שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אדנירם קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?
בכלל נישט. אין אמשינאווער אשכול [וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט נאכנישט אספיעט צו ליינען. און יעצט צאלסטו פאר דעם...] האב איך שוין אנגעמערקט די דיפערענץ פון אמשינאוו מיט אנדערע חצרות דוקא אין די נקודה פון טאנצן און זיך פרייען אום ר"ה ויו"כ.
ליין למשל דא. אגב, טאקע דעם ר"ה ביינאכט האט דער עולם געטאנצן פאר'דביקות'ט נאכן דאווענען א לענגערע וויילע, א ריזן רינג אין ביהמ"ד.
--------------
וויאזוי קענען מיר זיך פרייען, און מיט וואס זאלן מיר זיך פרייען. כ'האב דא א נייער אשכול וואס בארירט שיינע נקודות וואס איז ווערט א בליק:
פארוואס בלייבן צומישט? ס'איז פשוט'ער ווי דו מיינסט!