פרשת בעלז תשמ"ב

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

איינע פון די נישט פינקליכקייטען איז אז די קעגענער זאגען אז ער האט געזאגט אויפן סאטמארער רב פאר זיינע אייגענע אינטערעסען, וואס מען מאכט עס סאונדען זייער ביליג

אבער געזאגט האט ער "וועגען די אינטערעסען פון די שיטה" און דאס איז דאך אמת

און צו דיר ר' דולה

ר' יחזקאל ראטה האט שוין לאנג צוריק געצויגען, ער איז זייער נאנט פארבונדען מיט די בעלזער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום משכיל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

אויסגעלאזט עטליכע

משולם פייש סג"ל לאווי - טאהש
שמואל זאב ליכטער - דומ"ץ קהל עדת קראסנא / כונת הלב
אברהם אביש הורוויץ - מעליץ
יוסף צבי איליאוויטש - שאמשאן
יעקב שמעון דאכנער - בעדהאמענט
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

דאס טוט אזוי ביטער וויי, י

אז נאך די אלע זאכען איז דער בעלזער געווארען דער גרעסטער רבי אין דור, וואס אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל גייען קוקען זיין חינוך סיסטעם און מאכען איהם נאך, די גרעסטע רבנים קומען זיך שואל עצה זיין מיט איהם, און ער איז דער קלוגסטער פון אלע מנהיגים פון דור
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גרויסע גדולה פון מהרא"ס וויזיט צו זיין אייגענעם שוואגער. ער וואלט געדארפט זיין אין גוטן מיט אים אלס א ש"ב.

ווייל אין די אייגענע קהילה האט ער געהאט גרויס התנגדות אז ער האט זיך נישט געקענט באווייזן בפני קהל ועדה צוזאמען מיט איהם איידער ער איז מפייס דעם דברי יואל זי"ע. כאטש פריוואט האבן זיי גערעדט טעלעפאניש און זיך געטראפן ביי פארשידענע געלגעגנהייטן.

סתם בעלאניס ווי אלע בעלאניס
איין איינציג מאל וואס איז אויסגעקומען זיך צו טרעפן ברבים איז געווען ביי א שבע ברכות אין די אנהייב ס' יארן, פון וואס ס'איז דא א באקאנטע בילד (ווען זיי טרעפן זיך ווען מער וואלט שוין געווען בילדער)
אויפן טעלעפאן?
מהר"א האט אים קיינמאל נישט גערופן, ער פלעגט רופן צומאל, ווי למשל ביי די חתונה פון ר' יואל בן מהר"א האט ער גערופן וואונטשן מזל טוב, און זיי האבן געשריבן אין מחנה החרדי דאכט זיך אז מהר"א האט זיך געקאלט מזכיר זיין ביים אים, ליצים!

מהר"א האט געזאגט כמ"פ (וגם אני שמעתיו ממנו) "ווי לאנג ער בעט נישט איבער דעם פעטער קען איך נישט גיין צו אים און איך קען אים נישט אויפנעמען"
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

משכיל האט געשריבן:דאס טוט אזוי ביטער וויי, י

אז נאך די אלע זאכען איז דער בעלזער געווארען דער גרעסטער רבי אין דור, וואס אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל גייען קוקען זיין חינוך סיסטעם און מאכען איהם נאך, די גרעסטע רבנים קומען זיך שואל עצה זיין מיט איהם, און ער איז דער קלוגסטער פון אלע מנהיגים פון דור


עס איז נישט גיט צו חלומ'ן הויעך
ער האט שיינע אויפגעסטע מוסדות, ריזיגע הערליכע בילדינגס, אין כבוד בית בעלזא איז אריינגעפראגאמט צווישן די תרי''ג מצות
אבער,
משכיל האט געשריבן:דער גרעסטער רבי אין דור,
וואס אלע מוסדות בלי יוצא מן הכלל גייען קוקען זיין חינוך סיסטעם און מאכען איהם נאך,
די גרעסטע רבנים קומען זיך שואל עצה זיין מיט איהם,
און ער איז דער קלוגסטער פון אלע מנהיגים פון דור

:lol:
מאכט מיך טראכטן אז די דמיונסט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע שרייב מיט דרך ארץ.
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קלאר בא לקלל ונמצא מברך...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

כאב נאנישט געלייענט אלעס ביז דא, אבער דערווייל האבעך שוין די סידי און סיז א פילע mp3 און כעל זעהן פורסט הענד אביסל וואס דארט איז געווען,

די סידי איז פון די סאטמאר/סאכדעס זייט און אויך האבען זיי געלייגט די דרשה פונעם בעלזע רבין וואס איהם גיי איך הערן די ערשטע.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב דיר שוין געזאגט אז זאלסט אויך פארשאפן א אויטענטישע טעיפ ווייל די סאטמערע האבן געפעלשט שטיקלך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ביטע שרייב מיט דרך ארץ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איך אויך האט געשריבן:איך האב דיר שוין געזאגט אז זאלסט אויך פארשאפן א אויטענטישע טעיפ ווייל די סאטמערע האבן געפעלשט שטיקלך.

ווי קעמען פארשאפן?

איך וועל אראפברענגען שטיקלעך און אויב איינער וועט וויסן קלאר אז סע נישט אמת, וועט מען זיכער שרייבן.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

ס'נאריש צו זאגן אז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געהאלטן די דרשה כדי זיך אנצונעמן אויף זיין פעטערס כבוד - א מעשה פון כמעט 30 יאר פריער.

