א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינם אידישן וועג!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינם אידישן וועג!!!!

שליחה דורך כאפצעם »

(Just a Copy Paste )

לכבוד העסקן הנגיד הערשי זילבערשטיין ני"ו 

איך האב באקומען דיין נומבער פין מיין חבר ער האט מיך געזאגט די פירסט א שטארקע סאשעל מידיע קבוצה פין אנשי שלומינו ד'סאטמאר וויליאמסבורג יצ"ו אין פין ‏דיר קען א מעסעזש אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ 

גיי איך דא שרייבען אפאר דברים היוצאים מן הלב ‏וואס איך האף עס וועט זיין נכנסים אל הלב אין עס וועט אנקומען .  ווי עס איז פארהאן א אוזן קשבת 

מען האלט געציילטע טעג פאר די יום הדין ראש השנה. יעדער איד מאכט זיך א חשבון הנפש פאר ער טוט עפעס א עבירה.  אדער טוט איינעם וויי.   מען שטייט אויף צו סליחות .  מען לויפט צו רביס אין קברים אויסבעטען א גיט יאר.  מען גרייט זיך פאר יום טוב מען לערנט‏ מיט די קינדער. מען לויפט איינקויפען עסן מען מאכט א פיש פלייש ארדער. אלעס פארט שיין. וויליאמסבורגער באן פארט אין די שינעס 

איך בין היינט ג' סליחות ארויסגעפארען צו די ציון פין ריבניץ אין מאנסי. בעטען מיין חבר זאל זיין ראש השנה אין א שול אין צוריק קומען צו אידישקייט.  איך האב א חבר וואס האט געלערנט מיט מיך אין ישיבה. ער האט חתונה געהאט מיט א היימישע מיידל פין א שיינע היימישע שטוב. סיי זיין טאטע אין סיי איר טאטע זענען געווען ביי אלע מעמד יסוד איתן ‏אין אלף שמות
‏ליידער ליידער ליידער איז מיין חבר מער נישט קיין איד איך וויין בשעת איך שרייב די שורות. מיין חבר איז געווען א איד ווי מיך. זיין ווייב אין ער קומען פין הערליכע וויליאמסבורגע סאטמארע שטובער. אין זיי זענען מער נישט קיין אידען. זייערע קינדער זענען מער נישט קיין אידישע קינדער. אידען פארבלייבן זיי אבער איך מיין ארויסצוברענגען אז זיי ווייסען נישט פין קיין ראש השנה קיין יום הדין זייערע קינדער ווייסען נישט פין קיין יום הדין אדער פין גיין בכלל אין א שול . יא וויליאמסבורג גייט אן. יא דער רבי זאל לעבן וועט ארויפגיין אויף די באלעמער וויינען .  איך האב א זיץ אין הופער איך גיי מיטוויינען ווען דער רבי וועט שרייען אין וויינען אז אידישע קינדער פארען אפ פין אידישע דרך ‏
פאריאר ‏האט די רבי אזוי געוויינט וועגען די אפגעפארענע אפילו הושענה רבה האט די רבי נישט נאכגעלאזט. יא רבי מען וויינט איבער די אפגעפארענע

 רבי איך וויל דיך זאגען איך האב א חבר וואס איז אפגעפארען מיט זיין ווייב אין קינדער צוליב אכזריות פין דיין מוסד אין וויליאמסבורג. מען האט אים פארטריבען מיט די גרעסטע מאס רשעות. ער האט נישט געהאט ווי צו שיקען אין וויליאמסבורג. ער מיט זיין ווייב זענען ארוני'ם .   ביי די זאלוני'ם ווערן זיי נישט אנגענומען. פאפא זיכער נישט אין וויזניץ אויך נישט. האבן זיי געוואנדערט אויף ב"פ ווייל ווילאנג קען מען זיצען אין וויליאמסבורג ווען די קינדער האבן נישט קיין מוסד. דארט אין ב"פ האט מען זיך  געווארפען מיט זיי. ווייל קיינער זיכט נישט די סחורה וואס קומען פין וויליאמסבורג וועגן נישט האבן ווי צו שיקען קינדער. האבן זיי געלייגט אין א שוואכע מוסד. זיך צוצישטעלן צו די אנדערע עלטרין פין יענע מוסד האבן זיי זיך געמיזט דערקייקלען ווי זיי האלטן יעצט

רבי איך האב איין בקשה איידער איר גייט ארויף צו די באלעמער וויינען איך וויין שוין.  דער בחור איז געווען מיין ידיד ער האט געפלאנט אויפצישטעלן א בית נאמן בישראל ווי איך. רבי איך וויין אויף זיינע דורות וואס וועלן שוין נישט לייגן תפילין אדער וויסן אז ה' הוא אלוקים. רבי עס איז נישט דא נאך איינער זייט מען איז דא אין גלות אמעריקע וואס איז אפגעפארען מיט די ווייב אין קינדער. בלויז וועגן די מוסדות . דאס איז א חידוש. דאס איז א פרשה פין בערך 5 יאר צוריק אין די וויליאמסבורגע מוסדות האבן זיך נישט געלערנט. ווי זיי פירען זיך אויף . קען מען חרוב מאכן נאך שטובער.  רבי נאר די קענסט אפשטעלען די אכזריות פין די פירער פין די מוסדות‏

רבי איידער די תקיעות שופר דרשה.  שריי צו די וויליאמסבורגע פירער פין די מוסדות ראטעוועט אידישע קינדער אין עלטרין פין ווערן גוים מחללי שבתים. ‏ הערטס אויף אוועקשטיפען אין שווער מאכען צו זיין א איד אין שיקען קינדער לערנען הייליגע תורה. יעדער וויל זיין גיט אבער יעדער קומט נישט פין די זעלבע שטוב. יעדער האט נישט די זעלבע נאטור. רעכענט ענק מיט יעדע מצב


פירער פין די מוסד וויינטס ענק אויס אויף ענקערע דורות דעם רבוש"ע האט נישט מורא פין ענק. ער איז שטערקער פין ענק. ענק האבן פארטריבען מיט אכזריות זיינע קינדער. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון מען גייט אריבערפירען מיין חברס נאמען אין ראש השנה אזוי ווי ענקער. מלאכים פרעגן פארוואס איז ער אין זיין ווייב אין קינדער נישט אין שול אין מען ענפערט אז זיין ווייב האט געהאט א שייטל בשעת ארויפלייגען די קינדער אויף די באס. אין דערפאר האט מען באשלאסען די משפחה באלאנגט נישט צו זיין אידען. אין די קינדער טארען מער נישט לערנען אין א סאטמארע מוסד

איך בין נישט קיין עושר א שטילע אינגערמאנטשיק וואס ארבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה. איך האב נישט קיין צייט אפילו צו רעדען. איך בין ארויס געפארען קיין מאנסי צו די ציון האט עס מיך געקאסט פין מיין טאש. ווייל איך ארבעט אויף די שעה. מיך גייט מען נישט אויסהערען. עס קרענקט מיך אין אויף די וועג אהיים פין מאנסי האב איך באשלאסען צו שרייבן צו דיך די ווערטער. וואס מיין חבר האט מיך געעצהט אז אפשר דורך דיך וועט עס ערגעץ אנקומען
Very long but very strong [emoji651]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כאפצעם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אין וועלכע מוסד אין בארא פארק קענען די עלטערן נישט גין אין שול ר"ה, און די קינדער ווייסן גארנישט פון ה' הוא האלקים, ווייל זיי מוזן - ווילן זיך צושטעלן צו די אנדערע קינדער אינעם מוסד?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך כאפצעם »

איך ווייס נישט די פאקטן פון מעשה איך האב עס נאר גע'קאפי פעיסט
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך ווייס נישט צי די מיינסט דעם זעלבען אבער איך קען אקורעט דעם זעלבע מעשה, די יונגערמאן מיט זיין ווייב און קינדער זעעהן אויס אינגאנטצען אפגעפארען
אפאהר יאהר ציריק זענען זיי געוועהן געהעריקע וויליאמסבורגערס היינט זענען זיי אין ב"פ
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

