משפיעים און זייערע השפעות!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
ק\פ
בס"ד
קודם כל אני שמח לשמוע שאתה לא מהקבוצה שמגיע לבלות את השבת עם הקבוצה המשונה שמגיע השבת הזאת, שחוץ מזה שזה בושה גדולה לנו, אבל אליבא דאמת אין לזה שום שייכות עם כוונה רצינית או מין התעלות ממשית, רק א עכטע פאברענג אן די ווייב און נאך ביי רבי שמעון...
אתה צריך להבין ר' מיילעך בידערמאן טוב לשני סוגי אנשים או מגידים ובעלי דרשנים שרוצים לדלות מבארו המלא פנינים ואמרות יקרת, [אשר בלי שום ספק שהוא חידוש גדול בזה, ואפילו כשהוא חוזר מאות פעמים על אותן בדיחות וסיפורים של דער בער מיט דעם לייב מיט יענער אראבער וכדומה, אבל אין ביהמ"ד בלא חידוש],
או מגיעים אליו אשכנעזישע חצאי בעלי תשובה שרוצים קצת טערעפי על המח, ואותם כבר רק משעשע רק מי שרוקד על השולחן מלא בחבית שכר וזורק מנעליו ומעיף כובעים, וכמובן שאם שומעים עוד באמצע סיפור מרבי מאטיל סלאנימער זה כבר משהו ענק, והוא מסביר שלא צריך כלום ואפילו דו ביזט גארנישט, דו שטינקסט, דו סראחעסט, אבער דער אייבישטער האט דיר ליב אזוי ווי דו האסט ליב דיין קינד אפילו ער האט געמאכט אין פעמפער, און דער עיקר איז די פינטעלע אמונה אין הארעעעעעעעעץ, אבל זה באמת לא מחייב שום דבר, הנהירה והסחף אליו הוא מאותה סיבה שכל הבעלי עבירות והבעלי תשובות מתחברים דייקא לברסלב ולחב"ד, כי שניהם אין מחייב שום דבר, אתה יכול להסתובב עם האייפאן ולזלול מאכלים בלי הכשר באמצע דיזנגאוף ולהיקרא חבדני"ק, ואתה יכול לשלא ללמוד חודשיים ולהסתובב עם קדירה על הראש ונעלי קראק"ס על ווייסע זאקן מיט א רויטע קאפל ולצחוק כגלי הים, ולהגיד שאתה מחובר לרבינו נחמן ועובד על שמחה.
ה"ה כן כל הר' מיילעך בידערמאן, הכל ריגושים של שטויות, ועל כן אין כאן בארץ ישראל בני עליה או אברכים עובדי ה' מאף חצר שבעולם שמסתובבים אצלו רק או מגידים וסקרנים, או אנשים שאינם שבעים וממלאים בטנם בדברים של ממש, ואינם נהנים מלהיות נארמאל.
אבל לבני אמעריקא זה ממש מוציא מיט האניג, כי שם יש תאווה גדולה להנות מטל השמים ומשמני הארץ יחדיו כרוכים מן השמים, לחטוא ולשוב בתשובה בכפיפה אחת, ורק ע"י שניהם ביחד הוא מרגיש את גודל התענוג בזה שהוא חי, די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.
