פרומקייטן, דרך הלימוד והמחשבה, האט ער גע'ירש'נט פון בריסק - וואו ער האט געלערנט אלס בחור. [כ'האב אויך געשריבן ע"פ הסדר, ווער ס'האט אממערסטנס משפיע געווען, מן הכבד אל הקל]. דערפאר איז נישט מער ווי ריכטיג צו באשרייבן אביסל דעם דמות פונעם אינטרעסאנטן גאון ועילוי נפלא, רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל, בעפארן צוקומען צום הייטיגן אמשינאווער רבי שליט"א.


אין נעקסטן קאפיטל: א באזוך אינעם אינטרעסאנטן וואגאן אינעם אמשינאוון באן, ביי רבי מאיר'לס איידעם, הגאון רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פיר און דרייסיגסטע קאפיטל:
קורות חיי הגאון העילוי המופלא רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל.[/center]



[center]דער משונה'דיגער עילוי.[/center]
ווייניג ווייס איך כרגע איבער די יוגנט פונעם גאון אדיר, און גאון מופלא, רבי חיים מיליקאווסקי - דער איידעם פון רבי מאיר'ל אמשינאווער און דער פאטער פון היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א - און אזוי אויך פון וועם ער שטאמט. זיין היסטאריע [לפחות לגבי אמשינוב] הייבט זיך אן אין ישיבת מיר. ניין, נישט מיר אין ליטא, נאר מיר אין שאנכיי. רבי חיים מיליקאווסקי איז געווען א בחור אן עילוי, א מתמיד עצום, א יר"ש מרבים, וואס האט גע'שמ'ט אין די מירע ישיבה אלס כוכב עולה. ווען דאס איז אנגעקומען צו די אויערן פון רבי שמעון שלום אמשינאווער, וואס ווי אויבנדערמאנט איז ער געווען א בארימטער פערזענליכקייט אין שאנכיי אפילו אין די ישיב'ישער וועלט, האט ער מחליט געווען צו כאפן דעם יונגן עילוי פאר זיך.

זיין איינציגסטע זון, רבי מאיר'ל מאמשינוב, האט דעמאלס געהאט זיין בת יחידה, ווען מ'האט אנגעהויבן ערנסט קלערן פון נעמען דעם יונגן עילוי'שן ליטוואק פאר אן איידעם. אבער רבי חיים מיליקאווסקי האט ניטאמאל געהאט א בארד, ווי אלע ליטווישע בחורים האט ער אויך געשוירן זיין בארד. דאס איז נאר געווען א סימן פארן גאנצן ליטווישן דערהער, וואס קומט נישט עכט אריין אין א חסיד'ישע שטוב, כ"ש אין א רבי'שע שטוב. אבער רבי שימעלע האט געזאגט פאר זיין זון צו נעמען רבי חיים מיליקאווסקי אלס איידעם, זיך אויסדריקנדיג: "מאיר, א בארד וואקסט פון זיך אליינס, אזא קאפ וואקסט אבער נישט פון זיך אליינס"... [דאס דערמאנט פונעם מעשה מיט סאטמארער רב, וואס האט געוואלט ממנה זיין דעם מנחת יצחק אלס ראב"ד עדה החרדית, כאטש ער האט געהאט א נישט קנאי'שע היסטאריע (מילד גערעדט), און סאטמארער רב האט זיך אויסגעדריקט: א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט, א ת"ח קען מען אבער נישט ווערן איבערנאכט...].

נאכן קריג האט ער געוואוינט אפאר יאר אין אמעריקע, און שפעטער איז ער אויך ארויף קיין ארץ ישראל, מיט זיינע קינדער - צווישן זיי דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א. א שטיק צייט איז ער געווען ר"י תומכי תמימים, אבער ער האט זיך שווערליך געקענט האלטן אויף א פלאץ זייענדיג א ריכטיגער עילוי מיט אלע פיטשיווקעס [ער האט געזאגט פאר יעדן אין פנים וואס ער האט געהאלטן - א זאך וואס רוב מענטשן קענען נישט דערליידן. הפנים, קיין 'דיפלאמאטיע' האט ער נישט פארמאגט אין זיין ארסענאל פון אייגנשאפטן]. שפעטער, ווען זיין שווער - רבי מאיר'ל אמשינאווער - האט מייסד געווען די אמשינאווע ישיבה 'שם עולם', איז ער געווארן אמשינאווער ראש ישיבה. איר זאלט זיך נאר נישט איינרעדן אז ער איז געווען דער טיפישער סארט ראש ישיבה, ער איז געווען דער 'דמות' פון ישיבה. וואו אהין מ'קען אנקומען מיט יגיעת התורה, וויאזוי א מענטש קען זיין א מאדנע פערזאן געמישט מיט מבהיל'דיגע גאונות בכל מכמני התורה. אבער 'ראש ישיבה' לויט וואס מיר אידענטיפיצירן היינט צוטאגס, איז ער שוין גארנישט געווען...

געווען אמאל א מעשה מיט איינע פון די גדולי ירושלים, וואס ווען ער איז געווען יונג האט ער געהאט א שווערע קשיא אינעם סוגיא פון 'תנאי כפול' [אין פרק האומר במסכת קידושין], אזוי גייענדיג אין גאס אין 'בית וגן' האט ער באמערקט דעם בארימטן גאון רבי חיים מיליקאווסקי. האט ער מחליט געווען צו פרעגן זיין קשיא פון רבי חיים'ן, און ווי נאר ער האט אנגעהויבן רעדן פון די סוגיא וועלנדיג צוקומען צום קשיא, האט אים רבי חיים איבערגעהאקט זאגנדיג אז דער ט"ז אין זיין הקדמה רעדט ער דערפון. זעענדיג אז דער שואל וואונדערט זיך וואספארא שייכות קען שוין א הקדמה פונעם ט"ז צו זיין ספר האבן צום שווערן סוגיא פון תנאי כפול, האט אים רבי חיים מיליקאווסקי גלייך אנגעהויבן נאכזאגן מלה במלה בעל פה דעם גאנצן משא ומתן וואס שטייט אינעם ט"ז'ס הקדמה. ער האט אפילו צוגעלייגט די ווערטער פונעם ש"ך אין נקודת הכסף, וואו ער דינגט זיך מיט די ווערטער פונעם ט"ז אינעם הקדמה. ווען ער האט געזען דעם פארוואונדערטן מינע אויסגעשפרייט אויפן געזיכט פונעם שואל, פון וואו ער געדענקט אזא פארשטופטער מקור, האט ער אים איינפאך אפגעענטפערט אז אויב דער ט"ז וואלט געהאלטן אז מ'דארף נישט לערנען זיין הקדמה, וואלט ער עס פשוט נישט געדריקט אינעם ספר...

