מוזן מיר טאקע בהכרח זיין באנקראטירט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

מוזן מיר טאקע בהכרח זיין באנקראטירט?

שליחה דורך אהרן »

אחי וריעי, מיין הארץ בלוטיגט, די מצב איז איום ונורא, כלל ישראל איז צושטורעמט, איך רעד נישט פון א טראגעדיע, נישט פון פירצות, און נישט פון קיין מאנגעל און דירות.

עמך ישראל צריכים פרנסה!

טראגעדיעס פאסירן ליידער מען קען גארנישט טון נאר וויינען בשעת מעשה און ארויסקוקען אז דער בורא עולם זאל מנחם זיין. פירצות זענען דא וואס נעמען קעיר און דאס וואס מיר זעען אז קעיר נעמערס צוען איבער דאס שטריק איז אויך נאר ווייל מיר האבן נישט דעם עשיר יענה עזות -עזות מיין איך נישט חוצפה איך מיין עזות דקדושה, אראפשטעלן א פיס ווי מען דארף, א נעמער האט נישט קיין שטארקייט זיך ארויסצושטעלן- ווי איר ווייסט ווערן רוב פון די צודרייטע מערכות געפירט דורך מענטשען וואס האבן אפאר דאללער מיט א אינטערסע און נישט דורך דעם דעת הקהל. דירות זענען אויך דא גענועג און נאך, אויב איז מען גרייט און מען האט די מעגליכקייט צו צאלן וויפל די מארקעט איז, אונזערע שכינים זענען נישט קיין גבירים, זיי זענען שיינע פארדינערס וואס האבן די מעגליכקייט צו צאלן מער ווי דאס מערהייט ביי אונז במילא ווערן די דירות פארדינגען פאר זיי.

דרייעט זיך ארום א אינגרמאן 8 יאר נאך די חתונה, די מעגליכקייט צו פארדינען $75K א יאר, אויב איז ער נישט קיין מוצלחדיגער ביזנעס אונער, איז ׳כמעט׳ נול, איינער איז מחולק?

א חידוש אז ער איז נאך ביים זינען, דער ׳אכטער׳ עפאכע איז א פארגאנגענהייט, ער קען דאך קוים אדורכשטיפן דעם חודש.

אונז אלע ווייסן (פאר די וואס האבן ביז איצט נישט געוואסט האט שוין יפד אויפגעקלערט) אז בדרך כלל די איינציגסטע מהלך פון פארדינען א מכובדיגער געהאלט איז מיטן זיך לערנען א פאך אויף וואס עס זענען דא קונים און די ברייטע מארקעט וואס צאלן דערפאר.

נו א בחור, האבן גדולי הדור, אפי׳ פון די פרעמדע (דע וואס פארשטייען נישט צום אור המקיף) אוועקגעשטעלט אז מדארף זיין כולו קודש און מען זאל נישט גיין אין קאלעדזש, יא ריכטיג נישט ריכטיג, עס איז נישט מיין דעפארטמענט פארדעם זענען דא גדולי ישראל (לאו דוקא די מנהיגי הקהילות, ואכ"מ) וואס מיט זיי דארף מען דאס דורכשמועסן און זיי דארפן אוועקשטעלן אזוינע ענינים.

נניח אפילו מיטן קבלה וואס מיר האבן אז עס איז א סכנה אז א אינגערמאן זאל אריינפאלן גראד נאך די חתונה אין עולם המסחר, אבער וואס איז פשט אז מיר האבן נישט קיין לכתחילהדיגע מסגרת פאר א אינגערמאן גלייך נאך די חתונה -איך רעד פון די פלייסיגע, נישט די וואס גייען ליידיג, די רעדע דא איז נישט בנוגע דעם בטילה מביא לידי שמעום- זאל זיך קענען אריינזעצן א האלבע טאג לערנען די הלכות וואס גייען אים נוגע זיין יום יום און זיין טאג טעגליכע לעבן אין דאס צוויטע האלב טאג זאל ער זיך לערנען א פאך (פארשטייט זיך מיט א דעגרי) וואס וועט אים געבן די מעגליכקייט אדורך צו גיין דעם יום יום.

אתמהה! איינער קען פותר זיין??

איי עס זענען דא קורסעס, ריכטיג, אבער נישט פון דעם רעד איך, מכמה טעמים, סיי ווייל עס איז א גאנצע בדיעבד מען לויפט כאפן 2 שעה ביינאכט 2 מאל א וואל נאך נאכטמאל אויפגעבענדיג נאכט כולל, מען לערנט די מינימום לימודים און מינימום צייט, און בכלל זענען די נושאים לימיטעד, ועוד ועוד, און פארשטייט זיך פון דעם וואקסט מען נישט אויס קיין גרויסער תנא קמא.

שטעלט אייך פאר א אינגערמאן וואס וועט דורכגיין די אויבן דערמאנטע סיסטעם 2-3 יאר זיך לערנען עפעס, און דערנאך זיך ארויסלאזן אין יאגד, 4-5 יאר נאך זיין חתונה קען ער שוין האבן א וועל פעיד דזשאב, אויב וועט ער נאכנישט קענען קויפן קיין דירה נאה וועט ער עט ליעסט קענען דינגען א שיינע גרויסע בעטאמטע דירה, די קאך, פלעי רום און וואש רום וועט נישט דארפן זיין איין שטוב פון 8*10, דער אינגערמאן וועט אהיימקומען צו א רואיגע אשת חיל, עס וועט אים נישט עגבערן אז זי האט געבאקען אן איבריגע פליישל, די קינדער וועלן זיך נישט דרייען אונטער די פוס, שטוב העלפערס וועט מען נישט קארגען, ער וועט זיך אוועקזעצן אין זיין בעטעמטע ספרים שטוב לערנען/פארברענגען אביסעלע מיט זיינע זיסע קינדערלעך, און טראכט נאר א מינוט וואספארא קול תורה עס וועט זיך טוען אין שוהל ביינאכט, ער וועט נישט דארפן אריינפאלן אין קאוטש אויסגעכמארעט פיזיש און גייסטיש.

נ.ב. איין זאך וויל איך זייער שטארק בעטן איך ווייס אז אסאך וועלן גלייך ווילן טאנצן ׳סיסטעם׳ אבער איך האלט אז עס איז נישט אמת איך האלט עס איז פשוט קיינמאל נישט דעוועלאפט געווארן, אמאל האט א מלמד געקענט דעקן דעם חודש מיט 2 וואכן געהאלט, עס האט נישט אויסגעפעילט קיין פראפעשינעל דזשאבס, אבער כהיום מיז מען יא, און מען דארף עס דעוועלעפען, פליז טאנצט נישט צו סיסטעם שמיסטעם, עס איז א נעגאטיווע ווארט וואס האט קיין גוטס האכנישט געברענגט.

קלארשטעלונג: איך גיי נישט אריין און די נושא פון תורה ומדע/תורה אם דרך ארץ, איך רעד אויסדריקלעך פון דעם וואס מיר זענען באשאלטען געווארען אז ׳בזיעת אפיך תאכל לחם׳
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר