קמץ אלף – מיין שרייב ווינקל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

קמץ אלף – מיין שרייב ווינקל

שליחה דורך קמץ אלף »

1) שווארץ און ווייס, 2 סארט מצומצמים

דער מענטש וואס אנדערע פארזיגלען אים פאר א "מצומצם", איז דער וואס איז א תמים, א פלאטשיגע גלויביגער, א פארמאכטער וואס ווערט איבערגענומען פון יעדע "וכך הוה" עובדא, נעמט אן ווי א פאקט די תוארים, לשון מושאל'ס פון יעדע "צדיק בא לעיר", "היום תאמצינו", "אזהרה חמורה" און אפילו "לעצטע געלעגנהייט" פאליש צעטלעך. זיין צמצום זעהט זיך אן קלאר און אפען, ער קען נישט טראכטן ארויס פון די צעטל. אזוי שטייט און געדרוקט(!), ס'הענגט אין בית המדרש(!), און אזוי איז.
אבער דער לייקענער און לאכער פון יעדע סארט דבר שבקדושה, יעדע רב, רבי, דומ"ץ, ראש הכולל, ראש הישיבה, נשיא, סגן נשיא, משגיח, מגיד שיעור, מלמד, באס רבי. יעדע מוסד, קהילה, וועד, חבורה, יעדע קול קורא און יעדע מודעה, יעדע גליון און יעדע ספר, יעדע דרשה און יעדע שיעור, אלעס אלעס איז קראפירט פון קאפ ביז פוס, אלעס איז גניבה, פאלטש, גאוה און כבוד, קיינער מיינט נישט די גוטס פון א צווייטען איד וכו'. די סארט מענטשען ווערן נאכגעשריגן צו זיין "אויפגעקלערט" "משכיליש געשטימט", "לינק גענויט", ווען אין אמתן זענען זיי די שפיץ פון מצומצם שבתוך צימצום.

ווען אלעס איז אמת, אדער אלעס איז שקר, קיינער רירט זיך נישט ארויס פון זיין קעסטעל. אזוי איז עס, איך האב שוין מחליט געווען אז די גאנצע וועלט איז ווייס / שווארץ. דאס מיינט "פארמאכטקייט".
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

"אפענע בריוו" פאר "אפענע בריוו" שרייבערס

שליחה דורך קמץ אלף »

2) "אפענע בריוו" פאר "אפענע בריוו" שרייבערס

אמאל ווען א קלעם האט איבערגענומען דעם מענטש, איז דער וועג ארויסצוגעבן די כעס געווען דורך "ישיחנה לאחרים". אמאל צו א נאנטע חבר, אמאל בתוך רבים, אין מקוה, אין קאווע שטיבל, און די צוהערער האבן געלייגט געוויכט אויף זיין וויי געשריי לפי המבייש. דער עולם האט געוויסט אז דער איד איז ליידער נישט מיט אלעמען, אדער גייט ער יעצט דורך א צרה, און מהאט פארשטאנען אז נישט וואס ער זאגט מיינט ער.
היינט, געבן זיך די צובראכענע מענטשן ארויס דורך דעם געדרוקען ווארט, וואס גייט נישט אריבער רעדאקטערישע אויפזעה, מטייפט אפ און ספארט ארום. מליינט עס אפ כאילו יענער פארטרעט דא אן ערענסטער פראבלעם, בפרט ווען ער שרייבט עס אונטער א "אפענע בריוו". אסאך מאל קען זיך מאכן אז קהילה ווארט זאגער, אדער עסקנים מוזן ארויסקומען מיט אן אנטווארט צו בארוהיגען דעם אנגעהיצטען פאלק. ווען אין אמתן אריין רעדט זיך דא פון א אויפגעבלאזענע טעארישע פראבלעם וואס יעדע באזעצענע מענטש פארשטייט עס און ווייסט וויאזוי צו לעבן דערמיט, אפילו אויף לכתחילה.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

ר' זירא האט געפאסט צו פארגעסן תורה?

שליחה דורך קמץ אלף »

3) ר' זירא האט געפאסט צו פארגעסן תורה?

די באקאנטע גמרא סיפור אז ר' זירא האט געזעצען אין תענית פערציג טעג כדי צו פארגעסן תלמוד בבלי, איידער זיין ארויפגיין קיין ארץ ישראל, איז אינטערסאנט פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט, וואס פארבאט צו פארגעסען דאס לערנען. די זעלבע סיפור זאגט אז ר' אליעזר זאל נישט שטארבן אין זיין תקופה, און אז די פייער פון גיהנום זאל נישט קיין שליטה האבן אויף אים. (ר' זירא כי סליק לארעא דישראל יתיב מאה תעניתא דלשתכח גמרא בבלאה מיניה כי היכי דלא נטרדיה, יתיב מאה אחרניתא דלא לשכוב ר' אלעזר בשניה ונפלין עילויה מילי דצבורא, ויתיב מאה אחריני דלא נשלוט ביה נורא דגיהנם).
לויט א נוסח וואס געפינט זיך אין די גרעסטע ביבליאטעיק אין איטאליע, זאגט די גמרא אז רבי זירא האט געפאסט כדי "נישט" צו פארגעסן זיין לערנען, אין איינקלאג מיט די אנדערע תעניתים וואס זענען געווען כדי עפעס זאל "נישט" פאסירן. און וויבאלד אין ארץ ישראל האט מען געלערנט מער קורץ און קלאר, האט ער מורא געהאט אז ער גייט פארגעסן די עיון, די אויסגעשמועסטע צדדים, וואס ער האט געלערענט אין בבל.
א לענגערע שמועס איבער דעם אויף ספרים בלאג
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

אינטערנעט

שליחה דורך קמץ אלף »

4) אינטערנעט
סאיז גענצליך איבריג זיך צו טענהנען אויב אינטערנעט איז א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך. אז די זון שיינט, שיינט עס אפגעזעהן צו ס'איז גוט אזוי אדער נישט. אויב די שטארקע שיין פארברענט דיין הויט, באשוץ דיך מיט א שירעם, בוים שאטן, א דאך, וכדומה. אבער באהאלט דיך נישט אינגאנצען פון איר שיין, ווייל ס'וועט דיר ווערן טונקעל.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

גשמי ברכה / קללה

שליחה דורך קמץ אלף »

5) רעגן
אויב רעגן אין יום טוב סוכות איז א צייכן פון שעלטן, פון גאט צו די מענטשהייט, זאגענדיג: כ'דארף נישט דיין זיצען אין סוכה, מאך מיך צופרידען מיט מער וויכטיגע זאכן; איז רעגן א גאנץ יאר א קלארע הוראה: איך דארף נישט דיין הוט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

סליחות אין די סוכה

שליחה דורך קמץ אלף »

6) סליחות אין די סוכה
אפחזוקן דעם אור-אלטן מנהג פון זאגן די אלול-סליחות, און די עשי"ת-סליחות בפרט, אין א [פסול'ע] סוכה סמוך ונראה צום בית המדרש, מיטן אויסרייד אז מהאט זיך אזוי געפירט צוליב די ענקייט פון פלאץ אין בית המדרש, איז ליצנות און טיפשות. פון קדמונים שטייט אז "בצל כנפיך נחסה" מיינט די זכות פון מצות סוכה, און זאגן סליחות אין א מקום וואס גייט זיין א סוכה כשרה, איז א פועל דמיוני.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

זיי א יחיד, ליידט נישט פונעם ציבור

שליחה דורך קמץ אלף »

7)
פראבלעמען וואס יאגט דעם ציבור, זענען אין מערסטע פעלער אנגעזייט געווארן דורך א אחד יחיד. דער צווייטער יחיד ליידט פון ערשטען יחיד, און מיט נאך איין יחיד, האמיר שוין א ציבור וואס מוטשעט זיך.
כדי צו מצליח זיין אין לעבן, דארף מען זיך האלטן יחיד'דיג, נישט זיך לאזן ווערן א חלק פון ציבור.
וויאזוי האט נאר יענער חתן געזאגט פאר דעם שומר הנשים: איך גיי טוהן וויאזוי איך פארשטיי, און מיט די הסכמה פון מיין ראש ישיבה, אז איך וועל נישט קענען צוליב דעם וואוינען אין דעם מקום, וועל איך מיך אן עצה געבן און גיין וואוינען ערגעץ אנדערשט.
מיינע שאיפות מוזען און גייען ווערן דערגרייכט. אז דער ציבור שטייט אין וועג, ווער איך א יחיד, און איך זינג דרור יקרא!
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

קבלות טובות ראש השנה

שליחה דורך קמץ אלף »

8) קבלות טובות
אלע גוטע מנהגים און תקנות וואס דו פלאנסט יעצט צו מקבל זיין אויף זיך פון דעם קומענדיגן ראש השנה און ווייטער, גייען קיין קיום נישט האבן. דו מיינסט עס נישט אמת'דיג. אויב יא, וואלסטו שוין פראקטעצירט דעם נייעם הנהגה יעצט!
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

די שליסעל פון אהבת אדם – אהבת עצמו

שליחה דורך קמץ אלף »

9) די שליסעל פון אהבת אדם – אהבת עצמו

די העכסטע מדרגה פון "זיך משתתף זיין אין יענעמס צער" איז שייך ווען דער מענטש אליינס האט אמאל געשפירט א סארט צער אויף זיין אייגן הויט. א רווק קען נישט העלפן א פארלס שלום בית טראבלעס. – גארנישט ווייניגער איז בנוגע ליב האבן א צווייטע איד. מ'קען נישט ליב האבן א צווייטען איד אויב האט מען זיך אליינס נישט ליב.
אויב אלץ וואס מטוט איז ווייל יענער (עלטערן, קהילה, מוסד) האט ליב ווען איך טו אזוי, אבער מטוט נישט לויט וויאזוי איך אליינס האב עס ליב אזוי, אזא איינער האט זיך נישט ליב, און וועט קיינמאל נישט ליב האבן א צווייטע איד.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

געב אביסל, באקום אסאך

שליחה דורך קמץ אלף »

10
די גוטע feeling ווען מ'געבט מיך די כבוד און תורה'דיגע מאכט פון זיין א "רבותי, דיינים מומחים"... איז גענוג שטארק ארויסצובאקומען פון מיר א היתר "הכל יהיו מותרים לך.." אפילו אן אויסהערן פונקטליך וואס דער וואס שטייט קעגן איבער האט צו זאגן.
די כוח פון געבן רעקאגנאציע.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

ראש השנה

שליחה דורך קמץ אלף »

11.
ענדערשט עסן איידער תקיעת שופר, ווי זיך עסן א גאנץ מוסף.
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

חתונה הזמנה נוסח

שליחה דורך קמץ אלף »

12
סאיז שוין צייט אראפצונעמען פון די חתונה בריוולעך
"כרטיסי חזרה אין אנו שולחים, ולהופעכתם אנו מחכים";
און אנשטאט דעם שרייבן
"שכרנו מצלם מומחה עצום, טלפוניכם תשאירו בכיסכם".
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

אויף אלע אידן

שליחה דורך קמץ אלף »

ביי "ומי בחיים" האב איך אינזינען געהאט:
רבי אלחנן הלפרין - 94
רבי שמואל הלוי וואזנער - 102
הרבי מסערט וויזניץ - 91
רבי משולם פייש מטאהש - 94

אינטערסאנט, אז דער רב שליט"א האט זיי גענוצט דוקא אויף די טראגעדיע זייט (אנשטאט מפרט זיין, מרדכי גלבר, אייזיק סאמעט, משפחת ששון, ועוד)
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

חלב סתם - עשרת ימי תשובה

שליחה דורך קמץ אלף »

פת פלטר, ווערט געברענגט אין שו"ע, זאל מען נישט עסן אין עשרת ימי תשובה, מקור הדין איז פון די ענין פון עסן בטהרה, אבער אונז עסן סייווי בטומאה, האט זיך די הלכה געטוישט צו פת עכו"ם. (זעה דא א שיינע באהאנדלונג).
אבער חלב סתם, איז די היתר - אז די רעגירונג איז עומד על גביו - גילטיג אפילו אין די עשרת ימי תשובה.


אז מ'רעדט שוין, די היתר פון חלב סתם איז נאר פאר מאדערנע אידן; אונז חסידים ווייסן דאך דעם אמת אז "די שטאט" ווייסט נישט וואס טוצעך, זיי כאפן נישט וויאזוי אזעלכע ארומע געגענטער האבן די גרעסעטע גמח"ים...
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

זייער אייגנארטיג, קיעפ איט קאמינג.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]קמץ אלף[/tag], וואו זענט איר פארשוואונדן מיט אייערע אייגנארטיגע רעיונות?!
באניצער אוואטאר
קמץ אלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 10:29 pm
געפינט זיך: אין א גוטע צושטאנד
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 229 מאל

שליחה דורך קמץ אלף »

לכבוד שבת נחמו, ווען דר'עולם יאגט ארויס פון דא, זינג איך זיך אונטער: איכה ישבה בדד, העיר רבתי עם!
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

ברוכים השבים, אנא ואנא, בלייבטס דא מהנה זיין אדער אמווייניגסטענס keep us in the know איבער אייער קומענדיגע גילגול
פארשפארט