א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ מענטשען פינם אידישן וועג!!!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

עדעס מאל וואס טענות קומען ארויף אויף די עסטעבלישמענט (און ס'איז ליידער פארהאן אזויפיעל טענות, אפילו אידען אין הנהלות האבן טענות..), קומען מאנכע וואס האבן מורא פון די ווארט "מוסר" און פארשרייען די בעלי טענות מיט די לעכעדיגסטע ווערטער. למשל:
יעקב מענטש האט געשריבן:איך קען נישט די ספעסיפיקס פון די מעשה

און
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק די טענות אין די בריוו

אבער
יעקב מענטש האט געשריבן:[די טענות] איז מופרך

למעשה, מישט מען צוזאם קליינטשיקע אמת'לעך מיט גרויסע שטותים. למשל:
יעקב מענטש האט געשריבן:די אישו פון נישט אננעמען/ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות, איז זייער א קאמפליצירטע נושא, און רוב מאל קומט עס אראפ צו פרטים פון די ספעציפישע פאל, און ס'האט נישט נישט מיט עפעס וואס קען אדרעסירט ווערן אויף א כלליותדיגע פארנעם

מיט
יעקב מענטש האט געשריבן:איז אבער איין זאך קלאר, די מוסד דארף נישט עקסעפטן איינעם וואס האלט זיך נישט צו די תקנות פון די מוסד

זיי מיר מסביר וויאזוי דאס גייט צוזאם?! אין די סיפא שטייט בפרש אז די נושא אז די נושא איז קלאהר: איינער וואס האלט נישט די תקנות, ארויס! וואס האט פאסירט מיט די קאמפליצירטע נושא? כ'האב געמיינט אז מען קען עס נישט אדרעסירן אויף א כלליותדיגע פארנעם?

און אז מען רעדט שוין פון תקנות, כאילו ס'איז די עשרת הדיברות אליינס, ווער מעג מאכען\צולייגן תקנות צו א מוסד כדי צו בארעכטיגען דעם שגץ ארויס? אז דער מייסד האט געהאט א באנאק (וואס דארף ווען אליינס פליען ווען די תקנות ווערן ווען אויסגעפירט אויף רעבישע..) וואס וויל ווייזן איינעם אז ער איז באלאבאז אדער עהרליך און ווארפט ארויף א אכשרא דרא תקנה, פליען מארגען קעפ?

יעקב מענטש האט געשריבן:די תקנות דארפן זיך נישט בייגן ווייל א געוויסע פראצענט טאטעס זענען מער ליבעראל

אבער די תקנות בייגען זיך גאנץ פיין ווען אן אלקיידע'ניק האט זיך צוגעשארט צו די הנהלה און האט נאך אפילו נישט באקומען קיין פאזיציע אבער קיינער וויל נישט זיין דער וואס שטעלט זיך קעגען...

יעקב מענטש האט געשריבן:ענדערש זאלן די טאטעס זיך בייגן צו די תקנות

ווי אפט? יעדעס מאל כ'זעה די מוסד ביים פרינט-שאפ, דארף יעדעס טאטע צוריקברענגען די טעלעפאן פאר א טשעקאפ און די מאמע דארף ארויסווארפן די קליידער-שאפע וואס איז געווען כשר וישר פאר די לעצטע פופציג יאהר?

יעקב מענטש האט געשריבן:אדער זוכן א אנדערע מוסד וואס איז מער אויסגעשטעלט פאר קינדער פון מער ליבעראלע שטובער

ליבעראל?! מי שמך לחיה אז דו זאלסט באשליסן אז ס'צייט אז איך זאל ווערן מער ליבעראל? דו טוישט, נישט איך!

ס'איז נאך פארהאן אזאך צו שרייבן, אבער די מוסד מיינע האט פאררופען א גענעראל-פארזאמלונג פאר די חשובע הורי התלמודים...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל: איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל דו האסט גוט צונומען דעם יעקב מענטש מיט זיינע באבקעס.
דער תמצית פון דיינע ( און מיינע) ווערטער איז, אז אן ארעמאן טאר נישט זיין קיין שגץ. אבער א רעביש קינד, א בנש"ק אדער אן עושר מעג יא זיין א שייגעץ... :roll:
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל דו האסט גוט צונומען דעם יעקב מענטש מיט זיינע באבקעס.
דער תמצית פון דיינע ( און מיינע) ווערטער איז, אז אן ארעמאן טאר נישט זיין קיין שגץ. אבער א רעביש קינד, א בנש"ק אדער אן עושר מעג יא זיין א שייגעץ... :roll:

