שמואל שלום שלמה האט געשריבן:אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.
--
איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.
כדי די פארצייטישע ניגונים זאלן האבן דעם שבת'דיגן אדער פארצייטישן עפעקט דארף זיין מוזיק אן ריטעם אדער מוזיק ווי די מאזשיצער טעיפס אדער דוד ווערדיגער, און נישט די היינטיגער סטייל מוזיק. און מיט די היינטיגער סאונד קען מען עס מאכן השוה לכל נפש אפילו ס'איז אטענטיש לענ"ד ווי עס איבעצייגן אנדערע נייע טעיפס אויף פארצייטישע ניגונים.
אבער אז רוב עולם האט עס ליב אזוי אויך, פעלט נישט אויס די קאפ וויי וועגן געציילטע פארפעקשעניסטן. ווער רעדט נאך אויב מיט די היינטיגע סטייל מוזיק וואס איז טאקע נישט אזוי צוגעפאסט צו די שבת'דיגע און פארצייטישע ניגונים, האט ער מער קונים, און די ניגונים ווערן מער אויפגעכאפט.
און פאר אונז פערפעשעניסטן איז דא גענוג וואס צו הערן. נאר פאר ר' יוסף משה, אויב וויל ער ארויס געבן א דבר השלם איז דער מעסידזש רעלעוואנט.
הגם, ארעינדזשמענטס אויף טייל ניגונים גלייך איך יא טראץ די היינטיגע ריטעם און ברעס סעקשן ווי צ.ב.ש. קה ריבון עלם פון וויזניץ, וואס איז אין מיינע אויערן א דבר השלם