פילגשים אין הלכה
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
פילגשים אין הלכה
ס'ווערט באריכטעט אז דער ספרדישער הויפט רב פון ירושלים ר' אליהו אברגל האט געשריבן א היתר פאר קינדערלאזע פאר-פעלקער צו נעמען א פילגש צו מקיים זיין מצות פריה ורביה.
א פילגש פאר ווער עס ווייסט נישט איז א פרוי אין די זייט פון א ווייב מ'האט נישט צו איר קיין שום שיעבודים ווי א אייגענע פרוי מ'מעג איר פארשיקן אן א גט זי איז בלוז 'צו נוצן' מ'שטיינס געזאגט. וואלט געווען אינטערעסאנט צו אויסשמועסן מיר טרעפן זיי אין חומש די אבות האבן געהאט פילגשים אזוי אויך אין נ"ך ווי פילגש בגבעה. ווען האט זיך די פילגשים אויפגעהערט ביי אידן? איז ביים צווייטן בית המקדש אדער בזמן הראשונים נאך געווען פילגשים? בכלל וואס זעען מיר אין ספרים וועגן דעם?
אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.

- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
בן תמליון האט געשריבן:אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דאכט זיך אז יעקב אבינו האט אויך אזוי געטוהן.
פין אים איז נישט אבער א ראיה, ווייל ער'ט דעך געקישט רחל אויך, ממילא איז עס נישט מאסגעבענד פאר אונז יוצאי אונגארען.
פין אים איז נישט אבער א ראיה, ווייל ער'ט דעך געקישט רחל אויך, ממילא איז עס נישט מאסגעבענד פאר אונז יוצאי אונגארען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:דאכט זיך אז יעקב אבינו האט אויך אזוי געטוהן.
פין אים איז נישט אבער א ראיה, ווייל ער'ט דעך געקישט רחל אויך, ממילא איז עס נישט מאסגעבענד פאר אונז יוצאי אונגארען.
פארגעס נישט אז ער'ט געארבעט אלס בחור אויך. אבער אפשר וויבאלד ער האט זיך געקריגט מיטן ברודער איז ער יא געווען "פון אונזערע"?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
zurich האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ווייניג מענטשן אין די היסטאריע האבן געהאט פלגשים, אויסער אזעלעכע אנגעזעענע לייט ווי די אבות וכדו'
אבער מ'רעדט לי יצייר אז איינער איז יא מסכים, בפרט ביי א רבנישע אדער רייכער מאן. און עס זענען דאך ליידער אויך פאראן אלמנות און גרישות.
ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
חאצקל האט געשריבן: ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
ר' יעקב עמדין איז מיין נייעסטע "הירא"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
חאצקל האט געשריבן:zurich האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:אז מ'טראכט אריין אויב א קינדערלאז פארפאלק קען צונעמען א פילגש איז עס דאך א מורא'דיק ישועה על פי תורה וטהרת הקודש און בכלל קען א פילגש זיי א ישועה אין עקסטרעמע פעלער. רב אברגל שרייבט אין זיין ספר ער'ט מתיר געווען א גרויסן ראש ישיבה צו נעמען א פילגש ווען ס'איז געווארן קלאר ער קען קיין קינדער נישט האבן.
און וועלכע מיידל וועט מסכים זיין סתם צו זיין א זונה אין די זייט?
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ווייניג מענטשן אין די היסטאריע האבן געהאט פלגשים, אויסער אזעלעכע אנגעזעענע לייט ווי די אבות וכדו'
אבער מ'רעדט לו יצוייר אז איינער איז יא מסכים, בפרט ביי א רבנישע אדער רייכער מאן. און עס זענען דאך ליידער אויך פאראן אלמנות און גרישות.
ר' יעקב עמדין איז שטארק מעריך אין דעם ענין פון פלגש בזמנינו, און שרייט געוואלט פארוואס מען איז היינט נוהג לאיסור, ווארים דער מעגליכקייט פון א פלגש איז א שטארקע שמורה פון עריות
האב איך טאקע פונקט געזען דעם שאילת יעב"ץ ח"ב סימן ט"ו, ווי ער שרייבט באריכות איבערן ענין פון פילגש בקול חוצב להבות אש. ער זאגט עס איז א מצוה צו מפרסם זיין ברבים דער היתר פון פלגש און אז עס קען ראטעווען פון אלע סארטן מכשולות ווי ז"ל א"א גויה וכדומה, בפרט ווען מ'איז אוועק אויפן וועג אדער אנדערע שווערע מצבים. ער ברענגט די גמרא יומא פרק א' מכריז רב מאן הוא ליומא, ווי אמוראים זענען געקומען אין די פרעמד פלעגן מייחד זיין איינעם פאר א טאג, דאס איז דאס ענין פון פילגש זאגט דער יעב"ץ.
