ת"ת עטרת צבי - מאנסי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
ת"ת עטרת צבי - מאנסי
מיין חבר מוטשעט זיך ארום מיט מוסדות אין מאנסי, ער שטייט שוין ממש פאר'ן מופן, זיינע טעכטער זענען שוין אנגענומען אין א פיינעם מוסד, און זיינע בנים זענען נאכנישט מסודר, א באקאנטער זיינער האט אים געאפפערט אז ער איז בכח אריינצולייגן די אינגלעך אין חדר עטרת צבי, מיין חבר זאגט אבער אז ווי ער הערט איז דאס מער פאר אויפגעקלערטע אדער האלב מאדערנע, יענער עסקן לייקנט, ער זאגט ס'איז גאר היימיש.
נאך א פרט, ס'הייסט אז דער מוסד איז געעפנט געווארן דורך אדמו"ר מקאסאן פארשעי ר' לייביש ראטענבערג, און דער יעצטיגער נשיא המוסד איז... כ"ק אדמ"ר מספינקא מאנסי שליט"א, קען איינער ביטע ארויסהעלפן און געבן מער פרטים איבער דעם מוסד?

- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 23, 2013 5:58 pm
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
עס איז א פיינע חסיד'ישע מוסד, נאר עס איז נישט פארפרומט און ווייט נישט ווי די טיפיקעל חסיד'ישע מוסדות ווי סאטמאר, וויזניץ וכדומה, נאר ענדערש ווי פארצייטישע חסידים. דארט שוקן ע"פ רוב חסידישע משפחות פון פארשעי, קאנקארד און עירמאנט. ליפא שמעלצער שוקט דארט, סאו אויב דאס פסל'ט עס אפ...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
״גאר היימיש״ איז עס זיכער נישט, אבער זיי האבן שוין עטליכע מאל פראבירט עס צו מאכן היימישער אבער מיט ווייניג הצלחה כפי ידועתי.Milk shake האט געשריבן:מיין חבר מוטשעט זיך ארום מיט מוסדות אין מאנסי, ער שטייט שוין ממש פאר'ן מופן, זיינע טעכטער זענען שוין אנגענומען אין א פיינעם מוסד, און זיינע בנים זענען נאכנישט מסודר, א באקאנטער זיינער האט אים געאפפערט אז ער איז בכח אריינצולייגן די אינגלעך אין חדר עטרת צבי, מיין חבר זאגט אבער אז ווי ער הערט איז דאס מער פאר אויפגעקלערטע אדער האלב מאדערנע, יענער עסקן לייקנט, ער זאגט ס'איז גאר היימיש.
לויט ווי עס הייסט יעצט ׳אפיציעל׳ איז עס ווייטער אונטער הרב חיים לייבוש ראטטענבערג, נאר ׳אויך׳ אונטער ספינקא מאנסי און נאך א רב (איך געדענק נישט ווער), בקיצור, אונטער א וועד פון דריי רבנים, פונקטליך וועלכע פאליטיק עס איז דארט געווען און וואס די טויש דארף צו מיינען אינטערן טיש ווייס איך נישט.Milk shake האט געשריבן:נאך א פרט, ס'הייסט אז דער מוסד איז געעפנט געווארן דורך אדמו"ר מקאסאן פארשעי ר' לייביש ראטענבערג, און דער יעצטיגער נשיא המוסד איז... כ"ק אדמ"ר מספינקא מאנסי שליט"א, קען איינער ביטע ארויסהעלפן און געבן מער פרטים איבער דעם מוסד?
איך מיין אז דאס זאגט זייער אסאך איבער דאס מקום... איינער וואס רעבעלט רק לשם רעבעלן... וכדברי @מנחם אבראמאוויטשהוגה האט געשריבן:עס איז א פיינע חסיד'ישע מוסד, נאר עס איז נישט פארפרומט און ווייט נישט ווי די טיפיקעל חסיד'ישע מוסדות ווי סאטמאר, וויזניץ וכדומה, נאר ענדערש ווי פארצייטישע חסידים. דארט שוקן ע"פ רוב חסידישע משפחות פון פארשעי, קאנקארד און עירמאנט. ליפא שמעלצער שוקט דארט, סאו אויב דאס פסל'ט עס אפ...