ווידער איז געווען אמאל אזא ראגעטשאווע סטיל מעשה, אז ער איז איינמאל געגאנגען אין גאס און א קינד איז דארט געווען אנוועזנד, ווען אינמיטן איז א קעצל דורכגעלאפן. אויפן פלאץ האט רבי חיים מיליקאווסקי אנגעהויבן אויסרעכענען די פלעצער אין תורה וואו עס ווערט דערמאנט דער בעל חי - דער קאץ... [מן הסתם כדי מחי' צו זיין דאס קינד. אדער צו מגדיל זיין חשיבות התורה אין זיינע אויגן].


[center]התמדה בתורה, יגיעה בעבודה.[/center]
ווי א ריכטיגער גאון ועילוי עצום, איז ער געווען א מתמיד אן קיין חכמות. לא פסק פומיה מגירסא איז נישט קיין מליצה, נאר ענדערש אן אויסדריק וואס באצייכנט זיין גאנצן לעבן. ער האט געטראכט תורה, געאטעמט תורה, און געשלאפן תורה. ס'איז נישט געווען קיין מאדנע זאך אז ער זאל בלייבן אויף א גאנצע נאכט אין ישיבה, שטייענדיג אויפן לייטער אין אוצר הספרים פון ישיבה [כ'רעד נישט פון מירע ישיבה, כ'רעד פון אמשינאווער ישיבה, ווען ער איז געווען ראש ישיבה!] פארטיפט אין א ספר, נישט כאפנדיג אז די נאכט גייט פארביי, און נישט כאפנדיג אז ער שטייט שעות אויף א לייטער... ס'איז אפילו נישט געווען מאדנע אז ער זאל אינמיטן נאכט ארויסשפרינגען פון בעט - שוין אנגעטון אין פידזשאמעס, און צולויפן צום אוצר הספרים אין ישיבה ארויפווארפנדיג זיין פראק אויף די פידזשאמעס, ווייל ער האט 'געמוזט' נאכקוקן עפעס וויכטיג אין א געוויסן ספר.

רבי יעקב פרידמן, דער בעל מחבר פונעם פאפולערן ספר 'שטייגען', איז אן אמשינאווער תלמיד פון יענער תקופה. ער האט אסאך קונה געווען פון רבי חיים, און איז אפילו געווען נאנט באפריינדעט מיט אים [אויף וויפיל ס'איז געווען שייך צו זיין 'באפריינדעט' מיט דעם אינטרעסאנטן עילוי]. דערציילט ער, אז איינמאל פיר-פינף אזייגער פארטאגס האט ער אים געטראפן אויף זיין 'מקום קבוע' אויפן לייטער אינעם אוצר הספרים, טאקע מעוטף בפראקיתו ופידזשאמיתו, נאכן אים טרעפן דארטן פארנאכטס מיטן זעלבן ספר... רבי חיים האט ניטאמאל באמערקט אז די זייגער האט זיך א ריק געטאן, און זעענדיג זיין תלמיד האט ער אים געפרעגט: יענקל'ע, נאכטמאל האסטו שוין געגעסן? ס'איז געווען גוט? אויף וואס יענקל האט אים געענטפערט דעם ריינעם אמת: ניין, ס'איז נישט געווען גוט...

רבי חיים מיליקאווסקי, מיט זיין גאנצן גאונות איז געווען א ליבליכער מענטש, א ריזיגער בעל רחמנות [דא האט ער אריינגעפאסט אין אמשינוב], און הערנדיג אז זיינס א תלמיד האט נישט געגעסן קיין נאכטמאל האט ער אים געזאגט: גיי אין מכולת [-גראסערי] און קויף דיר איין א געשמאקער נאכטמאל, אויף מיין קאנטע. פירט רבי יעקב פרידמן אויס די מעשה: ס'איז נאר געווען איין קליינער פראבלעם, ס'איז שוין געווען א האלבע שעה נאכן עלות השחר אין בית וגן...! אבער רבי חיים מיליקאווסקי, האט גארנישט געשפירט. נישט קיין הונגער, נישט קיין ליכטיגקייט פונעם אור שזורח, נישט קיין מידעקייט, און נישט אז ער שטייט אויפן זעלבן ארט, אויפן לייטער, מיטן זעלבן ספר, פאר זעקס שעה... דער כח הבלתי נדלה, דער אבנארמאלער השתלטות על החומר, דער זיסקייט געמישט מיט מבהיל'דיגער גאונות, האט ער איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א.

