מדות "טובות"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

מדות "טובות"

שליחה דורך בעל מדות »

שוין צייט צו פאראייביגן מיינע אשכולות אין וועלכע עס ליגט אזויפיל הארץ, און איבערגעגעבנקייט, עס איז זייער שווער מסביר זיין אז מען זאל פארשטיין, איין זאך איז אבער זיכער, איך שרייב נאר פון א פאון, און שטעלט אייך פאר וויפיל ארבעט עס ליגט אין אזא ארטיקל ווי די געג'ס אדער ווי אין די אמעריקא'ס גאט טעלענט, עניוועיס האב איך שוין אסאך מאל געהאט אז ניקים זאגן מיר אז זיי האבן נישט געזען א אשכול וואס איך האב געשריבן עד שיבוא עמיצער און קאמענטירט און דערמיט ארויפגעברענגט דעם אשכול צוריק צום אויבערפלאך, דערמיט שענקענדיג די ארטיקל א פרישע שאנס צו ווערן געלייקט, איך פארמאג גענוג אשכולות שוין און עס איז שוין העכסט צייט צו זיי אריינברענגען לפונדק אחד אונטער איין דאך מיט א קורצע ערקלערונג איבער יעדע אשכול.

אלזא, איך וועל אהערברענגען די אשכולות ביז אהער און איך וועל דא אפדעיט'ן בעזר השם יעדע מאל עס קימט צו א רינגעלע אינעם קייט.

מיין ערשטע אשכול איז געווען א רירנדע שילדערונג "וואס מיינע אויגן האבן געזען", זיצנדיג אויפן פליגער אויפן וועג קיין אומאן האט דער נידריגער מאן מיט נאכטפויגל טאטועס, און אויער רינגלעך נישט געלאזט אפילו טראכטן אז ער שטאמט פון אידן, דא אין אומאן טרעף איך אים אין הייסע טרערן, אין א טלית איינגעוויקלט, איך וויל שוין תשובה טוהן זאגט ער פאר מיין באגלייטער! לייענט די געשיכטע און באקימט א התרגשות.
***
א פארפאלק איז נישט מצליח צו איינפלאנצן דורות, א אנגעצויגענע טעלעפאן רוף נעמט אראפ א שטיין פון איר הארץ, מזל טוב עס איז א אינגל! מען שטייט ביים וואכנאכט, עס קימט פאר א געפילדער, די פרוי פון ארץ ישראל איז דא

איין קינד מיט דריי עלטערן!

***
א בחור'ל טרעפט שלעכטע חברים, זיין טאטע נאך יעוץ פון "א מחנך, אדער א מערדער?" ווארפט אים ארויס פון שטוב, די בחור וואלגערט זיך, יענע מעשה ווערט געטראפן אין זיין גאנצע קערפער, זיין טאטע בעט אים איבער אין שפיטאל נאך זעקס יאר נישט רעדן איינער צום אנדערן, עס גייט בכיות, דער בחור גייט אוועק פון דער וועלט, און לאזט אינז איבער מיט א טיעפע מוסר השכל.

***
אין אנשי שם פרוביר איך אריינציבייסן דעם ערשטן מאל מיטן באשרייבן דעם א וועלט'ס ווינדער "גדי פאללאק" א קאריקאטוריסט וועלכע איז פון די שענסטע מעלער אויף דעם פלאנעט, און נאך אינטערסאנטע דעטאלן איבער מעלעריי.

***

"וואס א צובראכענע פרוי וויל אינז מיטטיילן" איז א אשכול ווי א פרוי וויינט צום שעדליכן ציגערעטל זאל זיך ארויסרוקן פון זייער לעבן און באפרייען איר מאן פון דעם אדיקציע, מען דעבאטירט ציגערעטלעך אין היינטיגע ישיבות און נאך דעטאלן ארום דער ציגערעטל.