די דרשה איז געקומען נאך וואס די בעלזא קהלה האט זיך אנגעליטן פון די עדה-סאטמאר. זיי האבן זיך געשפירט אויסגעשלאסן. די עדה האט נישט געוואלט אריין נעמן זייערע אינגעלייט אלס דיינים וכדומה.

אז ס'טוט וויי, שרייט מען. האט דער בעלזא רב שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט ביים שטייעדיגע תורה צו דערהייבן זיין עולם, און אויסדריקן זיין קעגנערשאפט אקעגן אזא אומאויסגעהאלטענע געפירעכטץ.

ער האט בדבריו הברורים וקולעים אל השערה אונטערגעריסן אזא הנהגה פון, אלעס איז מותר וויבאלד "איך האב א שיטה".

בעלזער רב שליט"א האט טאקע גערעדט אקעגן סאטמאר, אבער ווייט פון אזוי שטארק ווי מ'האט עס געשילדערט אין סאטמאר. ווא'זשע דען, וויבאלד ס'איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס איינער האט זיך דערוואגט ארויסצוזאגן זיין מיינונג אקעגן די ביז דאן פארהייליגטע סאטמאר, ממילא האט עס אויפגעשורעמט די געמיטער פון די וועלכע האבן פאר קיין שום פרייז נישט פארגינען פאר בעלזא צו ווערן אן אומאפהענגיגע פארטיי.

דאכצעך (שוין געהערט די טעיפ יארן צוריק) אז בעלזער רב שליט"א האט אויך געזאגט, אז ער האט אין זיין באזיץ א גאנצע קונטרס, וועלכע פרעגט אפ די שיטה, און ער האפט עס אי"ה ארויסצוגעבן. (אויב האב איך א טעות אין דעם פרט ביטע מיר פאררעכטן)

אוודאי היינט ווען [ר' מנשה פילאפף] מ'דערציילט פאר די דור חדש די היסטאריע פון די מחלוקה, לייגט מען צו א גאנצע ליסטע פון עבירות (בעניני ציונות) וואס בעלזא האט געטוהן איידער ער האט גערעדט אקעגן סאטמאר.
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך שמיטה »

אגב, פאר די אלע וואס ווייסן נישט, אדער פאר די אלע וואס זענען פון קינדווייז אן ערצויגן געווארן מיט די פערצענטע "אני מאמין" אז בעלזער רב איז אלעמאל געווען א שג...:

ווען האדמו"ר מבעלזא שליט"א איז אלס אינגערמאן געקומען אויף וויליאמסבורג בעפאר די מחלוקת, זענען אלע זקני הרבנים מדור הקודם געקומען צו זיין טיש, און געזעסן כעבדא קמיה מריה. הדרה דלא אפשר למפרט בשפותא.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

איך גיי נישט אריינגיין אין זיין פערזענליכקייט, און דאס אז מען איז געקומען צו זיין טיש מיינט גארנישט, מען איז געקומען אלס כבוד בית בעלזא נישט פאר זיין פערזענליכקייט

נאר סתם להערה בעלמא, דו גלייבסט נאך די שטותים ער האט אין באזיץ א קונטרס אםצופרעגן די שיטה, נו פארוואס געסטו עס נישט ארויס? איז דען נישט א גרעסערע אננעמאכץ פאר זיין פעטער ווי דעם? ער שוינט עפעס כבוד סאטמאר?

אבער ער האט!
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

זעה די 50 ארטיקלען אין די מחנה החרדי אין די מ' יאהרן, לייג עס צוזאם האסטו א שיין ספר, אבער דער בעלזער רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט א ספר, דאס וואלט געווען קינדעריש, ווען ער סטראשעט נאר,י

בד"ו דער ערלויער רב האט געשריבען א חיבור קעגען די שיטה, אויך ר' יואל כהן פון ליובאוויטש
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

וואלט איינער געקענט מסביר זיין אין קורצן, וואס איז בעלזער רבי׳נס עבירה?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ווי קעמען זען די ארטיקלעך פון מחנה חרדי?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

געטוישט צו תשמ״ב ווייל אויפן סידי שטייט אזוי.

איך האב אנגעהויבן הערן בעלזער רבי. דערווייל הער איך אביסל חיזוק.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

וויאזוי האסטע געטוישט אן איבערלאזן סימנים אונטער'ן תגובה אז ס'פארראכטן געווארן?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זר זהב האט געשריבן:וויאזוי האסטע געטוישט אן איבערלאזן סימנים אונטער'ן תגובה אז ס'פארראכטן געווארן?

מיט די גוטע קאנעקקשענס און ״ידיעות״ קעמען אלעס באווייזן :אומגלויבליך: :ניגון: :בייביי:
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

טעלעפאן האט געשריבן:וואלט איינער געקענט מסביר זיין אין קורצן, וואס איז בעלזער רבי׳נס עבירה?

ער האט זיך "דערוואגט" צו זאגען אנדערש ווי סאטמער.....
דאס איז אין קורצען...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דער פרשה האט זיך פארצויגן פון תש"ם ביז בערך תשמ"ד סאו ביידע קעפלך זענן ריכטיג.

אז דו ווילסט הערן די שטייעדיגע תורות הייב אן ביי תשמ"א ביז תשמ"ד. אבער נאכאמאל נאר די אוטענטישע בעלזר טעיפס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די שטייענדיגע תורה וואס האט געמאכט די עיקר איבערקערעניש

די שאלה איז נאר ווער ס'האט דעס מפרסים געווען... וד"ל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

המשך
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און דער ענטפער איז געווען דעס (און נאך...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט