Milk shake האט געשריבן:ביי אונז רעליגיעזע אידן איז דא א זאך וואס הייסט מסורה, מ'טוט וואס די טאטע האט געטון און וואס דער זיידע האט געטון, דאס איז ביי אונז תורה, און טראץ וואס עטליכע נישט אידישע "פיינע הערצער" וואס זארגן זיך אזוי פאר די בעלי חיים, און נאך אפאר אפגעריסענע זעלבסט דערקלערטע אידישע משכילים און תורה פיינט האבער טוען שימפן אויף די מנהג פון כפרות גלייך ווי זיי שימפן אויף אלע מנהגי קודש פון אידישן פאלק און אויף גאנץ תורת משה, דאך טוען מיר מיט פעסטקייט אנהאלטן דעם הייליגן מנהג פון כפרות כמשנות דור ודור, און ס'איז א נחת צו קוקן ווי צענדליגער טויזנטער אידן לאזן זיך נישט אינטימידירן פון די "פיינע גוטהארציגע" בעלי חיים פארזארגערס, און טוען מיט שטאלץ ווייטער מקיים זיין דעם מצוה בפומבי, להתודע ולהגלות כי הוא מלך על כל הארץ! .
מילק שעיק: ס'איז אלץ פיין און וואויל. אבער די שטינקעריי און די צירקוס אטמאספערע וואס די כפרות שלאגן אינדוסטרי אנפיהרערס האבן אהערגעשטעלט איז שוין געווען א ביסל צו פיהל. זיי האבן ממילא נישט מקיים געווען דעם מנהג כפרות אזוי ווי ס'באדארף צו זיין. אזוי ווי אינדערהעים אין יוראפ. אז א יעדער האט באקומען זיין אייגענע כפרה טשיקן, נאכדעים וואס דער שוחט האט עס געשחט'ן און מ'האט עס אפגעפליקט. נאר מ'האט איבערגעשלאגן די זעלבע כפרה הונדערטער מאל. און אויף א יעדן שלאגער האבן זיי געמאכט געלט.
לאמיר זיך נאר א ביסל דערמאנען וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן ביי א קהילה קדושה בישראל, אויף די 50'סטע סטריט. וואספארא סרח'עריי און באלאגאן זיי האבן אנגעמאכט. דאס איז געווען אן עכטער חילול השם. נאר זיי זענען נישט געווען די איינציגסטע. ביי כמעט אלע אנדערע קהילות קדושות האט זי געטון א טומלעריי מיט די כפרות. יעצט האבן זיי זיך א ביסל איינגעצוימט...!