ער האט געהאט א באקאנטער ניגונ'דל מיט וואס ער פלעגט זיצן און לערנען, בעסער געזאגט: האקן שטיקער, נאך בעסער געזאגט: שטיין און לערנען... זיין ניגונ'דל איז געווען אזא מעורר לבבות, אזא באהאלטענער שאגת הלב, און די תנועה איז אויך איינע פון די זאכן וואס דער היינטיגער רבי האט גע'ירש'נט פון זיין פאטער. אזוי אויך איז זיין דאווענען געווען מתוך התעוררות וביגיעה בלתי מוסברת. דאס וואלט זיך ענדערש אנגערופן 'תפילה בעיון'... כאטש ער איז געווען א פולשטענדיגער ליטוואק, וואס האט נישט געגליכן קיין חסידים און חסיד'ישע שטיק, איז ער אבער געווען בקי בספרי פרשיסכא און וואורקע - אדאנק זיין דביקות אין זיין זיידן רבי שימעלע אמשינאווער. און אזוי אויך האט ער געדאווענט אין א קבלה סידור, און ער איז געווען ידוע בבקיאותו בנסתר אזויווי זיין בקיאות נפלאה בנגלה.

א שארף ווארט, א גלייכווערטל איז געווען מעין עוה"ב פאר אים. אבער - ווי ריכטיגער שיחת חולין של ת"ח - האט זיינס א ווערטל געמוזט האבן א ראי' פון ירושלמי, וואס ער האט ספעציעל געגליכן צו לערנען [אפשר וויבאלד דאס איז א מקצוע וואס איז 'דיפערענט'...]. ווען ער איז געגאנגען אין גאס, אדער געזעצן פאר זיך, האט זיין קאפ כסדר געווירבלט מיט סוגיות קשיות ראיות א.א.וו. ביז צומאל האט עס געפלאצט אין פארעם פון אויסקלאפן אין ביהמ"ד אז ער גייט יעצט געבן א שיעור כללי אין ישיבה... הפנים, ער האט נישט געקענט האלטן אזויפיל ביי זיך פארמאכט, און ס'איז פשוט איבערגערינען. למעשה איז נישט פארבליבן פון אים קיין נארמאלע ספרים, וויבאלד ער האט זיך נישט געקענט מסדר זיין און שרייבן נארמאל. א קליין ספר'ל אויף שבת בשם 'שנות חיים' איז פארבליבן פון אים, און אזוי אויך וואס ער האט מפרסם געווען אין געוויסע ירחונות וכדומה.

א טשיקאווער מענטש איז ער געווען די והותר [מער איבער דעם אין קומענדיגן קאפיטל], אבער ער האט גענאסן הערצה ביי אלע שיכטן און קרייזן צוליב זיין אויסערגעווענליכן כח בתורה. אפגערעדט ביי די ליטאים, וואס האבן אים נאך געקענט פונעם אלטן גווארדיע מאריות שבחבורה אין מיר, אבער אפילו ביי חסיד'ישע רביים. ער פלעגט צומאל אריינפאלן ביים טיש פון הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זצוק"ל, וואס פלעגט אים גאר שטארק מכבד זיין און מוקיר זיין [למעשה איז רבי משה מרדכי געווען באזונדער שטארק נאנט מיט זיין שווער - רבי מאיר'ל אמשינאווער, און זיי פלעגן אסאך שמועסן אינאיינעם].


אין נעקסטן קאפיטל: צווישן רבי חיים מיליקאווסקי און זיין שווער רבי מאיר'ל אמשינאווער, זיין עלטער-שווער רבי שמעון שלום אמשינאווער, און זיין זון דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]פינף און דרייסיגסטע קאפיטל:
רבי חיים מיליקאווסקי זצ"ל עם אדמור"י אמשינוב.[/center]



[center]מיט זיין שווער רבי מאיר'ל, און עלטער שווער רבי שימעלע, מאמשינוב.[/center]
ווי שוין אויבנדערמאנט איז רבי חיים מיליקאווסקי געווען א ליטוואק, און טאקע פון די ריכטיגע סארט - זייענדיג א היבשער מתנגד צום חסיד'ישן מהלך החיים. אפילו פון זיין שווער האט ער נישט געהאלטן [ווי דערמאנט שפעטער], אבער פון זיין זיידן רבי שימעלע איז ער יא געווען א פארברענטער חסיד, זעענדיג אין אים א דמות פון א פארצייטישער רבי וואס האט פארקערפערט אין זיך אלע מעלות: ער איז געווען א גאון עצום בתורה, און א זעלטער בקי בתורת הנסתר, און גלייכצייטיג איז ער געווען א משונה'דיגער מתמיד. און בכלל איז זיין התנהגות געווען בגלוי, מיט א געוואלדיגער קאך און ברען. אזוי אז אפילו דער פארברענטער ליטוואק רבי חיים מיליקאווסקי, איז געווען א חסיד בהתבטלות גמורה צום עלטער שווער - רבי שימעלע. עד כדי כך, אז ווען רבי שימעלע האט אים געגעבן א ספאדיק ביים חתונה, האט ער דאס אנגעטון און מער קיינמאל נישט אראפגענומען פון קאפ. כמדומני, אז ער האט אויך גע'ירש'נט רבי שימעלע'ס ספאדיק.

בכלל איז ער געווען זייער פארקאכט אינעם זיידן, און בחייו פלעגט ער אפילו זיך משתתף זיין ביי זיינע טישן [כאטש ער האט געקענט לערנען א סוגיא בשעת מעשה...]. אזוי אויך פלעגט כסדר לערנען אין זיידנס ספרים. אזוי אויך, איז בית פרשיסכא און וואורקע גע'כשר'ט געווארן אין זיינע אויגן, צוליב דעם וואס רבי שימעלע איז געווען פון דעם חדר... ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט: ווען איך בין אנגעקומען צום זיידן רבי שימעלע, איז מיין התנגדות אפגעשטארבן. און מיט זיין בייסיגקייט האט ער צוגעלייגט: און ביים שווער, האט מיין התנגדות געהאט תחיית המתים...