פאר די מענטשן מיין איך אז עס גייט גוט געלונגען דעם שבת, ווייל אזוי ווי עס שנייט אין מירון, איז די פלאן ווי פאלגענד:
מ'וועט פארן אויף שבת קיין נירוואנע נעבן ים המלח, מ'וועט אריבער ברענגען דארטן אין חצר רבי שמעון בר יוחאי מיט נפתלי פרידמאן מיט די בגדי לבן, און ר' מיילעך וועט דארט דרשענען און ווארפן די שטריימל, יואלי קליין וועט דארט זינגען אפילו בהסתרה, און מוטי שטיינמעץ וועט קוויטשען ויהו רחמיך מתגוללים, מאיר אדלער וועט שפילען אמר רבי עקיבא רבי מיילעך וועט אנצינדען א ציגרעטל,
פרייטיג וועט מען ברענגען הרב אבוחצירא אויף חכמת הפרצוף, און הרב משי זהב אויף חכמת היד, מ'וועט מעביר סדרה זיין אין סווימינ"ג פאל, און פארלערנען אור החיים הקדוש ביים טועמיה פון יענקל אטיק פון אלע חלקי הבהמה צלי אש על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו, ביים שפאציר על שפת הים וועט ר' מיילעך פארזינגען די שירה, מ'וועט דערציילן סיפורי צדיקים ביים אנשמירן די שוועבל און מ'וועט זיך אונטער זינגען דעם קאלובער ניגון פון גלות גלות, שלש סעודות וועט זיין פרישע שטיקער בשר בהמה אנאיינעם מיט זינגען די ד' בבות און די נענועים ניגון, מ'וועט טיילן מטבעות פון רבי יעקב מאיר שעכטער און פשעווארסקער קנאבל, מוצאי שבת וועט מען מתפלל זיין ביי לוט'ס ווייב, און מ'וועט פארענטפערן די אור אלטע קשיא פון אברהם אבינו אולי יש חמישים צדיקים בתוך העיר.
שיין זעהן מיר אויס....

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
כוכב האט געשריבן:די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.
סתם אן אומפארגינער. וואס שטערט אים אז אידן האבן אויך הנאה צו דער זייט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
- האט שוין געלייקט: 297 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
מאראנצןזאפט האט געשריבן:העמיר גיין צו רבי מאטיל.
דא, באהאלטן אונטער קוועטשלינק, איז וואס [tag]מאראנצןזאפט[/tag] שרייבט - פליסיג און הערליך - איבער רבי מרדכי זילבער. די היי וואכעדיגע "משפחה", די היברו'שע, פערנעמט זיך איבער דאס זעלביגס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
קודם כל קומט ער מיר פאר גוט פארריקט פארן רעדן אויף אנדערע. זאגן פאר זיינע חסידים וואס איז זיין דרך איז פיין אזוי דארף צו זיין. רעדן אויף אידן וואס האבן גארנישט מיט אים און קען זיי ניטאמאל און זאגן אז זיי זענען ראנג דאס ווייזט מער וואס ער איז און נישט וואס די אנדערע זענען. צווייטנס, די סטעיטמענט אליינס ווי אזוי ער רעכנט אויס וואס מען טוט אלס, איז א גרויסע עוולה און פאלש. מען רעדט נישט פון איין מענטש וואס טוט אלעס, נאר איינער פארט אויף ארץ ישראל, איינער אויף אומאן, איינער אויף מירון, איינער אויף סיגעט, איינער אין טיאטער און איינער אויף סטיטשין. איז מאי כל הרעש? ווי קען צאמכאפן אלע אקטיוויטעטן פון אזוי פיל פארשידענע מענטשן אפילו ער זאל האלטן אז יעדער פאר זיך איז ראנג?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yatzmachp, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:[איש יהודי על שמו נקרא האט געשריבן:איך האב אויך איבער די יארן אנגעקניפט א קשר מיט דער רב פון מגדל עמק, רבי יצחק דוד גראסמאן, פון די גרעסטע משפיעים בדורינו. א געניטע פאנד רעיזער, און א לב רחום וחנון. ער איז אויך ווערד א אפשאצונג.
הרב יצחק דוד גרוסמן רבה של מגדל העמק, צעד רגלית לתפילת מעריב בשכונת נוף העמק במגדל העמק, בדרכו עבר ליד קיוסק שבו ישבו עשרות צעירים מרותקים למסך בעת משחק כדורגל. הרב גרוסמן נכנס והתיישב איתם לשיחה, צפו מה קורה כשיש 'גול'. אקיצור, ער קוקט אויף טעלוויזון און איז מקרב אידן דא
ער גייט היינט נאכט מסדר קידושין זיין ביי די חתונה פון בר רפאלי, א רייכע פרוי אין ישראל
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
הוגה האט געשריבן:א רייכע פרוי? That's what you call it nowadays?
הוגה, גלייך טראכסטו פון געלט?
אפשר מיינט רייכקייט עפעס אנדערש... און יא, זי איז טאקע אויסטערליש רייך, און אסאך רייכע פרויען וואלטן אויפגעטוישט אפאר מיליאנען מיט איר רייכקייט.
זי איז גענוג רייך, אז זי פאדערט אפילו א ברכה צו מאכן ביים איר זען, וכעובדא דר"ג. א זאך וואס סתם רייכע מענטשן זענען נישט זוכה דערצו.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8dIxYEkFbmk[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך געדענק ר' איטשע מאיר מיט דרייסיג יאר צוריק. ער קומט נאך היינט, דוכט זיך, קיין לאנדאן צום מאמען אויף יו"ט, און אמאל גייען זיי צוזאמען קיין געיטסהעד אויף יו"ט. דארט האט ער נישט קיין איין נוסח ספרד מנין, ווי אויך נישט קיין מענטשן מיט וועמען צו פראווען, נאר אליינס איז ער דארט.
אין לאנדאן האט ער שוין יא אמאל א מנין. איך געדענק אז דער ביהמ"ד ווי ער האט געוואלט דאווענען האט איהם געבעטן ער זאל ענדיגן איידער זיי הייבן אן, האט ער געדאווענט כוותיקין. מ'האט געבעטן מיין ברודער זאל קומען ליינען און איך בין מיטגעגאנגען דאווענען. מ'קומט דארט אן א האלבע שעה פאר'ן נץ, ואין קול ואין עונה ואין קשב. איך האב געפרעגט דעם גבאי, וואס איז מיט'ן נץ, האט ער מיר געזאגט אז דער רבי האלט אז אויב מ'האט געזאגט ברוך שאמר פאר'ן נץ, הייסט עס כוותיקין. איך האב איהם געזאגט 'די וואך איז פרשת שמיני, און דער מסורה זאגט "וידום אהרן, וידום השמש" און דער רבי גייט אפשטעלן די זון.'
איך געדענק איהם אויך קומען צומאל אין אנטווערפן אויף פסח ביי זיין שווער. מיינע מומעס קענען זיין ווייב, און כנראה איר האט נישט געשמעקט די רבי'סטעווע, אבער צום סוף האט זי נאכגעגעבן. ער פלעגט קומען אין פשעווארסק חוה"מ דאווענען א גאנצע פארמיטאג אין די בעק צימער (איך ווייס נישט ווי עס זעט אויס היינט, דאס איז בערך 25 יאר צוריק).
אלס אינגל האט ער שוין גע'שמ'ט אלס עובד און בעל כשרון. אין די חדר ווי איך בין געגאנגען, האט מען נאך גערעדט פון איהם פון זיינע צייטן, ווי ער פלעגט וויינען ביים דאווענען.
מ'האט דערציילט אז די קעניגן איז געקומען באזוכן, און ער, אין כתה א', איז געווען ערוועלט צו געבן בלומען פאר איהר לכבוד די באזוך (געדענק אז זיין טאטע איז אן עושר געווען). ער האט בשום אופן נישט געוואלט איבערגעבן פאר א פרוי.
זיין הלוך ילך זעט אבער אויס אז ער האט נישט קיין רבי, ער איז אפן צו אלעס. די גבולות פון וואס הייסט א סברא, וואס הייסט א תירוץ און וואס הייסט א ראיה האט ער נישט. יעדע גאנג האט זיך אירע גבולות, ולא ראי זה כראי זה, אבער כנראה האט ער גארנישט קיין גבולות. ואם טעיתי והוא רחום יכפר עון.