״געוועזענע״...מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ס׳איז פאר פארשעי - געוועזענע חסידישע יונגעלייט.
מקור: אחך האב צוויי פלימעניקס דארט.
איך וואלט נישט רעקעמענדעט עטרת צבי פאר חסיד׳שע יונגעלייט, עס איז אויסדריקלעך נישט געמאכט דערפאר (פאר מער פרטים, פרעגט אין אישי...) אבער אז איינער איז שוין מסכים צו ׳אמרי שפר׳... קען ער שוין לכאורה מסכים זיין צו עטרת צבי. (אין מונקאטש ווייס איך נישט וואס די מצב איז)ריינער האט געשריבן:האט ער פרובירט אמרי שפר, מונקאטש? ביידע דארפן אנצונעמען גרינג.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך האב נישט קיין פראבלעם צו שוקען מיינע קינדער אלע דריי דערמאנטע חדרים און איך בין א חסידישע יונגערמאן. וועלכע חסרון דו וועסט נאר טרעפן איז עס נישט ערגער ווי די חסרונות וואס, סאטמאר, וויזניץ, באבוב און סקווער פארמאגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
הוגה האט געשריבן:איך האב נישט קיין פראבלעם צו שוקען מיינע קינדער אלע דריי דערמאנטע חדרים און איך בין א חסידישע יונגערמאן. וועלכע חסרון דו וועסט נאר טרעפן איז עס נישט ערגער ווי די חסרונות וואס, סאטמאר, וויזניץ, באבוב און סקווער פארמאגן.
יעדער מענטשען האט זיינע פרינציפען וואס סהייסט ביי עם א מעלה און וואס הייסט ביי עם א חיסרון.
און ממילא אה״נ אז לפי [tag]הוגה[/tag]ס פרינציפען לייגט ער דא פאר וואס הייסט ביי עם אן ערגערע חיסרון און וואס נישט.
איך גלייב אבער אז [tag]milk shake[/tag] וויל סך הכל פארלייגען פאר זיין חבר וואסארא סארט חדר דאס איז,און פאר וועלכע סארט קאממיונוטי די חדר סערווירט,און דערנאך בלייבט איבער פאר [tag]milk sakes[/tag] חבר צו באשלוסען לויט זיינע פרינציפען פון מעלות און חסרונות,צו די מוסד איז פאר עם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: ת"ת עטרת צבי - מאנסי
העלא, נאך אזאלכע מקומות ה'מכוסים' ווי דער מקום ה'שטרימפ?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם אז אין מיינע קינדער'ס קלאסן זאלן לערנען אזאלכע קינדער, כ'וואלט אבער נישט געוואלט מיינע קינדער זאלן לערנען אין א מוסד וואס איז געשטעלט פאר די סארט משפחות.
סאו איי געס די שאלה איז נישט ווער עס שיקט אין דעם מוסד, נאר פאר וועם עס איז געמאכט און אין וועלכע גייסט עס פירט זיך.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 220 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
א שיינער דאנק פאר אלע וואס האבן זיך געמיט און אראפגעלייגט די אינפארמאציע איבער דעם מוסד ברחל בתך הקטנה, וכשולחן הערוך, ממש כמין חומר..
קוקט אויס ס'איז נישט פאר אים, זיין חבר האט אים אויך געזאגט אז ער האט געוואלט דארט שיקן, ער איז זיך געגאנגען דורכרעדן מיט איינעם פון די נשיאי המוסד, און יענער האט אים געזאגט "ס'איז נישט פאר דיר ודכוותיך", ער ארבעט יעצט אויף א אנדערע חסידישע מוסד, וואס ס'איז שוין דא צוויי פון כמעט די זעלבע נאמען, (איינס האט נאר צוויי נומערן צוגעלייגט), לאמיר זען וואס קאכט זיך.

- הודעות: 73
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 03, 2015 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
די מוסד עטרת צבי איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"צ ר' חיים יהודה לייביש ראטענבערג שליט"א אדמו"ר מקאסן פארשעי פאר בערך פופצן יאר צוריק.