קען זיין מ'האט מיך שלעכט פארשטאנען, וועל איך איבערשרייבן מיין פוינט בקיצור נמרץ,

קודם צו די ספיציפישע מעשה, האב איך געשריבן, אז בסך הכל נעמט מען דא די פאקטען פון אן אנאנימע וואצעפפר, און קיינער דא האט נישט געהערט די אנדערע זייט פון די מטבע, אבער ווען ס'קומט צו הנהלת המוסדות, -יעדער איינער דא איז מודה, אז ס'איז א דעליקאטע דזשאב- וואס קען אפי' זאלסט טוהן הונדערט פראצענט וואס מ'דארף טוהן, ביסטו אויסגעשטעלט צו מער קריטיק ווי קאמפלימענטן, מער שונאים ווי פריינט.

איך בארעכטיג נישט קארופציע, אז דער ראש הקהל'ס נעפיו זאל באקומען א פעסס ווען ער פירט זיך אויף ווי דער עלעקטרישאנ'ס זוהן וועם מ'ווארפט ארויס פאר מעשים תעתועים, ס'איז א עוולה נוראה צו האבן אזא דאבל סטענדערד! אבער דאס מיינט נאכנישט אז דעם וועם מ'האט למעשה געווארפן, וואלט מען ווען יא געדארפט צו האלטן.

נאכדעם איז דא די מענטשען וואס זענען אויפגעוואקסן אין א פרומע קהילה און נאטורליך געשיקט זייערע קינדער אין די מוסדות ווי זיי זענען געגאנגען, אבער אים למעשה שמעקט נישט דעם סאנדז סט. חינוך, און ער פיהרט זיך אויף מער ליבעראל ווי רובא דרובא עלטערן וואס שיקן אין דעם מוסד. אבער ווען מ'איז אים מודיע אז ער קען מער נישט האלטן די קינדער אין די מוסד, ווערט ער מלא טענות הלמאי מ'ווארפט אין ארויס ? צו אים זאג איך, אז דו דארפסט פארשטיין אז די מוסד ווערט געפיהרט מיט א געוויסע אויר וואס אירע מייסדים האבן אוועקגעשטעלט, און ווערט קאנטראלירט דורך א וועד החינוך וואס ווערט אויפגענומען דורך די איצטיגע אחראים פון די מוסדות, און אויב ס'שמעקט דיר צו פיהרען א מער ליבעראלען לעבן, קאָל האַקאַבאָד! כאפ אן דיינע קינדער און טראג זיי אריין אין א מוסד וואס איז מער לרוחך.

אמעריקע איז א פרי קאנטרי, אזוי ווי דו האסט א רעכט צו שניידן דיין בארד און אנטוהן דיין ווייב אויף א וועג וואס איז אנדערש ווי די חינוך פון די מוסד, אזוי אויך האט די מוסד א רעכט אונטער 'פרידאם אויף אסאשיעישאן' צו האלטן דעם מוסד אויף א ניווא וואס זיי ווילן,

די פרומיזאציע פון די תקנות איז א עקסטערע נושא, אבער אפגעזעהן וואס דיין מיינונג איז אויף דעם, איז ברור כשמש אז די מוסד האט די "רעכט" צו מאכן וואספארא תקנות זיי ווילן און פארלאנגען אז די וואס שיקן דארט זאלן זיי איינהאלטן,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

איינע פון די פראבלעמען פון די מכלומר'ש קוס'מו וקבלו הנחה איז אז מ'זרק'ט אויף סוביעקטיווע פארלעצונגען אדער אויף תקנות וואס מ'פירט איין יעדן שני וחמישי נאכדעם וואס די קינדער זענען שוין איינגעארדענט פאר יארן אין די מוסדות און געעלשאפט, און האבן נישט אן אמת'ע ברירה צו מאכן א טויש.

אין געזעץ איז דא א באגריף אז א געזעץ וואס איז אומקלאר איז קיין געזעץ. ס'איז א שקר צו זאגן אז עלטערן פארשטייען אז אין די מוסד קען מען ווארפן ווען די קינדער גייען מיט אזא קאליר שיך, ניצן אזא קאליר ראבער אויף די ברעיסעס (יא דאס איז איינע פון די יסודות הדת, אדער סאנדז סטריט חינוך אין געוויסע סאטמאר מוסדות) אדער די texture פון ברילן אדער די געפיל וואס א טורבאן ברענגט אריין ביי א כולל אינגערמאן ביים באס סטאפ. דאס זענען זאכן וואס מ'קען ניטאמאל קלאר דעפענירן און טוישט זיך מחודש לחודש און די תקנות הייבט זיך אן ביי "יעדער פארשטייט ביי זיך וואס מ'מיינט" און ענדיגט זיך מיט וד"ל.

חוץ מזה זענען דא תקנות וואס קומען אויף אינמיטן דאס קינד'ס חינוך, למשל דאס אז פרויען האבן אן אנדערע דין פון מענער לגבי סמארטפאונ'ס און בכלל די מערכה מיט טעכנעלאגיע וואס טוישט זיך מיום ליום.

ס'איז נישט שייך צו זאגן קימו וקבלו, ס'איז בלויז דא א כפה עליהם הר כגיגית, אן קיין כה תאמר לבית יעקב, אמירה רכה. און ס'איז נאריש צו זאגן אז נאכדעם ואס א קינד האט שוין קונה געווען חברים און געשפענדעט פינף יאר אין די מוסד אז די ניי יאר רעגעסטראציע איז א געלעגנהייט צו טוישן אויב די נייע אומקלארע אדער אפי' קלארע גזירות איז אין יכולין לעמוד בו. ס'איז נישטא אזא ברירה. עכ"פ ס'איז נישט א ברירה וואס האט נישט ערנסטע סייד עפעקטס פארן קינד, און דאס הייסט נישט קיין ברירה.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קודם א פשוטע קושיא ר' יואליש,

לויט דיר קומט אויס אז קיין נייע תקנה קען נישט איינגעפירט ווערן (עפעס וואס מוז געשעהן ווייל די וועלט טוישט זיך און ס'איז אוממעגליך צו פארלאנגן אז מ'זאל זיך באנוצן מיט תקנות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן פאר די אינטערנעט עפאכע), ווייל אויב איינער וויל זיך נישט צושטעלן, וועט זיין זייער שווער פאר זיינע קינדער צו טוישן מוסד נאכדעם וואס זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו סביבה און חבירים, ריכטיג ?

במציאות הדברים, פארשטייסטו אליינס אז ווען מ'ווארפט 'למעשה' א קינד פון די מוסדות קומט עס נישט וועגן עובר זיין אויף תקנה'לע דא און דארט, דאס קומט שוין ווען 'יענער' האט אפגעמאכט צו טוישן זיין לעבן און התנהגות בכלל, דו"ק ותשכח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

יואליש, צב"ש אויב איך האב געוואוינט אין נוא יארק ווען ס'יז געוועהן לעגאל צו פארען אהן קיין סיעט בעלטס, בינדט מיך מער נישט דער געזעץ פון סיעט בעלטס? און אויב דער ספיד לימיט האט זיך געטוישט, בינדט עס נישט די אלע וואס האבען דארט געוואוינט פריער? נישט ריכטיג, סיי רעגירונגען, סיי מוסדות טוען צולייגען געזעצען און תקנות, ווילאנג די אומנשטענדען טוישען זיך טוישען זיך די רולס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש: לויט דיין תגובה פון היינט, 11:38 אינדערפריה קומט אויס אז מ'וואלט געקענט פארמיידן די גאנצע אנגעווייטאגטע פרשה פון ר' נחמיה וועבערמאן. א פרשה וועלכע געט מיר נישט קיין מנוחה עד היום הזה. ס'הייסט פארשיקן א איד אויף זיין גאנץ לעבן על לא דבר. מיט א משפט פון סדום און אנטיסעמיטיזם. נאר איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין די פרשה. נאר אזויפיל קען איך זאגן אז די הנהלה פון בית רחל סקול וואלט פאר די צדיקת הקדשה געדארפט צו זאגן מלכתחילה. אויב דו קענסט דיך נישט צו שטעלן צו די גדרי הצניעות וועלכע ווערן פראקטיצירט אין אונזער סקול, ביטע זוך דיר אן אנדער סקול...! און נישט מכלומר'שט קוקן אויפ'ן כבוד פון איר טאטע און משפחה...און זיך אליינס שאדן מאכן און אנמאכן אזא גרויסן חילול ה', וועלכער האט אפגעקאסט מיליאנען דאללער.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:קודם א פשוטע קושיא ר' יואליש,

לויט דיר קומט אויס אז קיין נייע תקנה קען נישט איינגעפירט ווערן (עפעס וואס מוז געשעהן ווייל די וועלט טוישט זיך און ס'איז אוממעגליך צו פארלאנגן אז מ'זאל זיך באנוצן מיט תקנות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן פאר די אינטערנעט עפאכע), ווייל אויב איינער וויל זיך נישט צושטעלן, וועט זיין זייער שווער פאר זיינע קינדער צו טוישן מוסד נאכדעם וואס זיי זענען שוין צוגעוואוינט צו סביבה און חבירים, ריכטיג ?

עקזעקטלי! אבי דו פארשטייסט. אמת, אז ס'פארלאנגט זיך אמאל נייע תקנות, אבער נישט יעדער מאנטיג און דאנעשטיג קען מען נוצן די "די וועלט טוישט זיך" תירוץ. אזוי אויך, וויבאלד ס'איז פארהאן א סטאטוס-קווא, פארלאנגט זיך א גאר-טיפער שיקול הדעת צו מאכן אזא באשלוס\גזירה (למשל וואלען וכדו').

יעקב מענטש האט געשריבן:במציאות הדברים, פארשטייסטו אליינס אז ווען מ'ווארפט 'למעשה' א קינד פון די מוסדות קומט עס נישט וועגן עובר זיין אויף תקנה'לע דא און דארט, דאס קומט שוין ווען 'יענער' האט אפגעמאכט צו טוישן זיין לעבן און התנהגות בכלל, דו"ק ותשכח

לאו דוקא
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

berlbalaguleh האט געשריבן:יעקב מענטש: לויט דיין תגובה פון היינט, 11:38 אינדערפריה קומט אויס אז מ'וואלט געקענט פארמיידן די גאנצע אנגעווייטאגטע פרשה פון ר' נחמיה וועבערמאן. א פרשה וועלכע געט מיר נישט קיין מנוחה עד היום הזה. ס'הייסט פארשיקן א איד אויף זיין גאנץ לעבן על לא דבר. מיט א משפט פון סדום און אנטיסעמיטיזם. נאר איך וויל יעצט נישט אריינגיין אין די פרשה. נאר אזויפיל קען איך זאגן אז די הנהלה פון בית רחל סקול וואלט פאר די צדיקת הקדשה געדארפט צו זאגן מלכתחילה. אויב דו קענסט דיך נישט צו שטעלן צו די גדרי הצניעות וועלכע ווערן פראקטיצירט אין אונזער סקול, ביטע זוך דיר אן אנדער סקול...! און נישט מכלומר'שט קוקן אויפ'ן כבוד פון איר טאטע און משפחה...און זיך אליינס שאדן מאכן און אנמאכן אזא גרויסן חילול ה', וועלכער האט אפגעקאסט מיליאנען דאללער.

דאס וואלט מען זאגן פאר נחמי'; נישט פאר מרס. קרויס.
נחמי' האט עובר געווען אויף גרעסערע גדרי צניעות ווי איר...
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום על ישראל האט געשריבן:

שלום על ישראל: איך מיין ביידע. איך בין נישט אזוי נאאיוו. אבער אעפ"כ, וואלט מען געקענט פארמיידן די גאנצע פרשה ווען די הנהלת בית רחל האנדלט ווען אזוי. א זאך וואס וואונדערט מיך טאקע די גאנצע צייט. נאר מיט דעם אלעם, האלט איך אז ער איז געווארן "רעילראודעד". וואו דער טומל פון אזאלכע אייגענע היימיש געבאקענע קראנקע ברואים ווי נחום ראזנבערג און דאס אנטיסעמיטיזם פון די מידיא און די דזשורי האבן געשפיעלט א הויפט ראלע. אויך דאס בטלנות פון זיין גרויסן אונגערישן לאיער, פארקאש באטשי.
שוין. איך וויל נישט מער מרחיב את הדיבור זיין ווייל די גבאי החודשים וועלן באלד קומען מיט זייער דיליעט באטטן און אויסמעקן מיין תגובה מיט דעם תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין... :roll:
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יעקב מענטש האט געשריבן:
במציאות הדברים, פארשטייסטו אליינס אז ווען מ'ווארפט 'למעשה' א קינד פון די מוסדות קומט עס נישט וועגן עובר זיין אויף תקנה'לע דא און דארט, דאס קומט שוין ווען 'יענער' האט אפגעמאכט צו טוישן זיין לעבן און התנהגות בכלל, דו"ק ותשכח