בכלל האט דער יעב"ץ אין די תשובה שטארקע תרעומות אויפן חרם דרבינו גרשון נישט צו נעמען צוויי ווייבער, ער זאגט אז דער תקנה איז געקומען ווייל אין די קריסטליכע מערב לענדער איז צוויי ווייבער געווען אנטקעגן דעם געזעץ מיט א הארבן שטראף. דער יעב"ץ שרייבט ער וואלט געזאגט די תקנה גייט אריין בגדר ובחוקותיהם לא תלכו, א גוי זאל האבן ווי ווייניגער זאגט דער יעב"ץ, אבער א איד ווי מער זרע ברך ה'.
למעשה זאגט דער יעב"ץ זאל מען זיך דורכרעדן מיט א מורה הוראה פונקטליך איבער די פרטים ווען מ'נעמט א פילגש למעשה ווי אז מ'זאל מיחד זיין א שטוב וכדומה נישט הפקר פעטרישקע.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
חאצקל האט געשריבן:תכלית, אז איך וויל טון למעשה וואס דארף איך טון?
ס'איז זיכער כדאי דורכצולערנען דעם שאילת יעב"ץ אבער ווי איך פארשטיי איז עס בערך אזוי: א פילגש קען מען מיחד זיין פאר א לענגערע תקופה אדער אפילו איין טאג זי דארף נישט קיין קידושין וכתובה און דארף נישט קיין גט מען קען איר פארשיקן בלויז מיט א וואונק. מען דארף איר מיחד זיין דאס מיינט זי קען נישט זיין פילגש פאר צוועלף מענער אויפאמאל. אויך זאל זי נישט זיין א נדה און מען דארף איר טריטן ווי א ווייב נישט אביוזן ח"ו. דאס איז בקיצור ואידך פירושא זיל גמור תורה איז דאך רחבה מני ים.
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
עס איז געוועהן ביים הייליגען חתם סופר ישיבה ווי א בחור האט געזעהן ער האלט ביים כלות האט זיך איינגעהאנדעלט א פלונית'טע און אזוי ווי ער איז געוועהן עהרליך האט איהר געהייסען ציילין און זיך טובל'ן כדת וכדין... די הייליגע חת"ס איז געוואר געווארען ער האט איהם ארויסגעקאפעט בשם ועין און געזאגט דער שגץ איז ערגער ווי אלעם, געטאהן א שייגעץ שטיק בדחילו ורחימו און טראכן ער איז נאך ערליך אויכעט פאר אזא איינער האט ער נישט קיין תיקוני תשובה
היצט לויט דעם אויסגעקטנעטענעם יעב"ץ פלגשים היתר דא אין קאווע שטיבל זעה איך נישט וואס ער האט געטוהן שלעכט?!?!?!
אדרבה זאל איינער דא ערקלערן וואס די חילוק איז! קודם מברר זיין וואס דארט איז געוועהן און דערנאך זאגן די חילוק
פארשטייט זיך אונז וויל מיר דאך טוהן נאר וואס איז אויסגעהאלטן בדרך היתר ווארום זיין א שגץ דארפען מיר נישט דעי אלע היתרים דא...

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דעם מעשה פארציילט מען אויף יעדע צווייטע ראש ישיבה און איז גאנץ מעגליך א אורבען לעגנד.
לויט ווי מעשה גייט האט דער ר"י געזאגט אזוי: מילא א בחור קען זיך נישט איינהאלטן און גייט זינדיגן דאס קען איך נאך פארשטיין אבער זיך צוגרייטן צום חטא 7 טעג בדחילו ורחומו צו דעם בין איך נישט מסכים.
לויט ווי מעשה גייט האט דער ר"י געזאגט אזוי: מילא א בחור קען זיך נישט איינהאלטן און גייט זינדיגן דאס קען איך נאך פארשטיין אבער זיך צוגרייטן צום חטא 7 טעג בדחילו ורחומו צו דעם בין איך נישט מסכים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 802
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
איך אויך האט געשריבן:דעם מעשה פארציילט מען אויף יעדע צווייטע ראש ישיבה און איז גאנץ מעגליך א אורבען לעגנד.
לויט ווי מעשה גייט האט דער ר"י געזאגט אזוי: מילא א בחור קען זיך נישט איינהאלטן און גייט זינדיגן דאס קען איך נאך פארשטיין אבער זיך צוגרייטן צום חטא 7 טעג בדחילו ורחומו צו דעם בין איך נישט מסכים.
נו מאכסט דאך שווערע די קשיא!! פארוואס זענען די אלע ראשי ישיבה געוועהן אזוי בייז??? עס איז דאך קלאר מותר! ניין? יעב"ץ.....
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
זאג נאר, אלע אנדערע זאכן וואס דער יעב"ץ שרייבט האסטו שוין געטוהן? גיי טוה אלעס און נאכדעם עמער רעדן צו דו מעגסט האבן א ליגעל ז...
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך אויך האט געשריבן:זאג נאר, אלע אנדערע זאכן וואס דער יעב"ץ שרייבט האסטו שוין געטוהן? גיי טוה אלעס און נאכדעם עמער רעדן צו דו מעגסט האבן א ליגעל ז...
- "די רבי האט נישט קידוש געמאכט פאר זיבענע."
- "זאג נאר, דו טוסט אלעס וואס די רבי האט געטוהן?"
סארא קאמענט? מ'רעדט הלכה, מ'איז בונה וסותר כדרכה של תורה. השקפה אין די אשכול איז שלא כדרכה.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דערמאנסט מיר פון די יונגעלייט וואס ווייסן ניטאמאל די ר"ת פון חב"ד צו וויאזוי דער ערשטער סאדיגערער רבי האט געהייסן אבער דוד אסף'ס טינופת האבן זיי שוין דארכגעליינט מדעקל לדעקל הלמאי זיי ווילען דאך וויסען 'חסידישע היסטאריע' ,ואידך זיל גמור.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך אויך האט געשריבן:דערמאנסט מיר פון די יונגעלייט וואס ווייסן ניטאמאל די ר"ת פון חב"ד צו וויאזוי דער ערשטער סאדיגערער רבי האט געהייסן אבער דוד אסף'ס טינופת האבן זיי שוין דארכגעליינט מדעקל לדעקל הלמאי זיי ווילען דאך וויסען 'חסידישע היסטאריע' ,ואידך זיל גמור.
היסטארי ווערט צוטיילט אין טויזענטער שטיקלעך. איין חלק איז "היסטארי וואס מ'וויל דיר נישט דערציילן. אדער וואס מ'וויל פארדרייען." ס'איז דא אזא ברענטש אין חסידיש היסטארי. איינער קען זיין בקי אין דעם, אבער נאכאלס נישט קיין חסידישע היסטאריען. הגם ס'איז בעסער צו קענען ווי מער און קאמפליט, האט איינס נישט מיטן צווייטן, און כ'שמעק אז די וואס שיבן ארויס אזוינע טענות מיינען נישט די ספעציפישע טענה...
די שטיקל פון חתם סופר איז נישט חתם סופר עס שטייט אין ספר העקידה אז ליבערשט זאלן מענטשן נכשל ווערן אין א נדה ווי אז די קהלה זאל שיקן פנויות אין מקוה, ווייל א אפיציעל אנערקענטע חטא ביד רמה איז הארבער ווי ווען מענטן טשידן.
אבער, לשיטת היעב"ץ, לאמיר עפענען א פירמע "מכון לפילגשים על פי תורה", אדער גאר "פילגשי יעבץ", עס איז א גוטע ביזנעס, און מען וועט עס דעקן סיי אין די אשכול "פרנסה ביי היימישע אידן" און סיי אין די אשכול "ארגענאזאציעס וואס זענען אייגענטליך א ביזנעס" און אין נאך מערערע מאחורי הפרגוד אשכולות
אבער, לשיטת היעב"ץ, לאמיר עפענען א פירמע "מכון לפילגשים על פי תורה", אדער גאר "פילגשי יעבץ", עס איז א גוטע ביזנעס, און מען וועט עס דעקן סיי אין די אשכול "פרנסה ביי היימישע אידן" און סיי אין די אשכול "ארגענאזאציעס וואס זענען אייגענטליך א ביזנעס" און אין נאך מערערע מאחורי הפרגוד אשכולות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איך זוכט נעמען פאר די ארגעניזאציע?
ארגון מאן ליומי
קרן פשוט נבילתא ואל תצטרך לבריות
יפוצו מעינותיך
אוהל בלהה
לעידיס עקזילערי נשות אהבת חסד
דערנאך וועט זיין ארגענעזאציעס אזוי ווי עזר למזון וואס וועט ארויס העלפן נויטבאדערפיגע משפחות וואס קענען נישט אוקומען די הוצאות פון א פלגש, עזר למזון צוזאמען מיט ובלכתך בדרך וועט עפענען א ברענטש וואס וועט הייסן עזר לדרך (ע"ד ודרך גבר בעלמה) אדער עזר כנגדו, און משביע וועט האבן א צימער אין די זייט וואס וועט הייסן "משביעו רעב".