די מעשה איז שוידערליך אבער מען מיז געוואר ווערן פארוואס האט זיי סאטמאר משלח געווען?
למשל אויב איז די שטוב נישט צוגעפאסט צו די חינוך פון סאטמאר אין זיי האבען געהאט א טעלאוויזען אין שטוב, קענסטו קיין טענות נישט האבען. די ווילסט נישט דיין זוהן זאל לערנען און ווערן נשפע פון א מאדערנעם חבר ווייל דעמאלטס וועסטו אויך מיזען פאר צו רימניצער רבי'ס קבר. בקיצור מען מיז קענען ביידע זייטען פון די מעשה פאר מען אטאקירט דא א מוסד.
איך האב אמאהל געהערט אז מען האט אנגעפרעגט ביי די אלטע באבוב'ער רבי זי"ע וואס האט ליב געהאט יעדן איד ווי אן אייגן קינד, וועגן משלח זיין א קינד וואס איז נישט צוגעפאסט צום חינוך סטאנדערד פון די ישיבה האט ער געענטפערט "ווילאנג ער מאכט נישט קליא אנדערע קינדער זאל מען איהם האלטען אין ארבעטען מיט'ן קינד און מיט'ן שטוב אבע ווי נאר ער איז משפיע אויף אנדערע האט מען נישט א ברירה".
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

נתן מנחם האט געשריבן:למשל אויב איז די שטוב נישט צוגעפאסט צו די חינוך פון סאטמאר אין זיי האבען געהאט א טעלאוויזען אין שטוב, קענסטו קיין טענות נישט האבען. די ווילסט נישט דיין זוהן זאל לערנען און ווערן נשפע פון א מאדערנעם חבר ווייל דעמאלטס וועסטו אויך מיזען פאר צו רימניצער רבי'ס קבר. בקיצור מען מיז קענען ביידע זייטען פון די מעשה פאר מען אטאקירט דא א מוסד.

איך וויל נישט אז מיין זוהן זאל לערנען מיט א קינד וואס זיין טאטע טיילט איין ווער ס'מעג לערנען מיט זיין קינד.

נתן מנחם האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט אז מען האט אנגעפרעגט ביי די אלטע באבוב'ער רבי זי"ע וואס האט ליב געהאט יעדן איד ווי אן אייגן קינד, וועגן משלח זיין א קינד וואס איז נישט צוגעפאסט צום חינוך סטאנדערד פון די ישיבה האט ער געענטפערט "ווילאנג ער מאכט נישט קליא אנדערע קינדער זאל מען איהם האלטען אין ארבעטען מיט'ן קינד און מיט'ן שטוב אבע ווי נאר ער איז משפיע אויף אנדערע האט מען נישט א ברירה".

דאס איז א בלענק טשעק! יעדע סארט עולה אויף די וועלט קען איינעם קליא מאכן.

די סאטמארע סטאנדערד ע"פ שיטת רבינו זצ"ל איז נישט אזוי געווען. מען ווארפט בכלל נישט קינדער חוץ איינער וואס רעוואלטירט (געוויסע וועלן דיר פארציילן אן אנדערע געשיכטע; גלייב נישט.)
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

כאפצעם האט געשריבן:(Just a Copy Paste )

מלאכים פרעגן פארוואס איז ער אין זיין ווייב אין קינדער נישט אין שול אין מען ענפערט אז זיין ווייב האט געהאט א שייטל בשעת ארויפלייגען די קינדער אויף די באס. אין דערפאר האט מען באשלאסען די משפחה באלאנגט נישט צו זיין אידען. אין די קינדער טארען מער נישט לערנען אין א סאטמארע מוסד


Sent from my iPhone using Tapatalk


אין סאטמאר נעמט מען נישט אהן קינדער וואס די מאמע גייט א שייטעל?
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

Kool man האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:(Just a Copy Paste )

מלאכים פרעגן פארוואס איז ער אין זיין ווייב אין קינדער נישט אין שול אין מען ענפערט אז זיין ווייב האט געהאט א שייטל בשעת ארויפלייגען די קינדער אויף די באס. אין דערפאר האט מען באשלאסען די משפחה באלאנגט נישט צו זיין אידען. אין די קינדער טארען מער נישט לערנען אין א סאטמארע מוסד


Sent from my iPhone using Tapatalk


אין סאטמאר נעמט מען נישט אהן קינדער וואס די מאמע גייט א שייטעל?

טאמיר די ווייבל גייט [דארף גיין (?!)] צוגעדעקט, אבער גייט ארויס צום באס מיטן הוילן שייטעל, קומט א ווארענונג. דאס האב איך אליין בייגעוואוינט.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

Re: א בריוו צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינ

שליחה דורך HotCoffee »

מעג מען משנה זיין פון די מסורה ארויף לייגן די קינדער אויפן באס מיט א טורבאן??
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

כאפצעם, דו קענסט אפשר קלאר מאכן פארוואס מ'האט די קינדער פארשיקט פון די מוסדות, נישט ווייל די ווייבל האט ארויפגעלייגט די קינדער אויפ'ן באס מיט א שייטל.
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

אין די זעלבע בילדינג פון דעם פאר פאלק פון וואס די בריוו רעדט וואוינען נאך א משפחה מיט קינדער וואס זענען אנגענומען אין א היימישע מוסד פון בארא פארק, אפילו יענע קינדער זענען עקספאזט צי ערגערע מצב. ווייסט וואס די חילוק צווישן יענע משפחה און דער יונגערמאן פון די בריוו? יענע וואס די קינדער לערנען אין א היימישע מוסד האט די מאמע געדראפט די סיסטעם און די טאטע איז געבליבען חניאקיש און סאיז דא א קאסטאדי פייט!!
באניצער אוואטאר
כאפצעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 10:11 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך כאפצעם »

ס׳איז שוין נישט קיין סוד אינז לעבען היינט אין א שווערע וועלט פיל מיט נסיונות וואס אמאל איז נישט געוועהן, אזוי ווי די אמאליגע צדיקים פלעגן זאגן אויף אינזער דור אז בעקבות משיחא וועט מען זיך דארפען דראפן אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביים אמונה...

אידישקייט איז גענוג שוער אזוי אויך עס איט איס... פארוואס מאכט מען עס נאך שווערער?
פארוואס נעמט די מוסדות א אינגערמאן וואס לייגט תפילין יעדן טאג, דאווענט 3 מאל א טאג, זאגט שמע ישראל ה אלקינו ה אחד, אין מען נעמט נישט אריין זיינע קינדער אין מוסדות וועגן ער גייט מיט א פאלא-שירט (קארצע ערמעל) אדער ווייל ער גייט מיט באקעל שיך?!?!?

עטס זענטס נארמאלע מענטשען? פאלא שירט? וואס איז שלעכט מיט קארצע ערמעל???? אידישקייט איז איהם שוין גענוג שווער פארוואס מאכטס עטס איהם עס נאך שווערער מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט אדער הלכה???


אין מיט וואספארא רעכט נעמט מען נישט אן א קינד וועגן א זאך וואס האט בעצם גארנישט מיט הלכה, אין ספעציעל ווען דאס פארדארבט נישט אנדערע קינדער!!!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בן-זומא האט געשריבן:אין די זעלבע בילדינג פון דעם פאר פאלק פון וואס די בריוו רעדט וואוינען נאך א משפחה מיט קינדער וואס זענען אנגענומען אין א היימישע מוסד פון בארא פארק, אפילו יענע קינדער זענען עקספאזט צי ערגערע מצב. ווייסט וואס די חילוק צווישן יענע משפחה און דער יונגערמאן פון די בריוו? יענע וואס די קינדער לערנען אין א היימישע מוסד האט די מאמע געדראפט די סיסטעם און די טאטע איז געבליבען חניאקיש און סאיז דא א קאסטאדי פייט!!


און דאס און ענליכע פעלער איז א באווייז אז די טענה אז "קיינער וויל נישט די קינדער זאלן לערנען אין איין חדר מיט זייער קינדער" אלס א בארעכטיגונג פאר ארויסווארפן קינדער פון מוסדות איז די גרעסטע באלאני. והא ראיה ס'זענען דא געניג קינדער וועלכע מ'האלט יא כאטש זיי לעבן עמטליך מיט א פרייע מאמע אן קיין אינטערנעט פילטערס און מיט טעלעוויזיע, וויסענדיג אז אויב פארשיקט מען די קינדער ווערן זיי תיכף ענראללט אין א פרייע שולע. אינטערעסאנט, דארט זענען נישט דא עלטערן מיט טענות..


די הנהלה ווארפט נאר איינעם ווען זיי האלטן זיי טוהן אפ. ס'האט מיט אנדערע קינדער'ס השפעה זעראו.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]כיואליש ועוד לקרא. אויף אייוועלט האט איינער פון זייערע גרויסע (און פרומסטע) שרייבער אמאל געשריבן אז ער איז געווען אן ענגליש טיטשער פאר לאנגע יארן (דאכציך 15) אין א חסיד'ישע חדר. אין יענע חדר זענען דא קינדער פון די סארט משפחות וואס מען נעמט נישט אן אין רוב מעינסטרים חסידישע חדרים אין מאנסי אדער וויליאמסבורג, און טראץ דעם געדענקט ער נישט קיין פאל אז איינער פון די קינדער זאל האבן קאליע געמאכט אן אנדערע קינד. אזוי איז עס, קינדער אין חדר קומען לערנען און שפילן, נישט אפפירן אנדערע קינדער פון אידישע וועג. ער געדענקט אבער יא צוויי ערענסטע פעלער ווי א קינד האט קאליע געמאכט רוב רובו פון זייער קלאס, איינער איז געווען די זון פון אן מכובד'יגע אדמו"ר און די אנדערע איז געווען די זון פון די פרומסטע עלטערן אין די גאנצע שטאט. איך אליין בין אויך אויפגעוואקסן אין חדר מיט קינדער פון כל מיני שטובער און זיי האבן נישט קאליע געמאכט קיינעם.

אז מ'רעדט שוין פון דער ענין, נעכטן איז ארום געגאנגן אויף וואטסעפ א צען מינוטיגע קליפ פון ר' אבי פישאוף וואס עס וואלט כדאי געווען אז א יעדע זאל אויסהערן און ווייטער פארשפרייטען. שמעו ותחי נפשכם.

ר' אבי פישאף איז אן עסקן און פירט א סופארט גרופע לטובת עלטערן און משפחה מיטגלידער פון אזעלכע וואס זענען אראפ פון די דרך.


ץ[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@הוגה איך האב אויסגעהערט 7 מינוט פון רבי פישאוף מעססעטש זייער שטארקע דיבורים,
ער רעדט בעיקר פון פעמילי אז די פוטסטעפס מעמבערס זענען ריטשעקטעט פון זייער פעמילי, הגם אין פיל פעלער איז ער גערעכט אבער למעשה במציאות טרעפט מען גענוג וואס געניסן נאך היינט פעמילי לאוו וביניהם ישראלי שטיין און חיים מייזליש וכו' וכו'
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

עמעזאן האט געשריבן:@הוגה איך האב אויסגעהערט 7 מינוט פון רבי פישאוף מעססעטש זייער שטארקע דיבורים, ער רעדט בעיקר פון פעמילי אז די פוטסטעפס מעמבערס זענען ריטשעקטעט פון זייער פעמילי, הגם אין פיל פעלער איז ער גערעכט אבער למעשה במציאות טרעפט מען גענוג וואס געניסן נאך היינט פעמילי לאוו וביניהם ישראלי שטיין און חיים מייזליש וכו' וכו'


מהם ילמדו וכן יעשו.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

יואליש האט געשריבן:
בן-זומא האט געשריבן:אין די זעלבע בילדינג פון דעם פאר פאלק פון וואס די בריוו רעדט וואוינען נאך א משפחה מיט קינדער וואס זענען אנגענומען אין א היימישע מוסד פון בארא פארק, אפילו יענע קינדער זענען עקספאזט צי ערגערע מצב. ווייסט וואס די חילוק צווישן יענע משפחה און דער יונגערמאן פון די בריוו? יענע וואס די קינדער לערנען אין א היימישע מוסד האט די מאמע געדראפט די סיסטעם און די טאטע איז געבליבען חניאקיש און סאיז דא א קאסטאדי פייט!!


און דאס און ענליכע פעלער איז א באווייז אז די טענה אז "קיינער וויל נישט די קינדער זאלן לערנען אין איין חדר מיט זייער קינדער" אלס א בארעכטיגונג פאר ארויסווארפן קינדער פון מוסדות איז די גרעסטע באלאני. והא ראיה ס'זענען דא געניג קינדער וועלכע מ'האלט יא כאטש זיי לעבן עמטליך מיט א פרייע מאמע אן קיין אינטערנעט פילטערס און מיט טעלעוויזיע, וויסענדיג אז אויב פארשיקט מען די קינדער ווערן זיי תיכף ענראללט אין א פרייע שולע. אינטערעסאנט, דארט זענען נישט דא עלטערן מיט טענות..


די הנהלה ווארפט נאר איינעם ווען זיי האלטן זיי טוהן אפ. ס'האט מיט אנדערע קינדער'ס השפעה זעראו.


דאס איז אויך נישט קיין כלל.
איך ווייס פון א פרוי וואס מ'האט און א געוויסע מוסד נישט געוואלט אנעמען די קינדער אירע ווייל זיי קומען פון א שטוב וואס מאיז עקספויזט צי פריי עלטערען.
כאטש די סברא זאגט דאך אז פאר אזאנע וואס האבן געהאט די אולטימעד סעקרעפייס פאר די אמונה אפזאגענדיג די מאן אירע מיטציגיין מיט אים וואלט מען געברויכט טראגן אויף א גאלדענעם טאץ. דאך לא עמדה לה די מסירת נפש אירע און מ'האט אירע קינדער אפגעזאגט צילייגענדיג צי איר אזוי אויך ביטערען גורל. וכדי בזיון וקצף .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעריש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

הצד השווה שבהן: ס'פאסט נישט... הי"ד.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בעריש האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
בן-זומא האט געשריבן:אין די זעלבע בילדינג פון דעם פאר פאלק פון וואס די בריוו רעדט וואוינען נאך א משפחה מיט קינדער וואס זענען אנגענומען אין א היימישע מוסד פון בארא פארק, אפילו יענע קינדער זענען עקספאזט צי ערגערע מצב. ווייסט וואס די חילוק צווישן יענע משפחה און דער יונגערמאן פון די בריוו? יענע וואס די קינדער לערנען אין א היימישע מוסד האט די מאמע געדראפט די סיסטעם און די טאטע איז געבליבען חניאקיש און סאיז דא א קאסטאדי פייט!!


און דאס און ענליכע פעלער איז א באווייז אז די טענה אז "קיינער וויל נישט די קינדער זאלן לערנען אין איין חדר מיט זייער קינדער" אלס א בארעכטיגונג פאר ארויסווארפן קינדער פון מוסדות איז די גרעסטע באלאני. והא ראיה ס'זענען דא געניג קינדער וועלכע מ'האלט יא כאטש זיי לעבן עמטליך מיט א פרייע מאמע אן קיין אינטערנעט פילטערס און מיט טעלעוויזיע, וויסענדיג אז אויב פארשיקט מען די קינדער ווערן זיי תיכף ענראללט אין א פרייע שולע. אינטערעסאנט, דארט זענען נישט דא עלטערן מיט טענות..


די הנהלה ווארפט נאר איינעם ווען זיי האלטן זיי טוהן אפ. ס'האט מיט אנדערע קינדער'ס השפעה זעראו.


דאס איז אויך נישט קיין כלל.
איך ווייס פון א פרוי וואס מ'האט און א געוויסע מוסד נישט געוואלט אנעמען די קינדער אירע ווייל זיי קומען פון א שטוב וואס מאיז עקספויזט צי פריי עלטערען.
כאטש די סברא זאגט דאך אז פאר אזאנע וואס האבן געהאט די אולטימעד סעקרעפייס פאר די אמונה אפזאגענדיג די מאן אירע מיטציגיין מיט אים וואלט מען געברויכט טראגן אויף א גאלדענעם טאץ. דאך לא עמדה לה די מסירת נפש אירע און מ'האט אירע קינדער אפגעזאגט צילייגענדיג צי איר אזוי אויך ביטערען גורל. וכדי בזיון וקצף .


וכדי בזיון וקצף איז מילד גערעדט. כאטש אין יענע פאל זענען די קינדער שוין געווען מסודר אין אנדערע חסידישע מוסדות, פארט וואלט מען געמעגט די מאמע פירן אויף א גאלדענע טאץ, ובפרט נאכדעם וואס די העכסטע פירערשאפטן האבן איר פערזענליך געווארפן אינטערן באס פריוואט און ברבים ווען מ'האט איר מצב געקענט מעלקן פאר זייער איטערעסע, און אירע טרערן זענען געבליבן אויף דער ערד בחדר קודש פנימה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ

שליחה דורך דעת תורה »

נאך אלע בזיון וקצף'ס, איז דאס אבער א פירכא - אדער קשיא - אויף די טענה אז קינדער פון אזאלכע שטיבער נעמט מען אן טראץ זייער זיין עקספאוזד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דעת תורה האט געשריבן:נאך אלע בזיון וקצף'ס, איז דאס אבער א פירכא - אדער קשיא - אויף די טענה אז קינדער פון אזאלכע שטיבער נעמט מען אן טראץ זייער זיין עקספאוזד.


ניין. כ'ווייס פון מערערע פעלער, אריינגערעכנט דעם ספעציפישן מוסד וואס בעריש באציט זיך צו, ווי מ'ערלויבט יאר נאך יאר, רעגיסטראציע נאך רעגיסטראציע, אזוינע קינדער צו פארבלייבן אין די מוסדות. בעריש ברענגט אויף א פאל ווי מ'האט אפגעזאגט א משפחה מחוץ לעיר וואס האט געפלאנט זיך דארט באזעצן, מיט א טייל קינדער וועלכע זענען קיינמאל נישט געווען אין א מוסד אויף דעם לעוועל בכלל, און בנוסף צו דעם זענען זיי געווען מסודר אין אן אנדערע חסידישע מוסד אין אן אנדערע שטאט און קיינמאל נישט אויסגעשטאנען די ריזיקע פון פארלירן צוטריט צו זייער מוסד, ועוד נאך דעטאלן וואס איז גענצליך זייטיג צו אונזער נושא. סאו ניין, א עובדה פון א מוסד אפזאגן אן אימעגראציע אפליקאציע איז נישט קיין פירכא בכלל, ס'איז א שב ואל תעשה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:אין וועלכע מוסד אין בארא פארק קענען די עלטערן נישט גין אין שול ר"ה, און די קינדער ווייסן גארנישט פון ה' הוא האלקים, ווייל זיי מוזן - ווילן זיך צושטעלן צו די אנדערע קינדער אינעם מוסד?

דעת תורה: דו לערנסט נישט גוט פשט אין זיינע (כאפצעם'ס) ווערטער. ער האט געזאגט אז ווייל מ'האט נישט אנגענימען זיינע קינדער אין סאטמאר'ע מוסדות, האט ער געמוזט שיקן די קינדער אין א שוואכע מוסד און זיך צושטעלן צו די אנדערע עלטערן פון יענעם שוואכן מוסד. ממילא איז ער געווארן אפגעקיהלט פון אידישקייט אדער אויפגערעגט אויפ'ן באשעפער, ח"ו. און ער האלט נישט ביי גיין אין שול. נישט אז דער מוסד פארלאנגט אז ער זאלל נישט גיין אין שול ר"ה. אויך. דער וויי געשריי איז נישט ווייל מ'האט איהם געכאפט עסן חזיר אדער פארן מיט א קאר אום שבת האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די הייליגע מוסדות הקדושים. נאר ווייל זיין ווייב האט געהאט א שייטל, רח"ל מהאי דעתא...! און די רבי דער מהר"א שליט"א אדער דער מרא דאתרא דעתיקא קדישא הדין ד'וויליאמסבורג (געוועזענע אנטווערפענע רב) וויינען בדמעות שליש פאר תקיעת שופר. אזוי ווי די רבי די פעטער, זי"ע...!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך קען נישט די ספעסיפיקס פון די מעשה, און צו נעמן די פאקטן פון א בריוול וואס א אנאנימע חבר האט געשריבן, און אזוי ארום זיך נעמן די רעכט צו אנהייבן באשמוצן די מוסד, איז מופרך, ס'איז פונקט גוט פאר איינעם וואס האט פולווער אין דעם קאנאן און זוכט נאר א געלעגנהייט עס ארויסצושיסן.

יעדעס מאל וואס א ענליכע מעשה פאסירט, נוצן זייער ווייניג מענטשען לאגיק, נאר ענדערש וועט מען זיך נעמן שרייען און באשמוצן די הנהלת המוסדות, וואס האבן א אומגעהויערע אחריות אויף זייער רוקן זיכער צו מאכן אז די מוסד זאל זיך ווייטער פירן הונדערט פראצענט אזוי ווי די רבנים מייסדי המוסד און די עלטערן וואס שיקן אין דעם מוסד ווילן, עפעס וואס איז ווייט פון א גרינגע אויפגאבע, און איז מעותד זיי צו פארשאפן בלוט שונאים לעולם ועד, איך האב דערווייל נישט געטראפן א הנהלה פון א מוסד וואס קיינער האט נישט קיין טענות אויף אים, ס'איז א דזשאב וואס ווייניג עפרישיעטן, און ווען ס'קומט צו האבן טענות, איז די גאנצע שטאט דא.

איך מאך נישט אוועק די טענות אין די בריוו, איך בין אבער זיכער אז ס'איז דא איינצעלהייטן וואס דער כותב האט אויסגעלאזט, ס'מיינט נישט אז דו וואלסט גערעכט געגעבן פאר די הנהלה ווען דו ווייסט ווען יא די פרטים, אבער ס'איז זייער מעגליך אז די וואלסט נישט אזוי הויעך געשריגן ווי דו שרייעסט יעצט.

ס'איז אבער דא נאך א נקודה וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט.

ווען סאטמער רב ז"ל איז אנגעקומען נאך די מלחמה אין דעם רוחניותדיג'ן וויסטעניש 'אמעריקע' , האט ער געזאגט (איך געדענק נישט פונקטליך דעם משל וואס ער האט דעמאלטס צוגעשטעלט) אז די סיבה פארוואס די אלע גדולים וואס זענען געקומען פארדעם האבן נישט מצליח געווען צו 'טוישן' אמעריקע ווי יהדות זאל פראקטיצירט ווערן אזוי ווי אינדערהיים, איז ווייל זיי האבן זיך פרובירט צו טוישן צום עולם כדי צו קענען האבן א שטיקל השפעה אויפן עולם און אזוי ארום אנהאלטן דאס ביסל אידישקייט וואס מ'האט נאך געקענט ראטעווען, דער רבי האט געהאט א צווייטע צוגאנג, (און איז לכאורה געווארן אדאפטירט ביי אלע אנדערע חסידישע הויפן) נעמליך, אז מ'גייט אנהייבן פון 'סקרעטש', אונז שטעלן אראפ די און די תקנות, אויב ביסטו גרייט זיך צוצושטעלן, ביסטו מאור דען וועלקאם צו דזשוינען די קהילה, און אויב נישט, איי עם ווערי סארי באט דא איז נישט דיין פלאץ!,

לענינינו, די אישו פון נישט אננעמען/ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות, איז זייער א קאמפליצירטע נושא, און רוב מאל קומט עס אראפ צו פרטים פון די ספעציפישע פאל, און ס'האט נישט נישט מיט עפעס וואס קען אדרעסירט ווערן אויף א כלליותדיגע פארנעם, איז אבער איין זאך קלאר, די מוסד דארף נישט עקסעפטן איינעם וואס האלט זיך נישט צו די תקנות פון די מוסד,

און ניין! די תקנות דארפן זיך נישט בייגן ווייל א געוויסע פראצענט טאטעס זענען מער ליבעראל, ענדערש זאלן די טאטעס זיך בייגן צו די תקנות, אדער זוכן א אנדערע מוסד וואס איז מער אויסגעשטעלט פאר קינדער פון מער ליבעראלע שטובער, זיץ נישט אין די פרומערע מוסד ווען דו האלטס דיך ביים פירן ווי איינער וואס שיקט זיינע קינדער אין די ליבעראלערע מוסדות.
פארשפארט