יעקב מענטש האט געשריבן:איך קען נישט די ספעסיפיקס פון די מעשה
און
יעקב מענטש האט געשריבן:איך מאך נישט אוועק די טענות אין די בריוו
אבער
יעקב מענטש האט געשריבן:[די טענות] איז מופרך
למעשה, מישט מען צוזאם קליינטשיקע אמת'לעך מיט גרויסע שטותים. למשל:
יעקב מענטש האט געשריבן:די אישו פון נישט אננעמען/ארויסווארפן קינדער פון די מוסדות, איז זייער א קאמפליצירטע נושא, און רוב מאל קומט עס אראפ צו פרטים פון די ספעציפישע פאל, און ס'האט נישט נישט מיט עפעס וואס קען אדרעסירט ווערן אויף א כלליותדיגע פארנעם
מיט
יעקב מענטש האט געשריבן:איז אבער איין זאך קלאר, די מוסד דארף נישט עקסעפטן איינעם וואס האלט זיך נישט צו די תקנות פון די מוסד
זיי מיר מסביר וויאזוי דאס גייט צוזאם?! אין די סיפא שטייט בפרש אז די נושא אז די נושא איז קלאהר: איינער וואס האלט נישט די תקנות, ארויס! וואס האט פאסירט מיט די קאמפליצירטע נושא? כ'האב געמיינט אז מען קען עס נישט אדרעסירן אויף א כלליותדיגע פארנעם?
און אז מען רעדט שוין פון תקנות, כאילו ס'איז די עשרת הדיברות אליינס, ווער מעג מאכען\צולייגן תקנות צו א מוסד כדי צו בארעכטיגען דעם שגץ ארויס? אז דער מייסד האט געהאט א באנאק (וואס דארף ווען אליינס פליען ווען די תקנות ווערן ווען אויסגעפירט אויף רעבישע..) וואס וויל ווייזן איינעם אז ער איז באלאבאז אדער עהרליך און ווארפט ארויף א אכשרא דרא תקנה, פליען מארגען קעפ?
יעקב מענטש האט געשריבן:די תקנות דארפן זיך נישט בייגן ווייל א געוויסע פראצענט טאטעס זענען מער ליבעראל
אבער די תקנות בייגען זיך גאנץ פיין ווען אן אלקיידע'ניק האט זיך צוגעשארט צו די הנהלה און האט נאך אפילו נישט באקומען קיין פאזיציע אבער קיינער וויל נישט זיין דער וואס שטעלט זיך קעגען...
יעקב מענטש האט געשריבן:ענדערש זאלן די טאטעס זיך בייגן צו די תקנות
ווי אפט? יעדעס מאל כ'זעה די מוסד ביים פרינט-שאפ, דארף יעדעס טאטע צוריקברענגען די טעלעפאן פאר א טשעקאפ און די מאמע דארף ארויסווארפן די קליידער-שאפע וואס איז געווען כשר וישר פאר די לעצטע פופציג יאהר?
יעקב מענטש האט געשריבן:אדער זוכן א אנדערע מוסד וואס איז מער אויסגעשטעלט פאר קינדער פון מער ליבעראלע שטובער
ליבעראל?! מי שמך לחיה אז דו זאלסט באשליסן אז ס'צייט אז איך זאל ווערן מער ליבעראל? דו טוישט, נישט איך!
ס'איז נאך פארהאן אזאך צו שרייבן, אבער די מוסד מיינע האט פאררופען א גענעראל-פארזאמלונג פאר די חשובע הורי התלמודים...