***

נאכן באזיכן אייוועלט וועלכע איז "א פלאץ פאר קטנים" ברענג איך אריבער א אשכול וואס פארשרייעט די ביטערע קריזיס איבער די ראגעלע הויעכע פרייזן און טייל פון די מאדנע קאמענט'ס וואס ווי עס שיינט שרייבן דארט מער ווייניגער בחורי הישיבה, עס איז היומאר מיט ערנסטקייט געמישט.

***
נאך וואס מענטשן האבן געצייגט זייער אומקלארקייט אין די פאליטיק און טיילונג אין טאהש האב איך אפגעשריבן א לענגערע מאמר מיטן הילף פון א ידיד וואס וואוינט דארט אין שטעטל, זי פארמאגט אויך א בינטל היסטאריע איבערן גרינדונג פון שטעטל און אלעס ארום.

***
א ישיבה אין מאנסי האט אפגעטון א שענדליכע אקט, און גערופן פאליציי אויף א בחור אינמיטן שלאפן, זי האט אנגעמאכט א שטורעם אין א גלעזל בלוט!, די געשיכטע האט זיך ב"ה אויסגעלאזט מיט א גוטע ענדע.

איך טוה אפדעיטן די מוזיק אפטיילונג מיט די נייע "קליפ" פון די צוויי יונגע זינגער'ס אברמי קאליש און תלי ברילל, מען שמועסט אביסל אויס זייערע מאטיוון.

***
ביבי נתניהו קימט קיין אמעריקא, עס איז לעבעדיג, די גאס רוישט, חילול השם? קונטרסים און מחאות קומען ארויס ווי די וואסערפאל אין ניאגרא, איך פרוביר צו כאפן א ליבעראלע בליק איבער די גאנצע סענזאציע, און קום צום אויספיר אז עס טוט זיך דא היפאקריטסווע בתפארתו ווארום די ווילעדזש און קרית יואל און נטורי קרתא האבן אויך א עקסטערע פעקל חילול השם צו אויסשמועסן און ווערן באהאנדלט.

***

נאכן צוזען ווי א שרעקליכע עגאאיסט, פייפט אריין אין געזעצן, פארקירט ווי מען טאר נישט, צייגט דעם מיטלסטן פאר ווער עס פרובירט צו אים זאגן א ווארט, פרוביר איך זיך דערגרונטעווען צו צו אידן אין כלל ישראל זענען אנגעשטעקט אין עגא'איזם עס ווערט זייער שיין פארענטפערט, און צונומען די נושא, אהן וואס עס זאל ח"ו פארבלייבן קטרוגים אויף דעם באשעפער'ס הייליגע פאלק.

***
נאכן ארויסגיין פון התפעלות פון א הערליך אינספירירנדע ארטיקל אין די שטערן אויסגאבע, עפן איך א אשכול פאר שיינע און אינהאלט'סרייכע ארטיקלען וואס זענען נישט ווערד צו פארפאסן, געווידמעט צו מיטטיילן ווי מען זעט נאר עפעס א שיינע שרייבווערק און שיינע ארבעט.

***

איך מאך מיין ערשטע אריינטריט אינעם פאעזיע פארום מיט א צייכענונג ווי איך זאל ווען זיין "אין געפענגעניש", ביים ענדע קימט ארויס אז איך בין אין קייטן דורך מיין אינטערנעט סעלפאן, וועלכע'ס קאנצעפט איז די געדאנק דא און נישט די מעשה בעצם...

***

איך ווייז מיין אנוועזנהייט אין מאחורי הפרגוד מיט א שיין שטיקל לויב געזאנג צו מיין לעבנ'ס באגלייטערין, המו מעי לה! פולע דרוקן אויס הנאה דערצו פארציילנדיג אז דאס איז עפעס וואס זיי גייען נוצן!.

***

נאכן דורכמאכן א גאר הינגעריגער וואכנאכט קער איך זיך צוריק מיט מאמוארן פון א וואכנאכט., איך טייל מיט מיינע ווייטאגן על דרך היומאר, עס טוט זיך אן אשפג'אגיע און עס ווערט פארוואנדלט א שיינע שמועס איבער וואכנאכט'ס.

***

"אמעריקא'ס גאט טעלענט" איז א אשכול וואס ליגט שווערע שעות, זי שילדערט די אויפקום פון די גאט טעלענט געדאנק, לויפט נאך די סעלעב, ריכטער און טוט אראפברענגען פולע ידיעות פון דעם וועלטבארימטן שוי' מיט גוטע לינק'ס צו אלע מצבים און געשעענישן אינעם אודיענץ ווי גאלדן באזער מאמענטן און אזוי ווייטער.

***


וואס זאל איך שרייבן? די פייגלעך האבן שוין געטשוויטשעט ווען איך האב געענדיגט די געוואלדיגע ארבעט איבער געג'ס אוו מאנטרעאל אינעם אשכול פרענק'ס און שפיצלעך, לינקס און קליפ'ס און אלעס ארום זי האט געפאדערט קוראזש, אנציגיין גלייבט מיר אויפן ווארט, און א שיינע ארבעט איז ווידער דעליווערט געווארן צו יעדעם'ס צופרידנהייט.

***

אין ווייטערדיגן שפאן האב איך אריינשפאצירט אינעם היסטאריע דעפארטמענט און נישט אנטוישט די היסטאריע ליבהאבער אנהויבנדיג א סעריע איבער די וועלט היסטאריע גאר אינטערסאנט אינוואזיע אין נארמאנדי וועלכע וועט ווייטער אנגיין ווילאנג די די ליינער צייגן די הכרה אויף די שעות פון פארש ארבעט, קוקן דאקומענטאציעס, און איר שיין אראפשרייבן אין א פליסיג שפראך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

טאקע די פאסיגסטע צייט צו באגריסן אונזער בעל מדות טובות וואס האט לעצטנס קונה שביתה געווען ביי אונז אין שטיבל און מיט זיין געשליפן צינגל און שעפערישע געדאנקען שטארק בארייכערט דאס פלאץ.
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

בעל מדות האט אריינגעברענגט א רוח חדש אין שטיבל, הערליכע סחורה, פנינים יקרים, מיט א געשמאקע און איידעלע אוצר פן מדות טובות
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

מדות "טובות"

שליחה דורך א איד »

נאך דיזען אשכול, דארף איך דען נאך אריינגיין אין יעדן לינק? דאס אליינס איז דאך שוין ווערט אלע געלטער ( וואס מפארלירט בשעתן פעניען צו סאך דא).
ובחדא מחתא טוה איך זיך באדאנקען, אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס דו טוסט דא אריינלייגן, יישר כח און א דאנק.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[justify]
א איד האט געשריבן:נאך דיזען אשכול, דארף איך דען נאך אריינגיין אין יעדן לינק? דאס אליינס איז דאך שוין ווערט אלע געלטער ( וואס מפארלירט בשעתן פעניען צו סאך דא).
ובחדא מחתא טוה איך זיך באדאנקען, אויף די געוואלדיגע ארבעט וואס דו טוסט דא אריינלייגן, יישר כח און א דאנק.

אפשר טאקע זאל אונזער [tag]בעל מדות[/tag] אדער [tag]א איד[/tag] עפענען א אשכול וויאזוי מען קען זיך א עצה געבן, צו קענען זיצן געניג אויף קאווע שטיבל און עס זאל נישט אוועקנעמען אדער שטערן פונעם סדר היום.[/justify]
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: מדות "טובות"

שליחה דורך א איד »

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער עס איז נישטא קיין געהעריגע ענטפער אויף דעם.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

לאמיר טאקע דא בהאי שעתא אויסדרוקן לויב און דאנק צ ו אונזער ריכטיגער בעל מדות וואס טיילט אונז מיט מאוצרו הטוב,
א דאנק
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א גרויסן דאנק [tag]בעל מדות[/tag]. איך האב זייער הנאה פון דיינע זאכן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

Re: מדות "טובות"

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין פעיוואריט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

מיין ערשטע אריינטריט אינעם אפטיילונג פון קונסט איז געוויס די אשכול פון "לעצטערע עד'ס און געניטע פי. אר. טאקטיקן וועלכע כאפן די אויגן" א אשכול וואס כשמו כן הוא, באזיכן דארט וועט זיין א פארגעניגן, איר וועט דארט טרעפן פארשידענע שיינע עד'ס, שעפערישע געדאנקען, געלונגענע פי. אר. טאקטיקן צו פארכאפן אינזערע מוחות.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

איך האב זיך געלייגט שלאפן נעכטן מיט 470 לייקס, משך די טאג האב איך צובאקומען א מספר פון איבער זעכציג לייקס!, וועלכע באצירן מיט שטאלץ מיין נאמען,  שכח קאווע שטיבל!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך ווייס נישט וויאזוי דו קענסט זיך לייגן שלאפן. איך בין אויף יעדע נאכט א גאנצע נאכט צו זען וויאזוי עס קומען אריין די לייקס איינס ביי איינס. אוי איז עס גוט!
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

איך מאך מיין וועג אריין אין אחיעזר מיט א פרישע אשכול וואס וועט אייך צוניץ קומען אין צייטן וואס איר זיכט א נומבער מיט לעכט אין די איינציגסטע וואס וועלן זיך קימערן דערמיט וועט זיין די אידן פון קאווע שטיבל איינער מיט די נומבער פליעז פון?...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

א זייער שמייכלדיגער פאסירונג אין מקוה ערש"ק מיט צוויי ווילדע הייפעראקטיווע קינדער, באוועגט מיך צו עפענען א צענטראלע אשכול וואס זאל דינען אלץ היים פאר די פולע געשיכטעס וואס דערציילן שלימזלות, און איז ווערד צו ווערן פאראייביגט דא אין די שמייכל אפטיילונג.

שלימזל'דיגע אנעקדאטן און טשעקאווע פאסירונגען
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

נישט קיין פרישע אשכול אבער א גאר רייכע אפדעיט אין די סעריע פון געג פירמע'ס און פרענקסטער'ס, דאסמאל א אפהאנדלונג איבער "ראמען עטוואד" זעט די גאר רייכע תגובה אין סעריע איבער פרענק'ס: "ראומען עטוואד" באקאנטע פרענקסטער אין די צענטראלע פרענק אשכול, זי איז באגלייט מיט צענדליגע לינק'ס פון די בעסטע שפיצלעך וואס ער פארמאגט.
ולמען דעת, עס ליגט אסאך ארבעט, ביטע צייגט ארויס אייער הכרת הטוב מיט לייקן, און שיין קאמענטירן.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]בעל מדות[/tag], האסט פארגעסן צוצולייגן די ״נאציאנאלע געאגראפיע״ אשכול.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

פון די ארכיוון איז ארויפגעשווימען די אשכול
איך האב לעצטענס באמערקט אז... מיך מאכנדיג שמייכלען אז ניטאמאל איך אליין קען האלטן קאנטראל אויף מיינע אשכולות...

למעשה פארפירט פריעד באטשי אז איך בין שפעט מיט די פרישע, גערעכט, שכח פארן קימערן, איך וויל אבער נישט ברענגען יעדע אפדעיט באזינדער, נאר זאמלען מערערע און ארויסשטעלן צוזאמען.
נאציאנאלע געאגראפיע איז עפעס וואס יעדער נוצט, זי פעלט נישט אויס קיין גרויסע דאקומענטאציעס, דאך פרוביר איך דאס בעסטע צו פאראייביגן און גיסן די יסוד פאר די אשכול ווי תושבי קאווע זאלן האבן ווי צו רעדן, מיטטיילן, און אנפרעגן איבער דעם פענאמענאלן ריז.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

מענטשן זענען אפטמאל גרייט צו פארקויפן די וואשינגטאן בריק ווען עס רעדט זיך פון זייער'ס א זוהן אין די שידוכים יארגאנג, אויפכאפנדיג א שמועס ווי א איינזייטיגע טאטע לויבט אויס זיין מוזשיניקל אלץ יחיד בדור ווען איך קען אים אלץ פרא אדם און אינוואליד... מען זיכט א שידוך פאר זאפטל איז מיין באלדיגע רעאקציע אויסברוך ווי איך ברענג אראפ אביסל ציטאטן פונעם שמועס.

***

נאך לאנגע יארן פון הרבצת התורה, אויפטון פארן דור, און שטיין ווי א געטרייע טאטע פאר זיינע תלמידים, ווערט א אשכול געווידמעט פאר דעם נאבעלע פערזענליכקייט כ"ק אדמו"ר מ'וויען שליט"א און גאר רייכע אינפארמאציע ווערן צינויפגעשמועסט דורך חברי קאווע שטיבל דאסמאל מיט א אנגענעמע פאזיטיוויטעט.


***


אפטמאל שפור איך וועלקאם און צופרידן און אפטמאל שפור איך... איז א הומאריסטיש געטריבענער פאעזיע און געדאנק וואס וועט אייך ארויפברענגען א שמייכל.


***

די עלעקשנ'ס אין קאנאדע זענען היציג, ווי עס שיינט איז די קאנאדישע פאלק אביסל באורד פונעם פרעמיער מיניסטער וואס איז שוין אויפן בענקל זינט 2006, זיין אהבת ישראל און גלענצענדע רעקארד באוועגט מיך אפצושרייבן א שטיקל ביאו (אדער הספד...) אויף אים, קאנאדישע פרעמיער מיניסטער סטיוון הארפער יר"ה פארבלייבט אין די רעקארד פון קאנאדע אלץ איינע פון בעסטע פירער אין לאנד.


***


איך זיץ אין אומאן און אין צוגאב צו ארבעט ביז איבערן קאפ, אן סערוויס און צווישן זיין פארבינדן מיט טרעוול אגענטן פאר א וועג צוריק, געב איך אראפ צייט פאר קאווע שטיבל צו ברענגען אינהאלטסרייכע נאטיצן און קרישקעלעך פון מיין רייזע קיין אומאן די ציבור איז מעיד אז מען שפורט זיך אין אומאן אינאיינעם מיט מיר...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

המממ..

באשרייבט ווינער רב און גייט קיין אומאן. ביסטי אפשר פון יואלי ראטה'ס תלמידים?

איך מיין נישט ח"ו קיין גילוי נאר ווען כ'האב געזעהן די צאמשטעל איז עס מיר פשוט דורכגעלאפן אין מחשבה.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
הייסע חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:04 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך הייסע חסיד »

גראדע איז עס נישט קיין סתירה, איך קען אפאר מענטשן פון וויען וואס זענען גרויסע וויענע חסידים, און יי פארן ר"ה קיין אומאן.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]א אפהאנדלונג איבער די "בעקיטשע שינדער'ס ווייטאגנדיג אויף די ערנסטע סענזאציע אז פירמע'ס נייען צו שינדערס וואס שניידן אראפ "בעקיטשע קנעפלעך...

איך עפן די אשכול נייעס אין די וועלט פון בתי מדרשים ובתי כנסיות צוליב א נייעס וואס האט פארנימען אסאך מיילער און א דעזיגנירטע אשכול פאר די סארט געשעענישן איז נישט אפירגעקומען טראץ מיין סוירטש עטליכע מאל.

ר' עוזר'ס קליענטן איז א גאר אינהאלטסרייכע אשכול מיט הדרכה פאר עלטערן בעפארן חתונה מאכן קינדער באגלייט מיט פאלשע געשיכטעס וואס פאסירן עכט... די ארטיקל דערגרייכט היבש ווייטער פון די קש ווענט און די פידבעק וואס קומען צוריק דערציילן אז דער ארטיקל איז א אויסטערליש'ס.

איך עפן די אשכול אינערן און אויסערן פאליטיק, נייעס און נאטיצן פון קאנאדע מיט א רייכע אפהאנדלונג איבער פארשידענע טערמינען און אינפא איבער די קאנאדישע פאליטישע סיסטעם.


די צווייטע וועלט מלחמה איז עפעס וואס מיר וועלן קיינמאל פארגעסן, איך בין אינספירירט געווארן צו שרייבן נאכאמאל דערוועגן און דאסמאל א פאעזיע אבער אין די פערספעקטיוו פון א האזל אין אוישוויץ ליינט מיט טישוס.

ווען די דריטע אינטיפאדא האט געפלאקערט אין ארץ ישראל און אידן זענען ברוטאל דערמארדעט געווארן, האט קאווע שטיבל באקומען צוטריט אין שטוב פון די יתומים און זיך אומגעקערט מיט א פאעטישע גרוס פון די צושאסענע נשמות.

ארץ ישראל פלאקערט, אראבער שטעכן, און די נטורי קרתא ראדיקאלן זענען פארנימען ארומלויפן צו ראלי'ס וועלכע געבן שטיצע פאר די מערדער און איך עפן אשכול קאנטראווערסיע און פארדאמונג, די געשיכטע פון נטורי קרתא אויפצושיילן זייערע אומעטישע מעשים.

נאך 10 יאר שרייבן, ערצייגן מאסיווע פראדוקטן, און אזויפיל פארשענערן די אידישע שרייבוועלט, פארדינט זיך דער לעגענדארער שריפשטעלער און אנאליסט ר' שמעון ראלניצקי א אשכול דא אין שטיבל ווי זיינע פענס זאלן אים קענען דאנקען און שטופן פאראויס אויף נאך מאטריאל.

איך באזוך אייוועלט, עס קאסט מיר א געוויין ווי "מאדנע" זאכן ווערן דארט איבערגעשמועסט, יעדער איז אין א דראנג צו זיין "פויבסטליכער פונעם פויבסט", און איך שרייב א סארקאסטישער אשכול וואס איך וואלט ווען געשריבן ווען איך בין ווען "אייוועלט איד"

אידן זענען עמפינדלעך ווען עס קומט צו "אפיקורסות", די שטארקסטע קאווע שטיבל שרייבער רופן אויס אז זיי רעזיגנירן! אויב טראסקעט מען נישט ארויס א געוויסע ניק, די הנהלה שפארט אויס דעם ניק און די געשיכטע ענדיגט זיך סוקסעספול.

אין די וועלט פון אידישע מידיא פאסירט פארשריט איך שטיי אויפן פראנט צו מאכן זיכער אז די ק"ש מיטגלידער זענען נישט צוריקגעשטאנען איך ברענג א שטיקל ריוויו אויף די מאנטרעאלע מאמענט מיט הילף צו סובסקרייבן, אויך ברענג איך דער לינק פון די נייע אידישע ווינקל טוויטער קאנטע וועלכע שיינט צו זיין א אינטערסאנטע קוואל פאר באריכטן אין די אידישע שרייבוועלט.

ווערנדיג אינספירירט דורך נייע אלבוימס וואס אונזערע טאלאנט ערצייגן האב איך געשריבן וועגן עטליכע פון זיי, צווישן אנדערע שלומי טויסיג -מכאן ואילך-, יואלי גרינפעלד -זה-, און גוטע הארץ פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ

לאור וואס א צעפארענער איז באגאנגען טראנסדזשענדער האב איך אפגעשריבן א פאעטישע ארטיקל איך בין נישט נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן ווי איך שילדער אראפ די צעבראכענע לעבן פון א מאראנץ וואס טוישט זיך צו א לעמאן און באשליסט דאן אז דאס גאנצע זיין א פרוכט איז נישט פאר אים...[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
פארשפארט