ווייטער רבי מאיר'ל איז געווען א ריכטיגער נחבא אל הכלים. א שטילער, שמייכלדיגער, גאר באהאלטענער עובד ה'. בכלל נישט דער סארט וואס זאל באאיינדרוקן אזא קאלטער - און עילוי'אישער - ליטוואק, און דערפאר האט ער זיך ממש נישט גוט פארשטאנען מיט זיין שווער. געווען אמאל א בחור וואס איז געקומען שפעט אין ישיבה אפאר מאל. רבי חיים מיליקאווסקי - דער ראש ישיבה - האט אים געזאגט, אז אויב ער קומט שפעט, זאל ער נישט אריינקומען צום שיעור יענע טאג. ווען רבי מאיר'ל האט עס געהערט, האט ער געזאגט אז לדעתו דארף מען פשוט מעניש זיין דעם בחור צו בלייבן איבעריג צייט אין ישיבה אזוי לאנג ווי ער האט פארפעלט אינדערפרי. רבי חיים מיליקאווסקי האט זיך אויפגערעגט און געזאגט: דער שווער זאל מיר מוחל זיין, איך בין אלס בחור קיינמאל פון ישיבה ניט ארויס, און דער שווער איז אין ישיבה קיינמאל ניט אריין, איז ווי קומט דער שווער זאגן דעות אין הנהגת הישיבה...


[center]מיט זיין זון, דער היינטיגער אמשינאווער רבי שליט"א.[/center]
רבי חיים מיליקאווסקי, האט מחנך געווען זיינע קינדער אויפן ליטווישן שטייגער [אויף וויפיל ס'איז שייך צו זאגן 'מחנך' זיין, ווען מ'רעדט פון א טשיקאווער עילוי...], און זיי נישט אנגעטון קיין רבי'שע בגדים ח"ו. געלערנט האט ער טאקע אין בריסק אונטער הגאון רבי בערל סאלאווייטשיק זצ"ל [אבי רבי אברהם יהושע], און פון דארט קומט זיין דקדוקי הדין, און לומד'ישע וועג אפצולערנען יעדע נקודה אין לעבן [לאו דוקא הלכות. וכמנהג בריסק, ואכמ"ל]. אבער מה עשה הקב"ה? דווקא זיין זון איז געווארן רבי, און נישט סתם, נאר מיט די סאמער רבי'שע שטיק פון שלעפן צייט און מאכן דינסטאג שבת. רבי חיים האט דאס ממש נישט אויסגעהאלטן, און כמה פעמים האט ער געוואלט גוט אויס'מוסר'ן זיין זון, איבערהויפט אין די ערשטע יארן ווען די ליטווישע דעת הקהל איז געווען היבש אויסגעשפראכן קעגן דעם נייעם פענאמען פון א רבי וואס האט אן אייגענער שו"ע פאר זמנים. אבער למעשה האט ער באשיינפערליך אויך איינגעזען אז זיין זון איז אש יקוד ואש להבה וואס האט גאר קיין שייכות נישט מיטן ליטווישן הלוך ילך.

מאידך גיסא, איז דער הערצה, אדער בעסער געזאגט דער פחד, פונעם היינטיגן אמשינאוון רבי'ן צו זיין טאטן, געווען פון די ארויסגערופענע זאכן. נעמענדיג יעדע מצוה מיטן גאנצן ערנסקייט און ברען, איז מצוות כיבוד אב ואם, און מצוות איש אמו ואביו תיראו, אנגענומען געווארן מיטן גאנצן שארפקייט. למשל ווען רבי חיים פלעגט צומאל ערשיינען ביי א טיש אין אמשינאוו, אזויווי ער פלעגט נאר ערשיינען אין ביהמ"ד פלעגט דער רבי שליט"א אויפשפרינגען פון זיין פלאץ [ווער עס איז אמאל געווען אין אמשינוב, ווייסט וואס עס מיינט ווען דער רבי 'שפרינגט אויף'] - באמערקנדיג דעם טאטן ביים אריינקומען אין ביהמ"ד אפילו ס'זאלן דארט זיין הונדערטער אידן - און ער פלעגט שטענדיג מאכן פאר אים פלאץ אויבן אן. דאן פלעגט ער צוגרייטן פאר אים די סעודה, און אים משמש זיין, אזוי לפני כל קהל עם ועדה.

דאס איז אבער געווען אן אייביגער התנהגות כלפי האב. ווען אימער ער האט נאר באמערקט דעם טאטן, און ווען ער איז נאר אדוכגעגאנגען דעם טאטן, פלעגט אים ממש אנכאפן א ציטער זעענדיג דעם טאטן. ס'הייסט? די תורה זאגט 'תיראו'! און ווי עס דערציילט ר"י פרידמן הנ"ל, אז איינמאל האט ער אים אנגעטראפן שטייענדיג ביים זייט פונעם 'אוצר הספרים' אין ישיבה, מיט פארמאכטע אויגן אינגאנצן פארקאכט בדביקות נפלאה, די קאפ פארבויגן, און אזוי שטייט ער אויף איין פלאץ אן זיך ריקן. ס'האט אויסגעזען ווי א 'שעת תפילה' הגם ס'נישט געווען קיין 'מקום תפילה'. ווען מ'האט אים גערופן זיין נאמען אפאר מאל, האט ער נישט געענטפערט. אביסל שפעטער האט אים איינער געטראפן אין ביהמ"ד, און אים געפרעגט פשט אינעם מאדנעם תפילה ביים אוצר הספרים. האט דער אמשינאווער געענטפערט [דאן נאך אלס יונגערמאן, נישט קיין רבי]: תפילה? כ'האב נישט געהאט געדאווענט. נאר דער טאטע איז דארטן געזעצן (ווי דערמאנט אין פריערדיגן קאפיטל איז דארט געווען זיין צווייטער וואוינונג, וואו רבי חיים מיליקאווסקי האט ליב געהאט צו אפזיצן ע"ג ספרים שעות נאכאנאנד). יענער האט נישט פארשטאנען זיין ענטפער, וואס איז פשט פון שטיין דארטן פאר'דביקות'ט אויב דער טאטע זיצט דארט. האט ער אים געענטפערט מיט זיין אייגנארטיגן ברען: דער טאטע איז דארטן געזעצן! די תורה האט געזאגט 'תיראו'! איך האב מורא!...

רבי חיים מיליקאווסקי איז געווען גאר א טשיקאווער מענטש, אבער א שטיק אמת שלא פחד משום איש ומשום מצב. איינמאל איז א פרוי געקומען צו אים זיך אפרעדן אויף עפעס א געוויסער מענטש, וואס זי האט מיט אים א דין ודברים, און דער רב פון זיין קהילה שטיצט אים און זי קען גארנישט טון וועגן דעם. רבי חיים איז געווארן אינגאנצן צוקאכט און האט מחליט געווען צו שרייבן א שארפע קול קורא קעגן דעם רב, זיך פארלאזנדיג אויף דעם וואס רבי יחזקאל אברמסקי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף אים אז ער איז ראוי צו זיין מרא דאתרא אין 'בית וגן'. הקיצור, ער האט געלאזט אפדריקן א שארפע קול קורא, און געזאגט פאר אפאר בחורי הישיבה צו גיין הענגען די צעטלעך אין די גאסן... די בחורים האבן געוואוסט אז ס'גייט זיין בושות, זענען זיי אריין צום רבי'ן פרעגן וואס צו טון. דער אמשינאווער האט זיך פארקלערט פאר א מינוט, און דאן געגעבן די פאלגענדע עצה: גייטס הענגטס די צעטלעך, און דאן רייסטס דאס גלייך אראפ, אבער לאזטס איבער אביסל ביים עק פונעם קול קורא אז ווער ס'ווייסט איר תוכן זאל וויסן אז דאס איז יענער צעטל. אזוי האט ער נישט עובר געווען אויף זיין טאטנס ציווי, און פארשפארט בושות ומחלוקת, און גלייכצייטיג זיכער געמאכט אז ווען זיין טאטע איז נעקסטעס מאל אריבער אין גאס, האט ער זיך מחי' געווען אז מ'האט געהאנגען די צעטלעך און 'מ'האט עס אפילו אראפגעפליקט'...

נאך אסאך מעשיות זענען שייך צו דערציילן, אבער כבוד אלקים הסתר דבר. סוף דבר, איז ער געווען אן עילוי עצום, אן אמת'ער ערליכער איד, א שטיק הארץ פאר א צווייטן, און עובד ה' ובקי בנגלה ונסתר. א חסיד, א ליטוואק, א מקובל. בעצם, פשוט - רבי חיים מיליקאווסקי. רבי חיים איז אוועק ארום 15 יאר צוריק, בפרטיות ווייס איך נישט כעת. עכ"פ אדאנק אים, האט דער אמשינאווער רבי שליט"א גע'ירש'נט פארשידענע שטריכן צו זיין פילפארביגן געזיכט: זיין עילוי'שקייט קומט פונעם טאטן, זיין לומדות קומט פונעם טאטן, זיין בריסקע חומרות/דרך הלימוד/דקדוקי הדין קומען דורכן טאטן [וואס האט אים געשיקט לערנען אין בריסק], און אפילו זיין אייגנארטיגער ניגונ'דל/תנועה'לע, קומט פונעם טאטן.


אין נעקסטן קאפיטל: נאך אפאר קורצע אפשטעלונגען ביי אנדערע אדמורי"ם לבית אמשינוב, למען תהי' הקומה שלימה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]זעקס און דרייסיגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מ'פרשיסכא זצוק"ל,
חתן רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער.[/center]



[center]אלה תולדות צדיק.[/center]
הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מפרשיסכא, וואס איז גערופן געווארן בלשון חיבה 'רבי מאיר'ל פרסשיסכער', איז געבוירן אין פרשיסכא צו זיין טאטן הרה"ק רבי יעקב יצחק אלחנן בן הרה"ק רבי ירחמיאל מפרשיסכא. רבי ירחמיאל איז געווען דער בארימטער הייליגער זון פונעם יוד הקדוש פון פרשיסכא, און איידעם פון הגאון רבי דוד דובער אב"ד שדה-לבן [א שוואגער מיטן ברוך טעם]. רבי ירחמיאל'ס צווייטע זון, רבי יעקב יצחק אלחנן, איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי בערצי שפירא מטלוסט, בן הרה"ק רבי יהודה מאיר משפיטיווקא [וואס איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא, און האט איבערגענומען די רבי'סטעווע נאך אים], בן הרה"ק רבי ר' פנחס'ל קאריצער.

דער רבי יעקב יצחק אלחנן, האט געהייסן 'יעקב יצחק' נאכן זיידן דער יוד הקדוש פון פרשיסכא, און האט טאקע אליין אויך איבערגענומען די הנהגה אין פרשיסכא [זיין עלטערער ברודער, רבי נתן דוד משידלאווצע, האט גע'ירש'נט רוב עולם, אבער האט זיך באזעצט אין שידלאווצע], און איז געווען באוואוסט אלס צדיק ואיש מופת. ער איז אוועק ביום כ"א שבט שנת תרל"ג, איבערלאזנדיג צוויי זון און איין טאכטער. זיינע זוהן זענען געווען: רבי ירחמיאל יהודה מאיר מפרשיסכא, און רבי אברהם. זיין איידעם איז געווען הרה"ק רבי יחיאל ישעי' ראפאפארט מראווא [א זון פון רבי צבי מדובענקא, וואס איז אליינס געווען אן איידעם ביי רבי ירחמיאל מפרשיסכא, ומגזע הפרי מגדים].

און אט אזא הייליגע שטוב, איז געבוירן רבי מאיר'ל פרשיסכער. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאך זיינע גרויסע זיידעס, 'ירחמיאל' נאך רבי ירחמיאל מפרשיסכא, און 'יהודה מאיר' נאך רבי יהודה מאיר משפיטיווקא. ער איז אויסגעשטיגן לאילנא רברבא ביז זיין גוטע נאמען איז אנגעקומען צו די אויערן פונעם ערשטן אמשינאווער רבי, רבי יעקב דוד'ל, וואס האט אים שנעל געכאפט פאר אן איידעם פאר זיין איינציגער טאכטער. אויב חז"ל זאגן אז 'ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל', דאן זאגט זיך דאס ארויס בפה מלא אויף רבי מאיר'ל, וואס איז געגאנגען אינעם אמשינאווער דרך פון פארשלעפטקייט, אזש ער איז געווען בבחינת יפה כח החתן מן החותן... ער איז געווען דער איינציגסטער רבי אינעם אמשינאווער דינאסטיע, וואס האט געקענט שלעפן תפילות פאר טעג שפעטער, און דער היינטיגער רבי שליט"א פון בית וגן ענדלט - אין דעם הינזיכט - די מערסטע אין אים [ער איז אויך זיין זיידע, ווי דערמאנט שפעטער].


[center]אין מוקדם ומאוח"ר בתורה...[/center]
רבי מאיר'ל האט זיך אסאך געווייקט ביי זיין שווער רבי יעקב דוד'ל, און האט זאגאר גענומען זיין אייגענעם שוואגער - רבי יעקב דוד'ל זון, רבי ישעיה'לע - פאר אן איידעם. ס'געווען אמאל א שבע ברכות ביי רבי יעקב דוד'ן, און נאך צדיקים זענען דארטן געווען. אבער רבי מאיר'ל, וואס ביי זיין שווער האט ער שוין ארויסגעשטארצט מיט זיין פאשלעפטקייט, האט זיך נאך געדרייט אנגעטון אין טלית און תפילין... דאס האט פארדראסן פאר איינער פון די אנוועזנדע, אז ער דרייט זיך ארום אין טו"ת פאר חשוב'ע רבנים וצדיקים, און ער האט זיך אנגערופן צו רבי מאיר'ל מיט א טשעפע: 'מאיר'ל, תורה מה תהא עליה?'... אבער שפעטער האט רבי יעקב דוד'ל יענעם צוגערופן און אים געזאגט: 'מיין מאיר'ל האסטו געטשעפעט? מיין מאיר'ל איז א חסיד, וואס איך זאג בלייבט ביי אים!'. און ווי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע האט מסביר געווען זיין כונה, אז ער האט געמיינט מרמז צו זיין אויף וואס ס'שטייט אין גמרא ברכות ל"ב ע"ב אויף די חסידים הראשונים שהיו שוהים שעה אחת וכו', אז 'מתוך שחסידים היו, תורתן משתמרת'.

מיר האבן שוין געברענגט אין פריערדיגע קאפיטלען, די מעשה וואס איז פארלאפן ביים שווער רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער, וואס פלעגט ציען של"ס ביז אפאר שעה אין די נאכט אריין. און איינמאל איז זיין זון רבי מנחם'ל ארויס אינמיטן של"ס צו דאווענען מעריב און מאכן הבדלה, און ווען רבי יעקב דוד'ל האט געענדיגט פראווען של"ס האט ער באמערקט ווי זיין זון מאכט שוין הבדלה, און זיין איידעם רבי מאיר'ל האלט נאך אינמיטן דאווענען שחרית [!!!] פון שבת, האט רבי יעקב דוד'ל זיך אויסגעדריקט: 'יעצט ווייס איך שוין נישט וואו איך האלט'... רבי מאיר'ל האט עווענטועל זיך צוריקגעצויגן און געפירט זיין הנהגה, במקום אבותיו אין פרשיסכא.

ער איז טאקע געווען אזוי פארשלעפט, אז אפילו פאר זיין איידעם רבי ישעיה'לע וואס איז אליינס געווען אן אמשינאווער קינד, איז דאס שוין געווען א חידוש. איינמאל איז ער געווען ביים שווער רבי מאיר'ל פאר א סדר נאכט, און א שעה-צוויי נאך חצות הלילה האט רבי מאיר'ל הערשט געדאוונט מעריב ביחידות, און רבי ישעיה'לע האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס ער ציהט אזוי לאנג. אבער ווען ער האט געזען ווי שטארק דער שווער האט געקאכט ביי הלל נאך מעריב [געווענליך פלעגט ער דאווענען ביחידות פארשפארט און מ'פלעגט גארנישט זען, אבער דא איז דער טיר געווען אביסל אפן און ער האט געזען דעם שווער דאווענען], 'האט עס אים אינגאנצן צענומען, און עס איז אים פארענטפערט געווארן אלע קשיות' (כלשון רבי איציק'ל אמשינאווער מאמעריקע).

חלק פון די סיבה פארוואס ער האט געשלעפט אזוי לאנג איז געווען, צוליב דעם וואס ער האט געליטן חולי מעיים, און ער האט געהאט חומרות איבער נקיות. רבי איציק'ל אמשינאווער פון אמעריקע האט דערציילט, אז יום כיפור פלעגט ער פאסטן צוויי טעג, דאס הייסט איבער פופציג שעות רצופות! און די הפסקות אינמיטן דאווענען האט געדויערט ארום זעקס שעה, צוליב זיין חולי מעיים, און דער עולם וואס האט מיטגעדאוונט מיט אים פלעגט ווערן זייער אפגעשוואכט, אבער ווען רבי מאיר'ל האט זיך אומגעקערט אין ביהמ"ד 'האבן זיי ממש אויפגעלעבט נישט וויסנדיג פון וואס'... אגב, אויך זיין אייניקל - דער היינטיגער רבי פון ארץ ישראל שליט"א, פאסט יום כיפור ארום צוויי און א האלב טעג! און צומאל פאסט ער איין אויף אביסל קרעקער'ס, ווייל ס'נישטא קיין צייט פאר א נארמאלע סעודה... אבער אויף דעם דארף מען ווארטן ביז מ'וועט צוקומען צו זיין תולדות החיים.


[center]ביתו אחריו.[/center]
רבי מאיר'ל איז נסתלק געווארן ביום כ"ב סיון תרנ"ז, און האט איבערגעלאזט צוויי טעכטער: הרבנית רבקה רחל אשת הרה"ק רבי ישעיה'לע פרשיסכער - א זון פון רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער [מער איבער אים, אין קומענדיגן קאפיטל], און נאך א טאכטער אשת הרה"ק רבי ישראל אהרן פאדווה מאפאטשנע.

כדי למלאות חוליא זו, אביא תולדותיו: רבי ישראל אהרן איז געווען א זון פון הרה"ק רבי שמעון מזאוויכוואסט (אבי שושלת נאוואמינסק), בן הרה"ק רבי פנחס מאוסטילא, בן הרה"ק רבי יוסף מאוסטילא, בן הרה"ק רבי מרדכי'לע נעשכיזער. רבי יוסף מאוסטילא איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי יהודה מאיר משפיטיווקא [הנ"ל] בן הרה"ק רבי ר' פנחס'ל קאריצער וחתן הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא [אזוי איז רבי מאיר'ל פרשיסכער בעצם געווען א קרוב מיט זיין איידעם רבי ישראל אהרן מאפאטשנע]. רבי יוסף מאוסטילא האט טאקע א נאמען געגעבן זיין זון 'פנחס' ע"ש זיין שווער'ס שווער - רבי פנחס'ל קאריצער. רבי ישראל אהרן'ס פאטער, רבי שמעון מזאוויכוואסט, איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי שלמה חיים מקוידינוב בן רבי אהרן בן הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש. רבי אהרן איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק רבי אשר מסטאלין, בן הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין. רבי שלמה חיים מקוידינוב איז געווען אן איידעם ביי רבי דוב משה זוסמאן חתן הרה"ק רבי שלמה קארלינער.

רבי ישראל אהרן - רבי מאיר'לס איידעם - האט געפירט אין פרשיסכא און אין אפאטשנע. ביי די פאגראמען בשנת תרע"ה האט מען אים פארוואונדט, און ער איז ליידער אוועק פון דעם. ער האט איבערגעלאזט צוויי זוהן און איין איידעם, וואס האבן געפירט רבי'סטעווע:

דער ערשטער זון, הרה"ק רבי יצחק מרדכי מאפאטשנע, איז געבוירן אין פרשיסכא בשנת תרמ"ד, און געווארן אן איידעם ביי רבי מרדכי שפירא. שפעטער איז ער געווארן אפאטשנער רב, און לאחר פטירת אביו - אויך רבי. ער האט ארויסגעגעבן די ספרים 'אילנא דחיי' און 'אור הנר'. אין יאר תש"ב האבן די נאציס אפגעפירט די אידן פון שטאט אין געטאס דורכן באן וכדומה, און מ'האט אים אפגעגעבן כבוד אריינצושטייגן ערשט. דאס האט אויפגערעגט די נאציס וואס האבן אים גלייך דערשאסן מיט זיינע קינדער, און זיין מאמע בת רבי מאיר'ל פרשיסכער.

דער צווייטער זון, הרה"ק רבי יעקב שמעון מקאלושיק [לעבן לאדזש], איז געבוירן בשנת תרמ"ה, און בחיי אביו האט ער שוין געפירט אין קאלושיק. שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לאדזש וואו ער האט געפירט זיין רבי'סטעווע, און איז דארט נסתלק געווארן ביום כ"ג אדר תש"א אין לאדזשער געטא. זיין זון, הגאון רבי ישראל אהרן איז געבוירן בשנת תרע"ו, און איז געווען א דיין אין בי"ד אלכסנדרוב, און איז אומגעקומען דורך די נאציס בשנת תש"ד אין לאדזשער געטא. ער האט יא געהאט אנדערע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט, אדאנק דעם וואס ער האט זיי געשיקט קיין ארץ ישראל אין כפר חסידים, זייענדיג א גרויסער אנהענגער פון ישוב ארץ ישראל.

זיין איידעם איז געווען, הרה"ק רבי יעקב יהודה מבלוינא, בן הרה"ק רבי שמעון סקערנעוויצער, בן הרה"ק רבי מענדעלע וואורקער, בן הרה"ק רבי איציק'ל וואורקער [אזוי איז ער געווען א קרוב מיט זיין שווער, וואס איז אויך געווען אן אייניקל פון רבי איציק'ל וואורקער]. ער איז געווען א חסיד פון זיין עלטערער ברודער רבי מרדכי מנחם מאטוואצק, און לאחר פטירת אחיו ביום י"ח אדר תרפ"ט, האט ער אנגעהויבן פראווען רבי'סטעווע. אבער ער איז אוועק א קנאפע האלבע יאר שפעטער, ביום י"ט תשרי תר"צ.


אין נעקסטן קאפיטל: הרה"ק רבי ישעיה'לע פרשיסכער, חתן הרה"ק רבי מאיר'ל פרשיסכער, ובנו השני של הרה"ק רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]עטליכע בילדער פון אדמור"י אמשינאוו לדורותיהם.[/center]


[center]ציון הרה"ק רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער זצ"ל - דער ערשטער אמשינאווער רבי.
resize (1).jpg



ציון הרה"ק רבי מנחם'ל אמשינאווער זצ"ל - דער צווייטער אמשינאווער רבי.
450px-Ohel_cadykow_mszczonowskich-Ohel_of_Mszczonow_tzadiks-02.JPG



ציון הרה"ק רבי יוסף'ל אמשינאווער זצ"ל - דער דריטער אמשינאווער רבי.
resize.jpg



הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל, אינגאנצן ביים עק - דער פערטער אמשינאווער רבי.
מפענח נעלמים 2378.jpg



הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל עם להבחל"ח בנו רבי יאסעלע אמשינאווער שליט"א.
עם בנו כק אדמור שליטא.jpg
[/center]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]זיבן און דרייסיגסטע קאפיטל:
תולדות חיי הרה"ק רבי ישעי'לע מ'פרשיסכא זצוק"ל,
בנו השני של רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער וחתן [גיסו] רבי מאיר'ל פרשיסכער.[/center]



[center]אלה תולדות צדיק.[/center]
דער איש צדיק ונחבא אל הכלים, רבי ישעי'לע פרשיסכער, איז געבוירן ביים טאטן דער ערשטער אמשינאווער רבי - הרה"ק רבי יעקב דוד'ל, אין יאר תרכ"ט. אלס יונג קינד פון אכט יאר אלט, איז זיין טאטע אוועק. רבי ישעי'לע איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין עלטערער ברודער - רבי מנחם'ל אמשינאווער, וואס האט אים אויפגעצויגן ווי א טאטע [רבי מנחם'ל איז דאן אויך געווען גאר יונג, סך הכל א בן שמונה עשרה, אבער האט שוין איבערגענומען די אמשינאווע רבי'סטעווע]. ער איז געווען זייער אן איידעלער מענטש און האט נישט געקענט פארנעמען קיין טראפקעלע כבוד, אבער האט ארויסגעשיינט איבעראל מיט זיין דערהויבענע מידות און אצילות'דיגע התנהגות.

כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי זיין עלטערער שוואגער, הרה"ק רבי מאיר'ל מפרשיסכא, וואס איז געווען אן איידעם ביי זיין פאטער - דער ערשטער אמשינאווער רבי, רבי יעקב דוד'ל. דארט אין פרשיסכא איז ער ווייטער געשטיגן בתורה וחסידות, און גלייכצייטיג אין זיין הצטנעות'דיגער דרך החיים.

ווי א ריכטיגער אמשינאווער קינד, האט ער געהאט אן אפן טיר פאר יעדן עובר דרך, און ער איז געווען גאר שטארק חביב על אנשי העיר פרשיסכא. אבער צוליב זיין געוואלדיגער ענווה האט ער קיינמאל נישט געוואלט פירן קיין עדה, כאטש ער פלעגט זאגן חסידות פלעגט ער נישט טראגן קיין רבי'שע בגדים, אדער פראווען רבי'סטעווע, אפילו נאך זיין שווער'ס פטירה. פארט אבער האבן מענטשן געהאט גרויס דרך ארץ פאר אים, וויסנדיג אז ער איז א געהויבענע איד. ער האט טאקע געפירט דעם ביהמ"ד פונעם יוד הקדוש וואס איז חרוב געווארן נאכן ערשטן וועלטס קריג, און ער האט עס איבערגעבויט לשם ולתפארת.


[center]פטירתו וביתו אחריו.[/center]
ביים אויסברוך פונעם צווייטן וועלטס קריג, איז ער פארבליבן אין פרשיסכא. אנדערש ווי רוב מענטשנס דאגות, איז זיין עיקר דאגה געווען צו בלייבן מיט בארד און פיאות, האבנדיג א מורא'דיגע צורה כדרך שושלת בית אמשינאוו. נאך א לענגערע צייט וואס ער האט זיך אויסבאהאלטן פון די נאציס ימ"ש, איז ער געכאפט געווארן דורך זיי, און זיי האבן אים אפגעשניטן בארד און פיאות. רבי ישעי'לע האט נישט געקענט צו זיך קומען דערפון, אז מ'האט אים אראפגענומען דעם צלם אלקים, און ער האט זיך אויסגעדריקט 'אויב אזוי, למה לי חיים?', און ער איז פשוט קראנק געווארן דערפון.

צוויי וואכן האט ער זיך מצטער געווען דערויף, און פון גרויס עגבערניש איז ער נסתלק געווארן לחיי עד, אין עלטער פון פיר און זיבעציג יאר אלט, בשנת תש"ג [?]. מ'האט אים קובר געווען צווישן די אוהלים פון די צוויי פרשיסכא מנהיגים: דער יוד הקדוש, און דער רבי ר' בונם.


רבי ישעי'לע האט נישט איבערגעלאזט קיין זון, נאר צוויי טעכטער:

הרבנית פיגא ברכה [נפטרה ביום כ"ב טבת תשכ"א], אשת הרה"ק רבי שמעון שלום מ'אמשינאוו-אטוואצק זצוק"ל (שוין דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטלען), וואס איז געווען זיין פלומעניק - א זון פון הרה"ק רבי מנחם'ל אמשינאווער. ער האט א נאמען געגעבן פאר זיין זון 'מאיר יהודה ירחמיאל' על שם זיין שווער'ס שווער, רבי מאיר'ל מפרשיסכא.

והרבנית אשת הגאון רבי לייב'לע לאנדא אב"ד קוליביעל, מראשי ישיבת חכמי לובלין. ער איז געווען א זון פון הגאון רבי ישראל איסר לאנדא, אב"ד איזשביצא, הי"ד. [דער באקאנטער חוקר הרב דוד אברהם מאנדלבוים, האט ארויסגעגעבן א ספר איבער די חידושי תורה און תולדות פונעם טאטן און דעם זון, בשם 'זיכרון אי"ש'].


אין נעקסטן קאפיטל: הרה"ק רבי ירמי' מ'אפאלע, בנו השלישי של הרה"ק רבי יעקב דוד'ל אמשינאווער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייש''כ שש. ווי ווייט זעמיר נאך פונעם מיליאן דאלארדיגן פראגע: עמוד האש האחרון??
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שש ישר כוח הערליך!! זייער אינטערסאנט וועגן ר' חיים מיליקאווסקי אפשר קען מען הערן עפעס נאך איבער עים איבערן ענין פון שלא פחד משום איש
פארשפארט