איבערהויפט נישט ריכטיג.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

Kool man האט געשריבן:יואליש, צב"ש אויב איך האב געוואוינט אין נוא יארק ווען ס'יז געוועהן לעגאל צו פארען אהן קיין סיעט בעלטס, בינדט מיך מער נישט דער געזעץ פון סיעט בעלטס? און אויב דער ספיד לימיט האט זיך געטוישט, בינדט עס נישט די אלע וואס האבען דארט געוואוינט פריער? נישט ריכטיג, סיי רעגירונגען, סיי מוסדות טוען צולייגען געזעצען און תקנות, ווילאנג די אומנשטענדען טוישען זיך טוישען זיך די רולס.

ביז היינט זענען נאך קארס געמאכט פאר 1964 פטור פון סיעט בעלטס. אבער מיין נקודה איז נישט דאס און נישט יענץ, ס'איז בלויז אז ס'איז שקר אז מ'האט זיך אונטערגענומען צו זיין געבינדן צו יעדן וואנזיניגע תקנה עד כדי זריקה.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ

שליחה דורך דעת תורה »

דו ווייסט פון א פאל וואס מען האט בפועל 'געווארפן' (נישט 'נישט אנגענומען נייע') קינדער צוליב אינטערנעט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דעת תורה האט געשריבן:דו ווייסט פון א פאל וואס מען האט בפועל 'געווארפן' (נישט 'נישט אנגענומען נייע') קינדער צוליב אינטערנעט?

ווי ווייט איך ווייס,

ווארפן זיי נישט ארויס איינעם פאר'ן אים כאפן מיט א טעלעפאון וואס איז אומגעפילטערט נאכן זיך דורכשווערצן די משמרת אפטיילונג מיטן ארויפלייגן משומר/גדר אויף זיין אנדערע פאון.

זיי זענען מפציר, לייגן פרעשור, מאכן פראבלעמען ביי די נעקסטע רעגיסטראציע, ביז יענער גייט איין.

ווען זיי ווארפן איז עס פאר פיעל ערגערע סיבות,
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

דעת תורה האט געשריבן:דו ווייסט פון א פאל וואס מען האט בפועל 'געווארפן' (נישט 'נישט אנגענומען נייע') קינדער צוליב אינטערנעט?

IMG-20150224-WA0148.jpg
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש: דאס איז איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין פרשת משפטים ביי אן עבד עברי ולא תרדה בו בפרך...זאגט רש"י אז דאס איז דבר המסור ללב. אז דער בעה"ב וויל נישט סתם אויסנוצן דעם עבד עברי. נאר ער דארף טאקע זיין ארבעט. אז ער הייסט איהם נישט אנווארעמען וואסער אפילו ער דארף עס עכט נישט. נאר כדי צו האלטן איהם ביזי. אדער שניידן צווייגן. אט די משלים ברענגט רש"י אראפ. די זעלבע דא אויך. ווייל איך ווייס פון א פאל וואו די הנהלת הישיבה האט פארשיקט. ס'הייסט נישט צוריקגענומען א גאנץ וואוילן בחור. און ס'דא חשדות אז ס'איז געווען ווייל ער האט געטוישט דעם לבוש. אום שבת האט ער אנגעטון א הויכן הוט, און נישט קיין פלאטשיג'ס...נאר זיי טענה'ן עה... וואס פאלט דיר ביי...ממילא איז דאס אויכעט איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אבער, ליידער דער פסוק...ויראת מאלוקיך, אני ה'" שטייט אויף שוואכע פיסלעך דארט. איך זאג נישט וועלכע מוסד... :lol: :roll:
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ

שליחה דורך דעת תורה »

נו איך ווארט געשפאנט צו הערן די ענדע פון די מעשה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:נו איך ווארט געשפאנט צו הערן די ענדע פון די מעשה.

וועלכע מעשה: די בחור האט זיך געזוכט און ב"ה געטראפן א צווייטע ישיבה.
נ.ב.: איך גיי שרייבן אויף ענגליש מיט אידישע אותיות...פליעס דאנ'ט בי דיפענסיוו, אר העוו ע גילטי קאנשענס. טהענק יו...העפפי ניו יעאר... :roll:
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: א בריוו פין א חסיד צום רבי׳ן - דיינע מוסדות פירן אראפ

שליחה דורך דעת תורה »

מיט די משפחה וואס האט באקומען די בריוו
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:מיט די משפחה וואס האט באקומען די בריוו

אה: אנטשולדיגט. ווייל דיין תגובה קען ארויפגיין אויף מיר אויכעט... :lol:
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

berlbalaguleh האט געשריבן:יעקב מענטש: דאס איז איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין פרשת משפטים ביי אן עבד עברי ולא תרדה בו בפרך...זאגט רש"י אז דאס איז דבר המסור ללב. אז דער בעה"ב וויל נישט סתם אויסנוצן דעם עבד עברי. נאר ער דארף טאקע זיין ארבעט. אז ער הייסט איהם נישט אנווארעמען וואסער אפילו ער דארף עס עכט נישט. נאר כדי צו האלטן איהם ביזי. אדער שניידן צווייגן. אט די משלים ברענגט רש"י אראפ. די זעלבע דא אויך. ווייל איך ווייס פון א פאל וואו די הנהלת הישיבה האט פארשיקט. ס'הייסט נישט צוריקגענומען א גאנץ וואוילן בחור. און ס'דא חשדות אז ס'איז געווען ווייל ער האט געטוישט דעם לבוש. אום שבת האט ער אנגעטון א הויכן הוט, און נישט קיין פלאטשיג'ס...נאר זיי טענה'ן עה... וואס פאלט דיר ביי...ממילא איז דאס אויכעט איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אבער, ליידער דער פסוק...ויראת מאלוקיך, אני ה'" שטייט אויף שוואכע פיסלעך דארט. איך זאג נישט וועלכע מוסד... :lol: :roll:

אפי' דער בעל עגלה אליינס דערציילט אזוי די מעשה, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז דער בחור האט מען געטראסקעט בלויז פאר דעם הימל שרייענדען חטא פון העכערן דעם מיטעלסטען חלק פון זיין הוט.

#נאנסענס
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:יעקב מענטש: דאס איז איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין פרשת משפטים ביי אן עבד עברי ולא תרדה בו בפרך...זאגט רש"י אז דאס איז דבר המסור ללב. אז דער בעה"ב וויל נישט סתם אויסנוצן דעם עבד עברי. נאר ער דארף טאקע זיין ארבעט. אז ער הייסט איהם נישט אנווארעמען וואסער אפילו ער דארף עס עכט נישט. נאר כדי צו האלטן איהם ביזי. אדער שניידן צווייגן. אט די משלים ברענגט רש"י אראפ. די זעלבע דא אויך. ווייל איך ווייס פון א פאל וואו די הנהלת הישיבה האט פארשיקט. ס'הייסט נישט צוריקגענומען א גאנץ וואוילן בחור. און ס'דא חשדות אז ס'איז געווען ווייל ער האט געטוישט דעם לבוש. אום שבת האט ער אנגעטון א הויכן הוט, און נישט קיין פלאטשיג'ס...נאר זיי טענה'ן עה... וואס פאלט דיר ביי...ממילא איז דאס אויכעט איינס פון די זאכן וועלכע זענען מסור ללב. אבער, ליידער דער פסוק...ויראת מאלוקיך, אני ה'" שטייט אויף שוואכע פיסלעך דארט. איך זאג נישט וועלכע מוסד... :lol: :roll:

אפי' דער בעל עגלה אליינס דערציילט אזוי די מעשה, איז מיר דאך שווער צו גלייבן אז דער בחור האט מען געטראסקעט בלויז פאר דעם הימל שרייענדען חטא פון העכערן דעם מיטעלסטען חלק פון זיין הוט.

#נאנסענס

אפשר איז עס קלויזנבורגער אדער וויזשניצער ישיבה וואו אלע בחורים גייען מיט פלאטשיגע היטן און ער נישט... :lol: :roll:
פארשפארט