הלכה למעשה קוקט אויס אז דער אלגעמיינער עולם האלט פשוט נישט דערביי
די פראבלעם איז נישט די עסקנים אדער רבנים, ס'איז דער עולם.... יעדער וויל בלייבן זיצן אויפן אונטערשטן הגדול ביז ביז ס'העט זיין א נייע שטעטל פון 352 משפחות מיט אלע צוגעהערן פערפעקטעט פון א ביז ת, הערשט דערנאך וועלן מיר זיין פון די עשרה ראשונים
ס'איז דאך זיכער פארהאן 20-30 משפחות וואס קענען זיך ארויסציען צו א עקזעסטירענדע יודישע ישוב, מיטנעמען די פרנסה, נאר אויפמאכן א קליינטשיג תלמוד תורה מיט שולע אויף א חסידישען שטייגער
אלא מאי פארוואס פאסירט עס נישט??? פשוט ווייל מיר זענען אויפגעוואקסן מיט א שטארקע פאסיווער חינוך, נאך מימי תר"צדיק'ס זענען מיר נישט אנטלאפן פון אייראפע ווען די קרקע האט געפלאקערט, נאך די מלחמה זענען די אודים מוצלים מאש געגאנגען זיכען וואו צו וואוינען, האט מען ווייטער געזוכט א פירער וואס וועט אונז אלעס צושטעלן, חס ושלום מיר טוען זיי נישט בלעמען, אונזערע זיידעס און באבעס האבן מיטגעמאכט צרות וואס מיר וועלן קיינמאל נישט באגרייפן, אבער מיר ווערן נאך יעצט געהרגעט פון היטלער, די עפטער-שאקס פון די מלחמה נעמט נאך יעצט אוועק פון אונז די מוהט און די בחירה צו לעבן א נארמאלע לעבן וואס איז אויסגעהאלטן על פי תורה ועל פי שכל, אלעס ווייל מיר זענען שעפעלעך וואס קענען נישט אליין, מען דארף אונז פיטערען און פירען, נתנה ראש ונשובה מצרימה איז אונזער סלאגאן
מיט גרויס שפאנונג קוקן די צענדליגע טויזענטער חרדישע איינוואינער פון ניו יארק הבירה ארויס אויפ'ן אנטוויקלונג פונעם נייע אידישע ישוב אין זשערסי סיטי. לויט'ן פלאן וועט אין א קארגע חודש פון היינט זיך באזעצן דארט די ערשטע צוואנציג נחשונים וואס וועלן פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אלץ אזעלכע וואס האבן געטון צו דער זאך לטובתם ולטובת הציבור.
די געגענט איז נישט די בעסטע אבער אויך נישט אזוי געפערליך. ס'איז אן ארימע גויאישע געגענט וואס עפ"י דרך הטבע קען מען עס זייער גרינג איבערטוישן פאר אן עיר ואם בישראל. ביי מיין באזוך דארטן בין איך געווען סורפרייזט אז איך האב נישט געזעהן אין ערגעץ קיין גראפיטי, וואס איז זייער פאפיולער ביי אונז אין ברוקלין.
שפאצירענדיג דארט איבער די גאסן האב איך געזעהן שיינע קליינע צוויי שטאקעדיגע הייזקעלעך, אסאך דערפון דיטעטשט מיט א דרייוועי. איך האב מיך געפיקטשערט ווי אין פונף יאר ארום וועט מען זעהן פארנט פון די הייזער מאמעס ווארטן מיט די קינדער פאר די באס.
ווי איך הער, זענען שוין דא איבער הונדרעט הייזער אין די געגענט וואס געהערט פאר אידן נאך אסאך זענען שוין אין קאנטראקט. עס איז יעדענס ווינטש אז ס'זאל מצליח זיין וואס דאס קען זיין א הצלת הדור ברוחניות ובגשמיות.