ער האט עס געעפנט פאר זיינע מענטשן וואס זענען על פי רוב חסידישע יודן וואס געהערן נישט אינערגעץ אדער האבן זיי זיך אפגעשייד פון א צווייטן פלאץ, זיבעציג פראצענט פון זיינע יודן זענען ערליכע פרומע ביזנעסלייט וואס זיכען אנצוהאלטן די מסורה, אבער נישט אלעס זאל זיך דרייען ארום דער "הייליגער רבי" מיט די "הייליגע מנהגים", איבער די איבריגע דרייסיג פראצענט איז א שמועס פאר זיך וואס די פלאץ איז נישט דאהי,
די מוסד איז טאקע אנפאנג געפארן אויף דעם דירעקציע ווי געפלאנט, אבער דא האט זיך געמאכט א אינטרעסאנטער אינטערפער אז פולע יודן וואס האבן נישט געהאט ווי צו לייגן זייערע קינדער און זיי האבן דאך געוואלט א חסידישן חינוך זענען אנגעקומען דארט, אין ציווישן זיי אלע איז געווען פארשידענע סארט עלעמענטן וואס האבן איינוועגס אראפגעברענגט די מוסד אויף א גאר נידריגע שטאפל, אבער ר' חיים לייביש איז א יוד א צדיק וואס קען שווערליך אפזאגן א צווייטן אין ער האט ווייטער אריינגענימען נאך קינדער וואס זענען געבליבן אן א מוסד, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז עס האט געהאט א נאמען פון א גאר נידריגע מוסד, דעמאלטס האט ער נישט געהאט קיין ברירה, אין מיט די הילף פון זיינע מקורבים איבערגעמאכט די סיסטעם, אריינברענגענדיג א היבשע פאר נייע סטעף, אין געשטעלט מינעמאלע תקנות איבערן חדר, אין עס האט זיך אויסגעשטעלט פאר א מיטל וועג פון א חסידישן מוסד מיט א ליטפישן, די השקפות דארט זענען גאר פיינע און ערליכע אבער אויף א מער ברייטערן צוגאנג ווי ביי די גאר היימישע,
אין די לעצטע פאר יאר איז ר' חיים לייביש שליט"א געווארן אריינגעלייגט אין שווערע חובות, אין צוליב דעם האט ער געדארפט פארמאכן די ישיבה גדולה, אבער ווי פארשטענדליך איז צו פארמאכן א חדר אסאך ערגער ווי פארמאכן א ישיבה, האט ער זיך צוזאמגעשטעלט מיט נאך צוויי יודן, אדמו"ר מספינקא עירמוינט וואס איז אגב זיין קאזין, אין הרב טווערסקי וואס איז א פראמענירטע רב אין וועסלי/פארשעי געגענט, כדי צו אריבערברענגן זייער ציבור, אין גלייכצייטיג זייער געלט, אין ווי אויך זייער מיטארבעט וואס ער האט נישט די פולסטע צייט דערפאר.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 1:34 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
איך פיל אז איך מוז דא אריין רעדן, זייענדיג א טאטע פון צוויי קינדער אין דעם מוסד. מיינע קינדער האבן ביז פאריגעס יאר (תשע"ד) געלערנט אין א אנדערע מוסד. איך קען נישט אויפהערן דאנקן דעם אייבערשטען אויף דעם שריט וואס איך האב געטון. עטרת צבי איז א מוסד וואס האט געלונגענע און עקספיעריענס מלמדים, איך קום אריין אין חדר אמאל אינמיטן טאג. די האללס זענען ליידיג, אלע קינדער זיצען אין די קלאסען און לערנען. איך לערן מיט מיין זון שבת, ער קען די גמרא און חומש רש"י א נחת. ער איז צופרידן צו גיין אין חדר, און האט ליב זיין רבי.
דער בנין איז גראדע דעם יאר הערליך איבערגעמאכט געווארן און די עסן איז צוגעשטעלט אויפ'ן העכסטן סטענדערט. דעם יאר האבן זיי אויפגעהערט אן נעמען כל וכל, דארפסט זיך צושטעלן און בעיקר צאלן שכר לימוד ווי ס'דארף צו זיין.
איך וואלט עס רעקאמאנדירט הונדערט פראצענט!

- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 28, 2019 11:48 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל